בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:16 pm
דורך שמעקעדיג
שאלה גדולה שאלת.
רוב קורצע תגובות געדויערט מיר נישט מער ווי 2 מינוט. לענגערע קען נעמען אפאר שעה!

הן אמת איך האב אסאך מאל פילינגס אז איך פארברען צופיל צייט דא. עס איז א שטיקל עדיקשאן.
אבער מצד שני די גוטע געפיל אז אידן ווערן געהאלפן, און קענען געבן א שמייכל, ווי אויך אז איך זעלבסט באקום הילף און חיזוק ווען איך דארף עס, דאס איז א דערגרייכונג!

איך בין נשט קיין גרויסער כבוד זוכער (כ'בין נאך נישט יענע עידזש...), אבער די אלע קאמפלימענטן וואס דער עולם טיילט ברייטהארציג זאגט מיר איין זאך: "שמעקעדיג, אונז האבן הנאה פון דיר"! און דאס איז פאר מיר דער גרעסטער קאמפלימענט און נחת, וזה חלקי מכל עמלי.

ויש להאריך יותר בזה, אבער עס נעמט שוין מער פון 2 מינוט, סאו.....

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:13 pm
דורך דריידל
שכוח, די תגובה איז ממש שמעקעדיג.
אויב איך מעג פרעגן, איך האב אסאך קוואליפיקאציעס, פארוואס האסטי מיך אריינגעשטעלט צווישן די משוררים? איך בין מסכים אז די אלע פאזיציעס וואס די האסט געטיילט זאל זיין בלויז פאר צייטווייליג ביז ס'עט פארקומען געהעריגע וואלן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:23 pm
דורך שמעקעדיג
שיק מיר דיינע טאלאנטן אין אישי, כ'על מתקן זיין די הודעה כראוי

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:59 pm
דורך מאטי
אויב מיין דעה איז עפעס ווערד, וואלט איך געזאגט מער אנטראפאלאג ווי סאציאלאג.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:00 am
דורך איך אויך
למען האמת ,אנטראפאלאגיע אנהאלט אין זיך אויך סאצאלאגיע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:19 am
דורך לעיקוואד
זייער אינטרעסאנט.

און אז מ'רעדט למעשה, וועל איך מוזן צולייגען איין גאר וויכטיגע חלק צו די פלאן:

עס וועט אוועקגעשטעלט ווערן א ספעיציעלער וועד צו העלפען די מענער וואס זייער ווייב וויל זיך נישט אריבערציען אדער די ווייבער וואס די מענער ווילן זיך נישט אריבערציען, צו העלפען בדרכי שלום משכנע צו זיין אז זיי זאלן מסכים זיין צו דער פלאן פון גיין וואוינען אין קאווע שטעטל. דער יושב ראש פון דער וועד וועט לכאורה זיין שמעקעדיג.


און סתם א הערה, אינטרסאנט אז דער פאסטן פון ראב"ד פון בי"ד המיוחד "כחא דהיתרא", לעניני היתרים בד' חלקי שו"ע, מיט דער פאסטן יושב ראש פון פילאזאפיע פאקולטע פון קאווע אוניבערזיטעט זענען ביידע געפאלן אויפ'ן זעלבער מענטש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:20 am
דורך אחד העם
[tag]שמעקעדיג[/tag] געוואלדיג!!
איי געיס איך וועל בלייבען א 'אחד העם'...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:33 am
דורך שמעקעדיג
אחד המיוחד בחבורה!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:32 am
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:הערליכער פלאן, שמעקעדיג. גענוג געווען מיט די קוועטשערייען - ענדליך טוט שוין איינער "למעשה"!

אגב, כ'בין מער א סאציאלאג ווי א היסטאריקער. (נפקא מינה לקידושי אשה - אז מ'זאל מיך אויסרופן מיט'ן פאסיג טיטל פאר מיינע כיבודים אונטער חופות.)

אדער ביים רבינ'ס טיש: ווייל מסתמא די סאציאלאגן זיצן העכער ווי די היסטאריקער. אויך א נפק"מ לגבי שטעלן וויין. די סאציאלאגן שטעלן ערשט, און בעסערן וויין ווי די היסטאריקער... :lol:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:12 pm
דורך סאשי פיש
[center]מזל טוב שמעקעדיג!![/center]
קודם שקויעך פאר די כיבוד עס איז נישט קיין קלייניקייט צו צושטעלן סאשי לע"נ ישעיה בן משה נאכדערצו ביים סעודתא דדוד מלכא משיחא.
עס נעמט שוין לענגער ווי צוויי מינוט סא איך סטאפ...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:11 pm
דורך פליקער
[tag]שמעקעדיג[/tag] איך קלער אז מען ברויך מאכן צייט פאר א געהעריגע הספד פאר אלע וואס זענען באערדיגט געווארן אינעם קבר שטיבל פינעם קאווע שטעיטל, מען ווען מיזן ווידמען א געהעריגע זכרון להולכים פאר די אלע וואס האבן שוין געמאכט א בורא נפשות נאך די קאווע, און האבן פארלאזט דעים שטעיטל, ווידמען א שטיקל מפתח אויף זייערע קנאקעדיגע תגובות, אזוי אז עס זאל זיין א געהעריגע תנצצב"ה, אולי פראווען א יארצייט אינעם טאג וואס זיי האבן אויסגעהויעכט, דאן דערציילען עפעס גיטע זכרונות פון זייערע טעיג,

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:30 pm
דורך לאליפאפ
אפשר קען מען מאכן א בית עולם אויך פאר אלע פארשטארבענע ניקס.. יאנקל, קופערניקוס וועלן האבן חשוב'ע חלקות... זר זהב וועט האבן אן אוהל..

