בלאט 2 פון 2

פלארידע גובערנאטאר פארמעסט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:52 pm
דורך ישראל קאפקע
מיט 43% געציילט איז טשארלי קריסט קודם רעפובליקאנער דערנאך אינדעפענדנט און יעצט דעמאקראט, מיט א קארגע דריי פונקטן פאראויס פון זיין רעפובליקאנער קעגנער, די איצטיגע גאווערנער איז א רעפובליקאנער.

אפדעיט,
50% געציילט
קריסט 47.5%
סקאט 47.4%

#NailBiter

Wow!
64% געציילט
סקאט 47.6% 1,701,010 שטימען
קריסט 47.6% 1,700,890 שטימען!

85% געציילט
סקאט דריי פונקטן פאראויס פון דעמאקראט קריסט,

מען קען שוין אננעמען אז פלארידע בלייבט ביי די רעפובליקאנער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:19 pm
דורך וויליאמסבורגער
רעפובליקאנער האבן שוין פארדינט דריי זיצן, די דעמאקראטן נאך גארנישט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:59 pm
דורך ישראל קאפקע
וויליאמסבורגער האט געשריבן:רעפובליקאנער האבן שוין פארדינט דריי זיצן, די דעמאקראטן נאך גארנישט.

עס קוקט אויס ווי א בלוטבאד פאר די דעמאקראטן!
די רעפובליקאנער גייען מיין הסתם צובאקומען זיבן אכט זיצן!
איך געב אויף, נישט דא מער וואס צו זען, :shock:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט גענדיגט קלעטערען אויף טוויטער אין איך זעה אז יעדע קהלה למשל פאפא ארונים זלונים באבוב באבוב ועוד ועוד שיקן ארויס פון זייערע אפיציעלע אקאונטס (וואס זיי טרייען צו האלטן מער prestigefull) א ישר כוח פאר אנ"ש וואס זענען ארויס וועלען האט מען ווידער ערוועלט גאווענער קאומע שניידערמאן וכו'. די נוסח איז בערך אזוי all candidates endorst by khilusieny won governor Cuomo shniederman. thanks to all anash who came out vote איך שטעל מיך פאר אז די אלע קעלבלעך גייען שלאפן צופרידן אז זייער פארטיי האט עס געמאכט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 10:47 pm
דורך ישראל קאפקע
זאל זיי וואויל באקומען, טוויטער איז פרי!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 10:51 pm
דורך קאסטנער
די רעפאבליקאנער האבן איבערגענימען סענאט
יעצט וועלען זיי קאנטרלירען קאנגרעס אין סענאט

האט איינער א דאזע סליפינג פילס פארן פרעזידענט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 10:55 pm
דורך ישראל קאפקע
קיין סאך גייט זיך נישט טוישן די לעצטע צוויי יאר פון אבאמא'ס קאדענץ, די רעפובליקאנער גייען נאר זיין מער עפעקטיוו אין גארנישט דורכפירן אין קאנגרעס און אין סענאט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:21 pm
דורך ישראל קאפקע
דעמאקראטן זענען טאוסט
פארלוירן פלארידע גאוו. וויסקאנסין גאוו.
לענדסלייד פארלוסטן אין ארקענסאו, קאלאראדא, דזשארדזשיע, קענזעס, קענטאקי,
פארלוירן אין אייווא, נארט קאראליינע,
געוואונען מיט א האר אין ניו העמפשיר,
מן הסתם היפש פארלוירן אין אלאסקע אויך.

א זאפטיגע בלוטבאד!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:27 pm
דורך ישראל קאפקע
50.7% געציילט
ר' דוב הייקינד 76.3%
הרב נחמן קאללער 23.7%

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:28 pm
דורך [NAMELESS]
@KolHaolam: ELECTIONS: BREAKING - Republicans have now won control of the US Senate, they will now control the Senate and House of Representatives.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:47 pm
דורך ישראל קאפקע
69.6% געציילט
הייקינד 77.0%
קאלער 23.0%

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:49 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 1:17 am
דורך ישראל קאפקע
ערשטע מאל,
הונדערט פרויען אין האוז און סענאט,
איין אין ניינציג יאר צוריק איז געווען איין פרוי אין קאנגרעס!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 1:55 am
דורך דריידל
ישראל קאפקע האט געשריבן:קיין סאך גייט זיך נישט טוישן די לעצטע צוויי יאר פון אבאמא'ס קאדענץ, די רעפובליקאנער גייען נאר זיין מער עפעקטיוו אין גארנישט דורכפירן אין קאנגרעס און אין סענאט


