נייעס פון פאלעסטינע..... אהההמם....

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

פארשטענדליך? וואס דארף זיין פארשטענדליך? וואס איז נישט פארשטענדליך?
וואס איז דאס אז די אפענע קעפ אויף קאווע שטיבל וואס קענען געווענליך פארטראגן פארשידענע מיינונגען, ווערן אויס מענטש ווען זיי ליינען איבער א 'רואיגע' 'דורכשניטליכע' וואך אין אקופירטע פאלעסטינע?

גייט דאס ממש אזוי ווייט אז נאך די ערשטע שטיקל נייעס קענען אונזערע קלוגע אידן נישט ליינען ווייטער?

אגב דאס איז פון בערך דריי וואכן צוריק, און האט דעריבער אויף קיין פאל נישט צו טון מיט די וואך, איך האב עפעס נישט געקענט טרעפן די וואכיגע,
עניוועי, דאס איז נישט געווען א בארעכטיגונג אדער ערקלערונג אויף גארנישט, דאס איז נישט געווען מיין ציל,
קלאר?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:mondoweiss.net/2014/10/settlers....

לחיים! מזל טוב, ר' ישראל קאפקע, פאר ווערן באשטימט אלס דער פאלעסטינער אמבאסאדאר צו די אידן אין אמעריקע.
ס'איז דא א ווערטל פון אן אלטן פאלעסטינער פילאזאף, וועלכער האט געשריבן אין די פאלעסטטינער שריפטן, פאר בערך צוויי טויזנט יאר צוריק "על האדזש-אל קודס" . אז אויב מ'פלאגט זיך, טרעפט מען. אויב מ'פלאגט זיך נישט קענמען נישט טרעפן. אבער אינז, די רעשטלעך פון די פאלעסטינער פלטים וואס די פארשאלטענע ציונים האבן פארטריבן פון זייער ערד, וואס אללאה האט זיי געגעיבן, האבן שטארק געזוכט און געפונען אזא אינטעליגענטן רעפרעזענטאטיוו וועלכער וועט אינש'אללאה, פארטרעיטן אינזער אינטרעסן, על צד היותר טוב. (אנטשולדיגט פאר שרייבן אין די שפראך פון די ציוניסטישע מערדערס. דער שרייבער פון די שורות קען נישט רעדן אדער ליינען די הייליגע אראבישע שפראך, וואס ווערט גערעדט אין פאלעסטיין, אל-קודס...!).
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל קאפקע האט געשריבן:פארשטענדליך? וואס דארף זיין פארשטענדליך? וואס איז נישט פארשטענדליך?
וואס איז דאס אז די אפענע קעפ אויף קאווע שטיבל וואס קענען געווענליך פארטראגן פארשידענע מיינונגען, ווערן אויס מענטש ווען זיי ליינען איבער א 'רואיגע' 'דורכשניטליכע' וואך אין אקופירטע פאלעסטינע?

גייט דאס ממש אזוי ווייט אז נאך די ערשטע שטיקל נייעס קענען אונזערע קלוגע אידן נישט ליינען ווייטער?

אגב דאס איז פון בערך דריי וואכן צוריק, און האט דעריבער אויף קיין פאל נישט צו טון מיט די וואך, איך האב עפעס נישט געקענט טרעפן די וואכיגע,
עניוועי, דאס איז נישט געווען א בארעכטיגונג אדער ערקלערונג אויף גארנישט, דאס איז נישט געווען מיין ציל,
קלאר?

יא יא! און דאס ציגעלע וואס האט גענומען די שטרוי איז אויך געווען א גרויסע גנב'טע..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ר' בערל
דיינע ווערטער ווייזן נאר ווי ווייט היימישע אידן, און די מערב וועלט בכלל זענען נישט עקספאוזד צו נייעס און מיינונגען וואס זענען אנטי מדינת ישראל, אויף אזוי ווייט אז אויב איינער שרייבט נאר איבער פאלעסטינער נייעס 'מוז זיין' אז ער איז דער אמבאסאדאר צו פאלעסטינע,
זאג נאר האט איינער די אמאל באצייכנט אלס דער אמבאסאדאר פון מדינת ישראל?
ניין, ביזט סתם א איד וואס איז פארגלייבט אין מדינת ישראל, און עס אינטערעסירט דיר וואס דארט גייט פאר, ביזט אפשר אפי' א ציוניסט, אבער עס פאלט קיינעם נישט ביי דיר אנצורופן אמבאסאדאר צו מ.י.,
דאס זעלבע מיט מיר, איך בין פשוט אן אנטי ציוניסט, דעטס איט, אן קיין שום שטעלע,

