בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:40 pm
דורך הוגה
זייער פיין און ל'מעשה'דיג. יישר כח. נאר איין הערה:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:דער סיסטעם דארף זיך אויפהערן צו די חתונה. שוין, אריינגעבראטען 7 יאר תורה לשמה, יעצט גיי ארבעטן.
די סיסטעם דארף זיך אויפהערן ביים געבורט.
.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 6:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער גאנצע אשכול רעדט אן עקסטרעמע שפראך. אדער האלט א יונגערמאן ביים לערנען אין גאנצען, ממלא דארף ער נישט קיין כולל ער קען אליינס לערנען. אדער האלט ער בכלל נישט ביים לערנען, ממילא זאל ער גייען ארבעטען.
דער מציאות איז נישט ממש אזוי. אסאך יונגעלייט, אדער אפילו רוב רובם פון גוטע פיינע יונגעלייט, דארפען א סעד לתומכם. זיי דארפען אביסל א הילף פון א סביבה, א ראש כולל, א פלאן ועוד, ביז זיי קומען אן צום לערנען ריכטיג. ס'איז נישט שלעכט, ער איז סך הכל נאר ניינצען יאר אלט. אבער אז מ'גיט איהם די געלעגענהייט צו זיצען און לערנען, וועט ער קענען תורה און ווערען א לייטישע יונגערמאן אין די פאר. און אפילו ער גייט שפעטער ארבעטען, האט ער ביי זיך די חשיבות פון תורה און זיין שיעור וועט אנדעריש אויסקוקען און זיין שטרעבונגען פאר זיין קינדער וועלען זיין אנדעריש.
און אפילו א שוואכע יונגערמאן, ווען ער זעט אנדערע ליגען אין לערנען, ער איז ארונגערינגעלט מיט יונגעלייט וואס לערנען יא פלייסיג און ער זעט די גליק אויף זייער לעבען, האט עס אויך א השפעה אז ער וועט נישט אזויפיל גליטשען שפעטער.
און צו דער וואס האט געזאגט אז זיבען יאר תורה לשמה איז גענוג. איך בעט דיר. די לערנען פון א קליין קינד האט ווייניג שייכות מיט די לערנען פון אן ערוואקסענעם מענטש, און אז ער קען אריינשטופען אין געדערעם א פאר יאר לערנען מיט'ן אייגענעם ארבעט, נישט געצוונגען פון א משגיח, אבער מיט אביסל הילף פון דערויסען, איז עס א חינוך לנצח וואס מ'האט נישט פון די קינדערישע יארען.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:31 am
דורך מור וקציעה
עס איז קורע עד לב השמים ווי בלינד אונזערע מנהיגים זענען,
א יונגערמאן מיט 8 קינדער וואס די חובות דרוקען אים נעבעך אזוי שטארק אז ער קען ליידער נישט געהעריג קאנצעטרירען ביים לערנען, פרעגט ער אן ביי ר' חיים קניבסקי צו ער זאל קויפן אן אמעריקאנע לוטו ווייל די ישראלישע איז אים נישט גענוג,
ר' חיים זאגט אים טאקע ריכטיג אז א לוטו איז א מניח על קרן הצבי, און זאגט דעם יונגערמאן מתפלל צו זיין וזהו,
רבונא דעלמא כולא, ווי קען א איד וואס מער אידען קומען זיך אויסרעדען דאס הארץ און בעטען א ברכה ווי סיי וועם זיין אזוי בלינד, פארשטייט ער טאקע נישט אז א יונגערמאן מיט אזעלכע שאלות איז עובר אויף כל מיני הלכות פון ביומו תתן שכרו, לוה רשע ולא ישלם, וכו'
פארוואס פרעגט ער אים נישט אויב ער באצאלט זיינע גראסערי בילס וואס זיין געזונדל קויפט איין, און אויב האט ער חובות איז ער מחויב צו טון אביסעל השתדלות צו שפייזען זיינע 8 קינדער, ווי קען א מנהיג ענטפערען אזא תשובה???
ווי איז מינימאלע אחריות צו זאגען פאר דעם יונגערמאן צו טרעפען א זשאב און קובע זיין עתים לתורה אזוי ווי אידען האבען געטון אלע דורות, נישט יעדער איז זוכה צו תורה וגדולה, דער רמב''ם האט אויך נישט זוכה געווען צו לערנען א גאנצע טאג
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 10:51 am
דורך תורה ומדע
לגבי א לאטארי איז דאך פשוט אז ר חיים איז גערעכט. נאר וואס דען, דער פראבלעם איז אז דאס איז א פענאמענאן וואס טוטס זיך אפ טאג טעגליך בפרט אין ארץ ישראלץ מיר דארפען ארבעטען קעסיל כלים צו טוישען דער טרעדשעקטארי וואס פיהרט צו עניות רח"ל וכל המסתעף מזה.
איך האלט אז די צו השעה בדורינו איז צו אוועקשטעלען אידישע פרנסות בדרך כבוד ובהיתר וכו' בדרך קאללעדש און וואקעישינאל פראגרעמס. אויב מיר וועלען דאס נישט טוען וועלען זיין אסאך מער אומצופרידענער יוגנט וואס ועלען ווערען אפלאזערס...