בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:31 am
דורך ישראל קאפקע
פאוסט ביבליקל קען פשוט מיינען אראמיש, (ביז עטליכע הונדערט יאר נאכן חורבן, אין סוריע און איראק,) אבער אידיש יא און אידיש-אראביש, אידיש-איטאליעניש, און אידיש-שפאניש (לאדינא) נישט?

אגב מילא ''יידיש'' אבער ''גמרה''? מיט א הא?

אייוועלט, א פאפולארע, מער חרידישע (ליין: צעזורירטע) אלטערנאטיווע צו קאווע שטיבל,

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:32 am
דורך מאטי
פראפעסאר האט געשריבן:
I'm back האט געשריבן:
פראפעסאר האט געשריבן:
איך אידענטיפיציר זיך נישט אלץ רעפארם ייד אדער אלץ סיי וואס פארא געוויסע מין ייד. על פי הלכה בין איך א ייד צווישן יידן, און דאווענען דאוון איך אין אלע סארטן שולן. נאר דאס מיין איך.


פילייכט באלאנגט איר אין איי-וועלט.?


אוי, איך פארשטיי נישט! וואס מיינט איי-וועלט, די וועלט פון הינער-אייער? :)

זעט אויס ס'איז נאך יא דא טערמינען וואס א PhD קען נישט אויסלערנען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:34 am
דורך שטילע אינגערמאן
פראפעסאר האט געשריבן:אוי, איך פארשטיי נישט! וואס מיינט איי-וועלט, די וועלט פון הינער-אייער? :)

גיי לערן א פראפעסער ברטנורא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:40 am
דורך פראפעסאר
מאטי האט געשריבן:
פראפעסאר האט געשריבן:
I'm back האט געשריבן:
פראפעסאר האט געשריבן:
אוי, איך פארשטיי נישט! וואס מיינט איי-וועלט, די וועלט פון הינער-אייער? :)

זעט אויס ס'איז נאך יא דא טערמינען וואס א PhD קען נישט אויסלערנען.


נו איך זאג דאך, איך בין דא אין קאווע-שטיבל ללמוד ולא ללמד :)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:46 am
דורך פראפעסאר
ישראל קאפקע האט געשריבן:
אייוועלט, א פאפולארע, מער חרידישע (ליין: צעזורירטע) אלטערנאטיווע צו קאווע שטיבל,


יישר-כח! זעט, אזעלכעס לערנט מען טאקע נישט אין קיין אוניווערזיטעט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:58 am
דורך מאטי
אויב איר מיינט אזעלכעס "ישראל קאפקעס," גראדע זיינע שיטות זענען גאר שטארק פאפולער אין די אוניווערזיטעטן. דוק ותשכח.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:02 am
דורך ישראל קאפקע
מאטי האט געשריבן:אויב איר מיינט אזעלכעס "ישראל קאפקעס," גראדע זיינע שיטות זענען גאר שטארק פאפולער אין די אוניווערזיטעטן. דוק ותשכח.

פון וואו זאל ער וויסן וואס מיינע שיטות זענען? ער איז דאך א נייע מיטגליד דא,

#אנטי ציוניזם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:09 am
דורך פראפעסאר
קאווע טרינקער האט געשריבן:
פראפעסאר האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:*טועה,
תועה מיינט געבלאנשזעט


אפשר האב איך טאקע געמיינט אז איך האב זיך דא אריינגעבלאנדזשעט?! :) :)
ערנסט, יישר-כח פאר די פארבעסערונג, מיין אויסלייג איז טאקע נישט אזוי איי-איי-איי!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:11 am
דורך נהורא נפישא
בין איך די איינציגסטער וואס האט אן הרהור מינות, און צווייפלט צו די פראפעסער איז ווירקלעך וואס ער גיבט זיך אן צוזיין, איך וויל פארשטייט זיך נישט חושד זיין אומזיסט, נו אפשר פראפעסאר לינקט איר צו צו אייער אנגעבליכע פייסבוק בלאט צו קאווע שטיבל, דאס וואלט געווען מער איבערצייגענד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:18 am
דורך רויטע וואנצעס
נהורא נפישא האט געשריבן:בין איך די איינציגסטער וואס האט אן הרהור מינות, און צווייפלט צו די פראפעסער איז ווירקלעך וואס ער גיבט זיך אן צוזיין, איך וויל פארשטייט זיך נישט חושד זיין אומזיסט, נו אפשר פראפעסאר לינקט איר צו צו אייער אנגעבליכע פייסבוק בלאט צו קאווע שטיבל, דאס וואלט געווען מער איבערצייגענד.