(זאג נאר ר' בערל, ביזטו אפשר די אמבאסאדאר צו פליפ-פלאפיסטאן? אדער משה-בער-לאנד? :lol:)

אגב, איך מיין נישט דווקא דו, איך רוף דיר נישט א ציוניסט, נאר אנגעכאפט א משל,

מאטי האט געשריבן:

איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן, ביטע עלאבערירן,
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל, מ'קען שרייבן אמת'ע אומשולדיגע רעפארטאזש און דאך וועט זיך אנזען א בולט'דיגער אגענדע. ופעילד מעסייע יוכיח.

דאס איז געזאגט געווארן אויף ביידע זייטן פון די מטבע.

די ציגעלע משל איז פונעם באקאנטן משל די מגפה אין וואלד, קוק עס נאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

מאטי האט געשריבן:ישראל, מ'קען שרייבן אמת'ע אומשולדיגע רעפארטאזש און דאך וועט זיך אנזען א בולט'דיגער אגענדע. ופעילד מסייע יוכיח.

דאס איז געזאגט געווארן אויף ביידע זייטן פון דעם מטבע.

ריכטיג, ריכטיג,
אבער פאקטיש באקומען מיר רוב פון אונזער נייעס פון די מדינת ישראל זייט, (אינקלודינג איך), (נישט ממש אויף די שטאפל פון פעילד-מעסייע העיט ספיעטש, אבער) די מידיע אין אמעריקע און פארשטייט זיך אין מדינת ישראל איז שטארק פרא מדינת ישראל ביי דיפאולט, (איך ווייס נישט צי דו וואוינסט אין אמעריקע אדער אין מ.י.)

סאו א לינק צו די אנדערע זייט איז נישט עפעס אויף וואס מען דארף זיך ערגערן.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ארטאדאקסן באקומען בעיקר זייערע נייעסער אויף א פרא ארטאדאקסישער זייט, המודיע, עמי, משפחה, דער איד, בלאט איז שטארק פרא ארטאדאקסן ביי דיפאולט. ע"כ איז נישט געפערליך אמאל נאכצוברענגן פעילד מעסייע צו הערן אביסל די אנדערע זייט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

מאטי האט געשריבן:ארטאדאקסן באקומען בעיקר זייערע נייעסער אויף א פרא ארטאדאקסישער זייט, המודיע, עמי, משפחה, דער איד, בלאט איז שטארק פרא ארטאדאקסן ביי דיפאולט. ע"כ איז נישט געפערליך אמאל נאכצוברענגן פעילד מעסייע צו הערן אביסל די אנדערע זייט.

And here I thought that this is what Kaveh shtiebl was all about!! (I already made a distinction between failed messiah hate speech, and the rest, previously) :בארד: :בארד: :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ר' בערל
דיינע ווערטער ווייזן נאר ווי ווייט היימישע אידן, און די מערב וועלט בכלל זענען נישט עקספאוזד צו נייעס און מיינונגען וואס זענען אנטי מדינת ישראל, אויף אזוי ווייט אז אויב איינער שרייבט נאר איבער פאלעסטינער נייעס 'מוז זיין' אז ער איז דער אמבאסאדאר צו פאלעסטינע,
זאג נאר האט איינער די אמאל באצייכנט אלס דער אמבאסאדאר פון מדינת ישראל?
ניין, ביזט סתם א איד וואס איז פארגלייבט אין מדינת ישראל, און עס אינטערעסירט דיר וואס דארט גייט פאר, ביזט אפשר אפי' א ציוניסט, אבער עס פאלט קיינעם נישט ביי דיר אנצורופן אמבאסאדאר צו מ.י.,
דאס זעלבע מיט מיר, איך בין פשוט אן אנטי ציוניסט, דעטס איט, אן קיין שום שטעלע,

(זאג נאר ר' בערל, ביזטו אפשר די אמבאסאדאר צו פליפ-פלאפיסטאן? אדער משה-בער-לאנד? :lol:)

