בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:31 am
דורך מ גפני
DUP
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:42 am
דורך ישראל קאפקע
צען מינוט און קיינער האט נישט צוגעטראפן??
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:47 am
דורך [NAMELESS]
למעשה צייגט עס א רויטע פאן, אפשר קען מען זאגן אז אידן הארגענען נישט אבער ווען ס'קומט צו געלט קען מען נישט וויסן.
דאס זענען אונזערע רבנים און עסקנים .
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:59 am
דורך בשבילי!
ברוך השם איך האב שוין איבער 500 לייקס. היינט אבער האט מיר קיינער נישט געלייקט, ביטע טוטס א טובה.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:05 am
דורך כוכב
ריכטיג איז איחוד.
סנדר דייטש איז בערל און לייקס איז פינטל.
כעעוורא הערטס אויף מיט די קארני סחורה אז עטס קענטס ניטש לאזט עס פאר מיר...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:07 am
דורך גיבור
בשבילי! האט געשריבן:ברוך השם איך האב שוין איבער 500 לייקס. היינט אבער האט מיר קיינער נישט געלייקט, ביטע טוטס א טובה.
די פינטעלע יוד
און ווער איז דאס?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 12:24 pm
דורך יואב
אויף דיין צווייטער נקודה איבער דער אויטענטישקייט פון אבסטראקט פעמפער ווישערס און ווי ווייט ס'האט נישט קיין שייכות מיט מיסטיסיזם וועל איך צולייגן מיינע צוויי גראשן, הגם אין אמת'ן איז דאס ווייט פון א נייעם מושג און ווערט שוין אן א שיעור ארומגערעדט דורך חכמי העולם הן שבדורנו און נאך אפילו אזוי ווייט ווי ביז אריסטו'ס שוויגער אדער עליפארני'ס שפחה חרופה. איך מיין אז אפילו די וועלכע גלייבן נישט אין השארת הנפש וואלטן מודה געווען אז דאס איז געווען די סיבה פאר סעינט פאול אפצושאפן ברית מילה ביי אחינו הנוצרים און האט מיט בלומבערג'ס מציצה בפה ווי דער על הגאולה מיט הרב קוק. הרב טענדלער וואלט לכאורה נישט מסכים געווען אוייפצוגעבן דעם משזר לתורים וואס איז מתיר אפילו ווען די קעדאטשקעס מיינט דוקא אן שיך אזוי ווי ער ברענגט שוין אגב כלפי חלוצה ביי דער באקאנטער פישקאקווארדיינער יבמה פרשה וואס דארט האט זיך דער אמת קלאר אויסגעשטעלט לעיני השמש און נאכאמאל באשטעטיגט דאס וואס יודעי בינה בדורנו האלטן כלפי אינטעלעדשענט דיזיין כאטש ס'איז נישט קיין סוד אז דאס וואס דו שרייבסט איבער שיטת הרמב"ם אויף העליאוסענטריזם איז פונקט גוט פאר לופטיגע שובבים תורות. איך זע נאך נישט פארוואס אונז חסידים וואס זענען מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג בלויז ווייל א מעזעבוש'ער איד ר' ישראל האט אזוי געוואלט, זענען ווייניגער קאפ אין וואנט אריין ווי די בודיסטן וואס האלטן אז קידוש החמה ברויך מאכן צוזאמען מיט התרת נדרים איינמאל אין א יובל העשור אויב ס'רעגנט פאר זיבן וואכן נאכאנאנד. אדרבה! טרעף מיך א גדול וואס וואלט געזאגט אז פאנגעס אויף די פיס איז א חציצה, אדער אפילו א מום אויב איז ער א כהן. ס'איז טיפיקל אונז חרדים וואס ברויכן אייביג זוכן די שיטה וועלכע איז דאס מערסטע רחוק מן