זיין פעיסבוק בלאט איז ביי זיין פראפייל, ווי אויך זיין וועבסייט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:19 am
דורך נהורא נפישא
נו די קענסט נישט אריינלייגן דאס זעלבע ביי דיר ?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:22 am
דורך רויטע וואנצעס
ער האט געלינקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:24 am
דורך נהורא נפישא
אה יעצט קען מען צוגיין צום ענין.
ברוך הבא הויעכגעשעצטע פראפעסער.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:26 am
דורך לאליפאפ

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:44 am
דורך אפטעמיסט
א גוטן, [tag]פראפעסאר[/tag]. יהא בואך לברכה!

אויב איר קענט אונז ביטע ערקלערן, ווי קומט איר אן צום אידיש'ן שפראך — א כמעט פארגעסענער שפראך גערעדט מערסטענס דורך צוריקגעבליבענע חסידים?

אפילו אונזער באקאנטער אידיש-ליבהאבער, [tag]שלום בערגער[/tag] האט מחליט געווען זיך צו לערנען כינעזיש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:34 pm
דורך פראפעסאר
אפטעמיסט האט געשריבן:א גוטן, [tag]פראפעסאר[/tag]. יהא בואך לברכה!

אויב איר קענט אונז ביטע ערקלערן, ווי קומט איר אן צום אידיש'ן שפראך — א כמעט פארגעסענער שפראך גערעדט מערסטענס דורך צוריקגעבליבענע חסידים?

אפילו אונזער באקאנטער אידיש-ליבהאבער, [tag]שלום בערגער[/tag] האט מחליט געווען זיך צו לערנען ענדערש כינעזיש.


איך קען [tag]שלום בערגער[/tag], אן אינספיראציע פאר אידיש-ליבהאבערס אומעטום. איך בין שוין לאנג פאסצינירט מיט אידיש, כ'האב ליב מיטטעריעזע אומבאקאנטע זאכן בכלל ;) , און בפרט זענט איך האב אנגעהויבן צו הערן און אמאל דערציילן ספורי-צדיקים, און לערנען א שטיקל חסידות. איך האלט זייער פון רבי נחמן מברסלב וואס האט דערציילט זיינע פרעכטיקע ספורי-מעשיות אויף מאמע-לשון. דערווייל לערן איך דעם טאהשער רבי'ס ספרים וואס זענען צום טיילס אויף אידיש. איך האב אויך שטארק הנאה פון די אלטע מער וועלטלעכע אידישע ליטעראטור פון י.ל. פרץ, שלום-עליכם וכו'. איז, בין איך נתפועל צו געפינען אזא ארט ווי דא, וואו מע קען שמועסן אויף אידיש מיט מענטשן וואס רעדן די שפראך זענט קינדערווייז און טאג-טעגלעך.

[tag]אפטעמיסט[/tag], רעדט איר טאקע אידיש אינדערהיים, בא די ארבעט, און אזוי ווייטער? און אנדערע לשונות אויך?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:43 pm
דורך אפטעמיסט
יא, דאס בין איך אפטעמיסט, און איך רעד זאגאר אידיש אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער!
ווי רוב אמעריקאנער חסידים, רעד איך און שרייב אויך אין ענגליש, און איך בין אויך פליסיג אין מאדערן-העברעאיש.