אגב, איך מיין נישט דווקא דו, איך רוף דיר נישט א ציוניסט, נאר אנגעכאפט א משל,

ר' ישראל קאפקע שליט"א: איכ'ל דיר פרובין מסביר צו זיין: אזוי ווי איך בין אן אפשטאמיגער פון אברהם, יצחק און יעקב. און שרה, רבקה, רחל און לאה זענען געווען מיינע מומעס און באבעס. איז ווען איך הער אז איינער פון מיינע פינף-הונדערסטע קאזינס, וועלכער איז אויך אן אייניקל פון די זעלבע מענטשן, ווערן ח"ו געשעדיגט, געט עס מיר א שטעך אין הארצן און אין מיין נשמה. לאידך גיסא. ווען איך הער אז איינער פון מיין האלבן פעטער (ישמעאל) 'ס אייניקלעך ווערט געשעדיגט, טוט עס מיך נישט זייער שטארק בארירן. ספעציעל ווען איך ווייס וואספארא מערדערס און רוצחים זיי זענען. אזוי ווי זייער זיידע...איי עם סארי. אבער איך קען נישט זיין ראציאנאל, אזוי ווי דו. נאך א נקודה. ווען די פיינע אומשולדיגע אראבערס שרייען "איטבח-אל-יאהוד" מיינען זיי דיך פונקט אזוי ווי מיך (האפנטליך.). זיי זאגן נישט "איטבח-אל-ציוני"...! אין חברון אין יאר 1929, האבן זיי אויסגעשאכטן די קנאים, פונקט אזוי ווי די ציונים. און ווען זיי האבן געלייגט באמבעס אין מאה שערים, האבן זיי גאנץ גוט געוואוסט אז דארט וואוינען מער קנאים ווי ציונים...!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:ארטאדאקסן באקומען בעיקר זייערע נייעסער אויף א פרא ארטאדאקסישער זייט, המודיע, עמי, משפחה, דער איד, בלאט איז שטארק פרא ארטאדאקסן ביי דיפאולט. ע"כ איז נישט געפערליך אמאל נאכצוברענגן פעילד מעסייע צו הערן אביסל די אנדערע זייט.

And here I thought that this is what Kaveh shtiebl was all about!! (I already made a distinction between failed messiah hate speech, and the rest, previously) :בארד: :בארד: :lol:

קודם כל דארפסטו נישט מאכן א יעדען תגובה מיינער ווי א פארהער ווי אזוי א קלוגער קאווע-שטיבל ניק פירט זיך אויף. (דו לייגסט מיר סתם אזוי אריין אין לחץ....) והשנית, איך בין מודה אז ס'דא א חילוק פון פעילד מסייע און פאלעסטינע געשטימטער נייעסלעך. אבער לגבי מיין נקודה וואס איך ברענג ארויס (אז מ'קען זען א באהאלטענע אגענדע אינעם קאנטעקסט פון די נייעס) איז דער חילוק נישט מחלק.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איך גיי נישט אריינגיין אין יעדע איינציגע נייעס שטיקל וואס ווערט געברענגט אין מיין לינק, און שוקל זיין יעדע שורה,

וואס איך זאג איז, אמת פאלעסטינער נייעס אגענטורן זענען פרא פאלעסטינע (באהאלטענע אגענדע), אבער איזראעלי נייעס איז די זעלבע פרא איזראעל, זיי זענען גארנישט מער פרא זייער זייט ווי די איזראעליס צו זייער זייט,

אפשר וועגן דו ביזט אזוי צוגעוואוינט צו די פרא איזראעל טערמינאלאגיע און נאראטיוו, איז יעדע טערמין וואס פרא פאלעסטינע זייטלעך נוצן שפרינגט ארויס ביי דיין (skewed מחמת unexposure) בייעס דעטעקטער אלס
'מער ווי געווענליך' בייעס,

קאווע שטיבל איז בייעסד קעגן די סיסטעם',
קול מבשר איז בייעסד צום 'מיט גרויס שוידער שטיינער אויף מציבות אויפן הר הזיתים' קעגן 'די פאלעסטינע יוגנטליכע' (על כל פנים אין די חדרישע נייעס)
המודיע, יתד, עמי, משפחה, וואסאיזנייעס, ישיבה וועלט, דזשואיש פרעס, דזשערוזאלעם פאוסט, וויינעט, דזשעי,טי,עי, וכו' זענען זייער בייעסד צו מדינת ישראל, שוין אפגערעדט פון ערוץ7, אלגעמיינער, ישראל היום וכו',