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:18 pm
דורך שטילע אינגערמאן
האט נאך איינער באמערקט? צווישען די צענדליגע לייקס אויף שמעקעדיג'ס ארטיקעל דא, האט אונזער [tag]קופערניקוס[/tag] געלייקט.
רבותי, דער זכר לעבט, ער דרייט זיך צווישען אונז, לאמיר נישט אויפגעבען אפשר וועט ער נאך אויפשאנען

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין זיין צוואה האט ער געשריבן אז מ'זאל ניצן זיין אקואנט צו לייקן איין מאל יעדע צוויי חדשים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:21 pm
דורך דולה ומשקה
איך נעם ארויס א פערמיט צו בויען א שוהל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
שוין וואס איז? שטאטישע שוהל איז נישט גוט? אהה בעלעד 52. :D

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:37 pm
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:און סתם א הערה, אינטרסאנט אז דער פאסטן פון ראב"ד פון בי"ד המיוחד "כחא דהיתרא", לעניני היתרים בד' חלקי שו"ע, מיט דער פאסטן יושב ראש פון פילאזאפיע פאקולטע פון קאווע אוניבערזיטעט זענען ביידע געפאלן אויפ'ן זעלבער מענטש.

אויף מיר האט מען אויך ארויפגעווארפן צוויי שווערע לאסטן פון אנפירן די פסיכאלאגיע דעפארטמענט און פון פארלערנען פון מיין רויטן כרכא דכולא ביה, הספוגה בדם לבבם של סוקראטעס וברונא וכל קדושים עמם שמסרו נפשם על קדושת האמת.
בכל אופן שטעל איך מיך צו צום פלאן, און מיין ניק וועט זיך מערצעשעם אהינצוען אין די גאר נאנטע טעג, ביטע נעמט אים אויף מיט אפענע ארעמס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 12:28 pm
דורך וויליאמסבורגער
און איך האב בכלל נישט באקומען קיין פאזיציע :( מסתמא ווייל מ'וויל זיך נישט דערמאנען פון די ביטערע טעג אין גלות וויליאמסבורג.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
זינט מ'האט מיר פארגעשלאגן די "ענגליש פרונצעפיל" פאזיציע וואלט איך געוואלט פארשלאגן מיינע פלענער פאר די "ענגליש דעפארטמענט:

1. קודם וואלט איך געוואלט טוישן די נאמען פון דעם חלק טאג, צו די "עדוקעישאן און אקטיוועטי" דעפארטמענט.
2. די סדר היום וועט זיך אנהייבן נאך לאנטש.
3. כתה א' וועט האבן א צוויי שעה א טאג סדר היום. כתה ב' - כתה ג' דריי שעה, כתה ד' ביז כתה ט' פיהר שעה.
4. דער ערשטע צוויי שעה פון די סדר וועט מען לערנען ליינען, שרייבען, סייענס, גיאגרעפי, היסטאריע און מאטעמאטיקס.
5. די עלטערע קינדער וועלן לערנען אויף א העכערע לעוועל די זעלבע ענינים, ווי אויך קאמפריהענשין, מוזיק שפראך, פאעזיע.
6. נאר קוואלעפייד טיטשערס וועלן ווערן אנגענומען. א דעגרי אין עדיוקעישאן איז א מאסט.
7. די צווייטע האלב פון די סדר וועט זיין באשטימט פאר ארט, עקסערסייז, ספארטס, מוזיק. די עלטערע וועלן אויך לערנען טעכנעלאגיע מיט ethical studies.
8. רעדן ענגליש אין די שעות וועט זיין מענדעטארי, כדי די קינדער זאלן גוט קענען די שפראך פון לאנד.
9. א ספעציעלע לידערשיפ פראגראם וועט אוועקגעשטעלט ווערן ווי די קינדער וועלן האבן די געלעגנהייט מזמן לזמן צו שפילן מוזיק, האלטן א דרשה, ספארטס, שפילן א פלעי פאר אנדערע קינדער אדער עלטערן צו בויען זייער כאראקטער.
10. א שולע סייקאלזשעסט מיט א נוירס וועלן זיין אויף די דעפארטמענס סטעף, אז אונזער ליבע קינדער זאלן ווערן באשיצט בנפש ובגוף.
11. א יעדע חודש וועט מען פאר'ן איין נאכמיטאג אויף א עדיוקעשענעל טריפ.

