מיין פארשטאנד איז אז סיי אין פעדעראלע און סיי אין ניו יארק סטעיט קעיסעס איז דער יו עס אטורני אדער פראקואר נישט מחיוב צו מעלדן דעם באשולדיגטן אז ער איז אונטער אן אויספארשונג און פארענט פון א גרענד זושרי. אן אויסנאם איז אויב דער באשולדיגטער איז שוין אינדייטעט און אנגעקלאגט אויף אנדערע קלאגעס.
אויב ווערט אבער איימיצער געוואר אז ער איז פארענט פון א גרענד זשורי מעג ער "פארלאנגן" ערלויבעניש צו אויפטרעטן פארענט פון די זשורי. די רעגירונג איז דאן מחיוב צו נאכגעבן די פארלאנג.
אפי' זי איז נישט מחיוב, וועט אבער די רעגירונג יא איינמעלדן איבער אן אויספארשונג פאר מערערע סיבות, אריינגערעכנט די האפענונג צו כאפן דעם קרבן ביי א ליגענט. נישט ווייניג מאל זענען באשולדיגטע נישט אינדייטעט געווארן פאר די אריגינעלע קלאגעס אבער יא אנגעקלאגט געווארן אין אבסטרוקציע אוו יוסטיץ אדער לייאינג טו עי פעדעראלע אגענט.