דאס איז די נייעס פון זייער זייט, דעטס האו איט איז, און עס איז גארנישט מער בייעס ווי געווענליך,

פעילד מעסייע איז כלל נישט דומה, לאז אים ארויס פונעם שמועס.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

גערעכט, חוץ די שורה:
אבער איזראעלי נייעס איז די זעלבע פרא איזראעל, זיי זענען גארנישט מער פרא זייער זייט ווי די איזראעליס צו זייער זייט,

ישראליש'ע נייעס רייסן כסדר אראפ זייער אייגן לאנד און לאזן פאלן ווערטער לטובת די פאלעסטינע זייט, משא"כ די אנדערע צד, צו ווייל זיי ווילן נישט צו ווייל זיי מעגן נישט.

מיין פאוינט איז, אודאי אן אינסיידער איז בייעס פאר זיין אייגענעם אויפברענג/סביבה/קולטור. איך פארלאנג נישט פון א פאלעסטינער געבוירענער צו זיין בייעס אקעגן זיין פאלק. (הגם ס'דא גענוג און נאך, עיין ערך Green prince) אבער פאר א דרויסענדער וואס שאצט אפ ביידע זייט אין דארף מחליט זיין ווער איז די "גוד גיי'' און ווער איז די "בעד גיי" אדער אפילו צו ביידע זענען גוד אדער ביידע בעד דאס קען אפילו א פשוט'ע אמת'ע נייעס'ל מגלה זיין.
און איך זאג קלאר! איך האלט די איזרעליס זענען בדרך כלל די גוד גייס און די פאלעסטינער די בעד גייס. וואס טוט זיך מיט דיר?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטי האט געשריבן:גערעכט, חוץ די שורה:
אבער איזראעלי נייעס איז די זעלבע פרא איזראעל, זיי זענען גארנישט מער פרא זייער זייט ווי די איזראעליס צו זייער זייט,

ישראליש'ע נייעס רייסן כסדר אראפ זייער אייגן לאנד און לאזן פאלן ווערטער לטובת די פאלעסטינע זייט, משא"כ די אנדערע צד, צו ווייל זיי ווילן נישט צו ווייל זיי מעגן נישט.

מיין פאוינט איז, אודאי אן אינסיידער איז בייעס פאר זיין אייגענעם אויפברענג/סביבה/קולטור. איך פארלאנג נישט פון א פאלעסטינער געבוירענער צו זיין בייעס אקעגן זיין פאלק. (הגם ס'דא גענוג און נאך, עיין ערך Green prince) אבער פאר א דרויסענדער וואס שאצט אפ ביידע זייט אין דארף מחליט זיין ווער איז די "גוד גיי'' און ווער איז די "בעד גיי" אדער אפילו צו ביידע זענען גוד אדער ביידע בעד דאס קען אפילו א פשוט'ע אמת'ע נייעס'ל מגלה זיין.
און איך זאג קלאר! איך האלט די איזרעליס זענען בדרך כלל די גוד גייס און די פאלעסטינער די בעד גייס. וואס טוט זיך מיט דיר?

מאטי: איך בין מיט אלעם מסכים וואס דו זאגסט אין דיין תגובה. אויסער מיט'ן לעצטן פסוק. אויב דו ווייסט נאכנישט וואס ס'טוט זיך מיט ישראל קאפקע, דארפסטו באשטעלן נייע אויגן גלעיזער...!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

האסט מיר גארנישט מחדש געווען, דו האלסט אז די איזראעליס זענען די גוד גייס, און
איך וועל דיר גארנישט מחדש זיין מיין איך, אז איך זה נישט די איזראעליס אלס די גוד גייס, כאטש איך וואלט עס נישט געלייגט אין טוירם'ס אוו 'גוד גייס בעד גייס', איך זע רייט סייד און ראנג סייד, און די פאלעסטינער זענען אין מיין אפאניען אן דע רייט סייד אוו דע אישו,