מיט האפענונג אויף אן הצלחה'דיגע יאר, ווינטשט אייער ליבע פריינט,

רויטע וואנצעס,
פרינצאפעל "עדוקעישאן און אקטיוועטי" דעפארטמענט.
פה קאווע שטעטל יצ"ו.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:06 pm
דורך געפילטע פיש
מזל טוב ידיד נפשי איש שריח חכמים נוחה ממנו שמעקעדיג, פאר די צען טויזענסטע תגובה.

אז מ'רעדט שוין, אין קאלעדזש לערענט מען נישט קיין 'טעכנאלאגיע', אויב עפעס קאמפיוטער סייענס. און האפענטליך ביי די צייט וואס מ'קומט אן אהין (כ'מיין, קלאוזינג און רענאוועישענס נעמט דאך אויך צייט) וועל איך שוין קענען פארלערנען קאלקיולוס אויך. אבער ווער בין איך צו קאמפיט'ן מיט קול דודי, פארוואס?, יאיר, און יידל?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 9:45 pm
דורך יואב
מזל טוב שמעקי!  איך בין באמת אזא איינער וואס האט א שוואכקייט ווען ס'קומט צו ווינטשן און טיילן קאמפלימענטן. גלייב מיך ס'איז נישט אומפארגינערישקייט, נאר פשוט מיין טבע. איך לייד דערפאר א סך, דאס לעבן קומט מיך אן נישט גרינג אין א געזעלשאפט וואס איר פראקליוויטעט צו זיך ווינטשן איז שוין ארויס געקראכן פון יעדער פראפארציע. איך קען אזש א פריקן ניסל ביי א וואכט-נאכט נישט קראכן, אן ווערן איבערגעהאקט דורך הדיוטים וואס זייער ווינטש-טור האט שוין געגרייכט מיין בענקל. איי איך בין דאך נישט מער ווי א שכן און איך האב קיין גענעטיקס פארלוירן ביי דער דאזיגער שמחה? נו, ביי א דאורייתא פסק'נט דאך דער מחבר אז מ'זאגט נישט ספק ברכות להקל.

שמעקי, ביי דיר מוז איך מאכן אן אויסנאם, זיך פארויטלען דעם פרצוף, א קוועטש טאן די האנט און זיך פארגלייזן די אויגן.

זאל אייך גאט באגליקן
מיט אלע אייערע ניקן
תגובות לרחצה זאלט איר רוקן
דער עולם זאל אויף זיי קוקן
די הערצער זיך דערקוויקן
דאס לייק הענטל אויף דיר תמיד דריקן
און אז איר זאגט צריך תיקון
זאלן אלע צו אייער מיינונג זיך בוקן
די אייוועלט טאקטיקן
זאלן אייער געזונט נישט פארצוקן
אין פינטל זאלט איר זיי אריינפליקן
זייער מחאות זאלט איר צעדריקן
און זייער אטאקעס דערשטיקן
זאלן זיי נאר וויסן וואטס קיקן
קאווע שטיבל זע נישט אנשטינקען
דורך זייערע סחורה אהער לינקן
אוי מיינע מחשבות זיי זינקען  
אין קאווע שטעטלע, פיינע נייעס פריקן
אז לערנען וועט פאר זיי נישט קליקן
האט מען יואב געטון פיקן
ער זאל זיי צו דער ארבעט שיקן
ווייטער וועט ער וויין שיטן
פרעסן בשר, נישט נאר טשיקן
וליתר שאת, זיי אויסטאן די היטן.
אוי, די גראמען הייבן אן הינקען
זיי פראבירן מיך הינטן
דער זכר פארשטייט אבער נישט קיין ווינקען
שאט אפ! שוין גענוג געווינטשן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:50 am
דורך איך אויך
האסט אויסגעלאזט:

פאר די אייוועלטיסטן
נישט גיבן קיין שיטן
זיי קענען דיר קושן
ווי די בני ישראל ווישן
זאלן זיי מיינן
אז נאר ביי זיי קענן זיך רביז''ל אידן אויסוויינן
אויף קאווע שטעטל ווי מער קליקן
לייקעס בלי מספר אריינריקן
אבער ח''ו שרייבן פריקן
דאס מעג מען מער נישט נוטצן
וועם עס קומט זיך זאלסטו פראקן
תגובות זיך מערן אויף אלע באקן
עס זאל גיין א רויעך און ראקן
דבר דבר על מקומו קלאפן
אבער נישט סתם מיט גרינעס לעקן
עס זאל זיין וואס צו ליינן
נאר מיט שיינען
אויף אלע חתונות טאנצן
דיינע אשכולות זאלן בלייבן בראש ולא בקעלערן
ביי קיינעם נישט זעהן קיינע פעלערן
פאזיטייו און נישט האקן
ווייניג דארפן מעקן
נאר אייביג פיין שמעקן!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:14 am
דורך נתן מנחם
וועט אויך זיין א בית החיים אינדעראויסען פון שטאט פאר פארשטארבענע ניקס?