השכל. בקיצור, ס'איז אן אריכות דעם גאנצן ענין דא, און ס'איז נישט מעגליך דאס ארויס צו האבן סתם מיט ווארפן אזאנע חסידישע פשעטלעך. ס'פארלאנגט זיך צו האבן כאטש סיי וואספארא אהנונג איבער דעם קאזמאלאגישן חלק בכלליות, און אויך דעם טעאלאגישן טייל אויף וויפיל ס'איז נוגע דא. ס'איז ממש רחוק מן המציאות צו זאגן אז דער אבן עזרה און נאך ראשונים האבן געהאלטן אזוי, ס'איז פונקט גוט פאר רב וואויזנער'ס לעכערליכן פסק איבער דער אינטערנט. און כלפי דעם חלק הפסיכאלאגיע איז ממש א לצנות שאין כדוגמתו צו אהערברענגן די הגדרה פון דעם סאטמערער רבי בנוגע אינפערטיליטי. אפילו אויב זאל דאס נאר זיין טעארעטיש, איז דאס נישט קיין קלענערע טיפשות ווי צו גלייבן אז די זיידעס קומען אראפ צום מצווה טאנץ פון גן עדן. איך וואלט געזאגט אז דאס איז פשוט תלוי אין חסרון הבנה, עין ערך עסיג אום חודש תשרי, אדער איז אויך דא א בוך דערויף וואס איך געדענק נישט אויף דער מינוט די נאמען. אין קורצן טענה'ט יענער אז אויב זאל עוועלוציע טאקע נישט זיין מער ווי א פוסטע זייפן בלאז, וואלט א גלעזל קאווע קיינמאל זיך געטוישט צו א מער ליכטיגן קאליר אפגעזען וויפיל מילך דו זאלסט נאר אריינגיסן. ס'איז אפשר אן עקסטרעמער ביישפיל, אבער די עצם נקודה לייגט זיך שטארק אויפ'ן שכל אויב שטייצעך זאל זיין אז דאס שטיקל כרפס וואס מיר עסן פסח אויפדערנאכט איז טאקע ווייניגער ווי א כזית. אבער דאס איז שוין ממש א נושא פאר זיך, און איך וועל אפשר טאקע מאכן א באזונדערן ארטיקל איבער דעם אויב און ווען איך וועל האבן צייט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 12:43 pm
דורך כוכב
יאיר!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 12:43 pm
דורך יואב
יו גאט איט!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:31 pm
דורך כוכב
צילינדער אין דאמבע,
פאסטווענד א צירקוס-מאלפע
דער בייזער בוימ-אייל, פארזיבלט?
זעברא, פארמערט אלגעברא
פנחס'ס צארן פאר'טומל'ען
שטרייטן דעם ארגמן,
קרייען טוט דער כרפס!
א דרייסטע דלפון
מעקעט ווי קוגעלעך
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:37 pm
דורך יואב
יעצט מאכסטו נאך כוכב'ן אליינס - - ווען ער פראבירט חוזק'ן פון שלום בערגער.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:37 pm
דורך יואב
שיזל! רויטע האט זיך אויסגעלערנט האקן.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 7:19 pm
דורך מאטי
כוכב האט געשריבן:יאיר!
יואב האט געשריבן:יו גאט איט!
מיר קוקט דאס אויס ווי כוכב וואס מאכט חוזק פון יאיר.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 7:26 pm
דורך כוכב
מיר קוקט עס אויס ווי יואב וואס מאכט חוזק פון יאיר. ודוק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:12 am
דורך לאליפאפ
כוכב האט געשריבן:צילינדער אין דאמבע,
פאסטווענד א צירקוס-מאלפע
דער בייזער בוימ-אייל, פארזיבלט?
זעברא, פארמערט אלגעברא
פנחס'ס צארן פאר'טומל'ען
שטרייטן דעם ארגמן,
קרייען טוט דער כרפס!
א דרייסטע דלפון
מעקעט ווי קוגעלעך
לייג א קאפירייט, שלום עט עס נאך אריינדרוקן אין זיין נעקסטע באנד.