נישט אז ליבעראלע איזראעליס קענען נישט זיין אן דע רייט סייד, אבער מיר אלע וויסן אז זיי זענען אין די מינאריטעט, און די לאנד נויגט שטארק אויף רעכטס, אין די לעצטע יארן.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל טייערער, "אן די ראנג סייד" מיינסטו מיסודם? צי דו מיינסט אינעם וועג וויאזוי זיי באהאנדלען דעם קריזיס (אריינגערעכנט די פרשה מיט די אקופירטע געביטן)?
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ר' בערל
דיינע ווערטער ווייזן נאר ווי ווייט היימישע אידן, און די מערב וועלט בכלל זענען נישט עקספאוזד צו נייעס און מיינונגען וואס זענען אנטי מדינת ישראל

א קליינע הגהה: אמעריקע, נישט די מערב וועלט בכלל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

פלאוויוס האט געשריבן:ישראל טייערער, "אן די ראנג סייד" מיינסטו מיסודם? צי דו מיינסט אינעם וועג וויאזוי זיי באהאנדלען דעם קריזיס (אריינגערעכנט די פרשה מיט די אקופירטע געביטן)?

בעצם מיסודם, העמיר רעדן מוצאי,

איבער די חילוק צווישן אמעריקע/מערב וועלט ביזטו גערעכט כאטש נישט אינגאנצן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
פלאוויוס האט געשריבן:ישראל טייערער, "אן די ראנג סייד" מיינסטו מיסודם? צי דו מיינסט אינעם וועג וויאזוי זיי באהאנדלען דעם קריזיס (אריינגערעכנט די פרשה מיט די אקופירטע געביטן)?

בעצם מיסודם, העמיר רעדן מוצאי,

איבער די חילוק צווישן אמעריקע/מערב וועלט ביזטו גערעכט כאטש נישט אינגאנצן.

אין אמעריקע איז אויך דא די צווייטע זייט פון די מטבע. אפשר נישט מיט אזויפיל שנאה אקעיגן מדינת ישראל ווי די אייראפעאישע מידיא. אבער דער ניו יארק טיימס און וואשינגטאן פאוסט נעמען בדרך כלל אן אן אנטי איזראעלי/פרא פאלעסטינער שטעלונג אין די וועג וויאזו זיי פרעזענטירן די נייעס און די קאמענטארן.
אין פאל פון די ניו יארק טיימס גייט דער בייעס אריבער אפילו צו זייערע רעפארטס איבער אידן און אידישע נושאים בכלל. למשל , ווען ס'האט זיך געטומלט מיט א פאר יאר צוריק איבער די פרויען באס-דרייוערס וואס די באורד אוו עד. אין מאנרא האט געשיקט קיין קרית יואל, האט דער טיימס אנגענומען אינגאנצן אן איינזייטיגע שטעלונג אקעיגן די אידן. זיי האבן אפילו געשריבן מיט א ביסל סארקאזם און חוזק פון די אידישע מנהגים בכלל. מ'האט עס געקענט תולה זיין אין זייער אולטרא-ליבעראליזם. אבער דער אמת איז, אז זיי בייגן זיך איבער מן הקצה אל הקצה נישט אנצונעמען א פרא-אידישע שטעלונג, אז די גויים זאללן נישט ארויסהייבן דעם אידישן אפשטאם פון זייערע אריגינאלע בעלי בתים. כאטש היינט איז שוין נישטא קיין זכר פון זייער אידישקייט. נאכדעים וואס זיי האבן חתונה געהאט מיט גויים. און איינער פון די משפחה האט זיך אפילו אפיציעל געשמד'ט...!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ענגלאנד גייט מאכן אן איבעזיכט אויף אלע וואפן עקפארט לייסענס צו מדינת ישראל.
דאס קומט נאך די אינצידענט אין עזה לעצטע וואך, ווען מדינת ישראל סאלדאטן האבן דערשאסן צום טויט א פאלעסטינער פארמער וואס האט אריינגעוואנדערט אין די זאנע ארום די גרעניץ צוים וואס נעמט ארום די עזה טורמע, (מדינת ישראל האט אויפגעשטעלט א צוים ארום עזה, און איינגעווארפן אלע געביידעס און פעלדער 'אין' עזה וואס געפונען זיך ביז טויזנט מעטער פון דעם צוים, און אויפגעאקערט א טויזנט מעטער פאס, פאראלעל צום צוים, אויב א פאלעסטינער גייט אריין אין דעם זאנע (וואס ווי געזאגט געפונט זי זיך אין עזה טעריטאריע) וועט מדינת ישראל סאלדאטן קודם שיסן ווארנונג קוילן, און דערנאך קוילן צו הרגנען).
אין די פארלאפענע עטליכע יאר זענען צענדליגע פאלעסטינער, אריינגערעכנט פילע קינדער, געשאסן געווארן צום טויט דורך מדינת ישראל, פארן אריין בלאנדזשען אין דעם פאס.