א פרעזידענט אין די לעצטע טערמין האט א געלעגענהייט צו שטיפן זיין אגענדע אפילו ס'איז ראדיקאל, צוליב דעם וואס ער דארף מער פאר קיינעם נישט אפגעבן קיין חשבון. דאס אז די רעפובליקאנער קאנטראלירן ביידע הייזער וועט אים האלטן אין די ראמען

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קאפיטאלי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:15 am
דורך ישראל קאפקע
דריידל האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:קיין סאך גייט זיך נישט טוישן די לעצטע צוויי יאר פון אבאמא'ס קאדענץ, די רעפובליקאנער גייען נאר זיין מער עפעקטיוו אין גארנישט דורכפירן אין קאנגרעס און אין סענאט


א פרעזידענט אין די לעצטע טערמין האט א געלעגענהייט צו שטיפן זיין אגענדע אפילו ס'איז ראדיקאל, צוליב דעם וואס ער דארף מער פאר קיינעם נישט אפגעבן קיין חשבון. דאס אז די רעפובליקאנער קאנטראלירן ביידע הייזער וועט אים האלטן אין די ראמען

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קאפיטאלי

דאס איז ביי א געווענליכע פרעזידענטשאפט, אנדערש מיט אבאמא וואס די רעפובליקאנער האבן אים נישט געלאזט דורכפירן גארנישט זייט 2010, אבער צו קענען דורכפירן זייער אייגענע אגענדע דארפן זיי צוקומען צו פרעזידענט אויך, סאו די לעצטע פיר יאר האט קאנגרעס סייווי כמעט גארנישט דורכגעפירט,
איצט גייען זיי זיין נאך מער עפעקטיוו אין 'טון גארנישט',

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:22 am
דורך בשבילי!
IMG-20141105-WA0005.jpg
IMG-20141105-WA0005.jpg (545.57 KiB) געזען געווארן 1515 מאל

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:48 am
דורך ישראל קאפקע
Wow
רעפובליקאנער גייען נאך ווארשיינליך צובאקומען נאך דריי זיצן!! 55 - 45 פאר די דעמאקראטן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:53 am
דורך [NAMELESS]
בקיצור וויפיל האט דעמאקראטן פארלוירן דערווייל אין קאנגרעס און סענעט?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:00 am
דורך ישראל קאפקע
אין סענאט ניין, אפשר מער!
אין די האוז האבן די רעפובליקאנער צובאקומען צען-צוועלף, זיי האבן יעצט די מערסטע קאנגרעסלייט זייט די ניינצן צוואנציגער!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:22 am
דורך ישראל קאפקע
עס קוקט אויס אז די דעמאקראטן האבן זיך צעמענטירט אין די צפון מזרח (נארט איסט) וואו זיי האבן אנגעהאלטן א סענאט זיץ אין ניו העמפשיר, (און ניו דזשערזי) און אויפגעפיקט א גאווערנער זיץ אן פענסילוועניע וואס איז געווען ביי די רעפובליקאנער,

חוץ דעם האבן זיי געהאט א בלוטבאד אין די דיעפ סאוט, אין אין די בייבל בעלט, און נישט באוויזן צו איבערנעמען גאווערנער זיצן אין וויסקאנסין און אין פלארידע, בקיצור האבן די דעמאקראטן פארלוירן אלע זייערע זיצן אין רעכט גענויגטע שטאאטן וואס זיי האבן אויפגעפיקט אין 2008 ווען אבאמא איז געלאפן צום ערשטן מאל וואס דאס האט געהאלפן דעמאקראטן געוואונען אין רעכט גענויגטע אדער צענטריסטישע שטאטן,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:48 am
דורך מ גפני
דאס האבן דעם סענאט און קאנגרעס וועט העלפן די רעפובליקאנער זיך צו רי-ארגענייזן און ארויסשטעלן א נארמאלען קאנדידאט פאר די קומענדיגע פרעזידענט וואלן? אדער דאס האבן דעם סענאט און קאנגרעס גייט זיי מאכן צופרידן אז זיי דארפן זיך מער נישט איבערארבעטן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 10:13 am
דורך יואב
/

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 10:11 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:Wow
רעפובליקאנער גייען נאך ווארשיינליך צובאקומען נאך דריי זיצן!! 55 - 45 פאר די דעמאקראטן.
8 יאר שפעטער, די ענדגילטיגע סענאט רעזולטאטן קומט יעצט אריין, ס'וועט זיין צוטיילט 51-49 מיט א דעמאקראטישן majority.