אינמיטן זומער נאך די שלאכט מיט כאמאס, האט ענגלאנד באצייכנט צוועלף וואפן עקספארט לייסענס צו מדינת ישראל וואס גייען ווערן אפגעשאפן אין פאל פון א פרישע קאנפליקט.

ענגלאנד זאגט אז די וואפן ווערן באנוצט אין פארלעצונג פון די אינטערנאצינאלע קריגס געזעץ.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל, ס'איז נישט קיין ספק אז יעדער מענטשליכער פארלוסט איז א טראגעדיע, אבער משום מה פארגעסט מען אז דאס איז מלחמה. מיר לעבן נישט אין ארץ-ישראל אין פרידנס צייטן, און בשעת א מלחמה מאכט מען גרעניצן, און ווען עמיצער גייט איבער די גרעניץ קען געשען פאטאלע טעותים. דער גרעסטער קאשמאר פון די סאלדאטן ארום עזה איז צו ווערן פארכאפט, און אן אומשולדיגער פארמער איז קיין שום באווייז נישט אז ער האט געהאט גוטע כוונות... אויב האבן זיי געדארפט, לויט די כללים פון מלחמה [וואס איז נישט אייניג פון לאנד צו לאנד] רעאגירן מיט פייער צו יענעם פארמער, זע איך נישט וויאזוי מ'קען דאס באשולדיגן.

איך בין נישט דארט געווען, און איך ווייס אודאי אז טעותים מאכן זיך אויך, אבער נעמענדיג אין באטראכט די סיטואציע איז אוממעגליך אנצונעמען די נייעס אזוי טרוקענערהייט, שווארץ און ווייס.
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

כידוע ליודעי הענין איז די פרשה מיט סאדא סטרים דייקא א דירעקטער מעכטיגער קלאפ פאר די ארץ ישראל'דיגער פאלעסטינער
און כ'בין מדגיש די ארץ ישראל'דיגער קעגן די אזויגערופענע פאלעסטינער אקטיוויסטן פון איבער די וועלט (אריינגערעכנט די אידישע פאלעסטינער) וועלכע האבן בסך הכל איין ציהל אנטי-סעמיטיזים און האט גארנישט קיין ברעקל שייכות מיט מיטלייד מיטן באקירוועדטן פאלעסטינער היימלאזער נעבעבדיגן פערזאן, והא ראי' קוק נאר אן די שלום-ליבהאבערס אנטווארט צו די מענטשןפארברעכנס אין לבנון, איראק, איראן, סודאן, סיריע, און ווי אימער ס'וואוינען נאר די אומצעוולעזירטע פאלק מיטגלידער מכל מקומות מושבותיהן, זאל נאר דער אנטי-ציוני קנאי זיך ציען צו איין פון די אויבענדערמאנטע לענדער...
צוריק צו סודע סטרים, די פירמע האט געהאט הודערטער פאלעסטינער גוט באצאלטע איינגעשטעלטע, וועלכע זענען געוועהן די נגידים פון זייער דארף און פרנס השנה פארן שמייליגן חק''ס וכדומה, יעצט האבן טאקע אלטוועלטיכע פאלעסטינער געזיגט מיטן אריבערצואונג פון די פאבריק אבער מ'זיכט נייע ראשי הקהלה און צענדליגע דערפער!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@חסיד,
דו מיינסט מן הסתם די מערב ברעג פאלעסטינער, איא?
געליינט האב איך אז סאדא סטרים גייט פראבירן צו באקומען ארבייט פערמיטן אז די מערב ברעג ארבייטער זאלן קענען אריינפארן אין מדינת ישראל צו ארבייטן אין זייער נייע פאבריק.

צו זאגן אז די נידריג ראנגיגע פאלעסטינער ארבייטער אין סאדא סטרים זענען געווען די נגידים פון זייערע דערפער? חלומות איז נישט דאס ווארט.
פארשפארט