אז מ'רעדט שוין יא, אפשר דערציילט איר אונז אביסל אייער ביאגראפיע? ווער זענט איר? וואס האט אייך אינספארירט צו שטודירן אידיש און ווי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:54 pm
דורך ברסלבער
שלום עליכם הרב פראפעסער, מאכט אייך היימיש און באקוועם.
איר שרייבט א בעסערע היימישע אידיש פון שלום בערגער, עס איז מיר א חידוש אז א מענטש וואס איז נישט אויפגעוואקסן מיט אידיש זאל קענען שרייבן אין אזא דרגא אין היימיש אידיש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:00 pm
דורך כוכב
פראפעסאר, אויב גלייכט איר דעם עבודת עבודה פון טאהשער רבי'ן, שלאג איך פאר פאר אייך '' דברי אמונה'' פון תולדות אהרן רבי'ן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:03 pm
דורך יואב
פראפעסאר האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:א גוטן, [tag]פראפעסאר[/tag]. יהא בואך לברכה!

אויב איר קענט אונז ביטע ערקלערן, ווי קומט איר אן צום אידיש'ן שפראך — א כמעט פארגעסענער שפראך גערעדט מערסטענס דורך צוריקגעבליבענע חסידים?

אפילו אונזער באקאנטער אידיש-ליבהאבער, [tag]שלום בערגער[/tag] האט מחליט געווען זיך צו לערנען ענדערש כינעזיש.


איך קען [tag]שלום בערגער[/tag], אן אינספיראציע פאר אידיש-ליבהאבערס אומעטום. איך בין שוין לאנג פאסצינירט מיט אידיש, כ'האב ליב מיטטעריעזע אומבאקאנטע זאכן בכלל ;) , און בפרט זענט איך האב אנגעהויבן צו הערן און אמאל דערציילן ספורי-צדיקים, און לערנען א שטיקל חסידות. איך האלט זייער פון רבי נחמן מברסלב וואס האט דערציילט זיינע פרעכטיקע ספורי-מעשיות אויף מאמע-לשון. דערווייל לערן איך דעם טאהשער רבי'ס ספרים וואס זענען צום טיילס אויף אידיש. איך האב אויך שטארק הנאה פון די אלטע מער וועלטלעכע אידישע ליטעראטור פון י.ל. פרץ, שלום-עליכם וכו'. איז, בין איך נתפועל צו געפינען אזא ארט ווי דא, וואו מע קען שמועסן אויף אידיש מיט מענטשן וואס רעדן די שפראך זענט קינדערווייז און טאג-טעגלעך.

[tag]אפטעמיסט[/tag], רעדט איר טאקע אידיש אינדערהיים, בא די ארבעט, און אזוי ווייטער? און אנדערע לשונות אויך?

שלום וברכה צו אייך פראפעסאר. איך בעט ביי אייך איר זאלט קיין פאראיבל אויף מיר יואב האבן, אבער ווי זאגט איר: "אל יחר אפך" - - פארטייטשן באדארף איך אייך ניט. אז א צעבראכנער איד פון ברוקלין זאל וועלן אייער גאנג בעסער פארשטיין, אפשר איז טאקע יא כדאי איר זאלט בארכענען און קומען אהער אויף ללמד. ווי זאגט איר: "שני כתובים המכחישים זה את זה" - - ווי קומט די קאץ איבערן וואסער. זאגט איר אז צו שרייב-ווערק אויף דער יידישער שפראך האט איר געפינען אייער נשמה געבינדן, און ס'וויל ביי מיר אין הארצן זיך ניט זעצן. ווי  שטייט אין פסוק: "שובו בנים שובבים" - - מאכט רש"י: די ספרים פונעם טאהשער רבי'ן. פשט אז א אידל וואס זיין נשמה פארבעט זיך צו קאנען נעכטיגן אין זאמשטש אדער גאר אין בויבעריק מיט'ן פערדל, אבער "וחן בשלם סוכו" מאכט איר צו זיך אליינס, אין אזא לעבן וואס איז גלייך ווי א דירת עראי איז אייך ניחא צו שעפן סיפוק הנפש דורך נאכיאגן תיקונים אויף די פגמים פון כלל ישראל צו גאר ווארפן א פיס אויפ'ן דראשקע פון אלעקסיי.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
צוליב א שיינע שמועס וואס האט זיך אנטוויקעלט מיט [tag]פראפעסאר[/tag] אין די שלום עליכם אשכול, האט קעלנער דא אריבערגעברענגט דעם שמועס אין דעם באזונדערן אשכול.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:02 pm
דורך גראדעמעכעלע
[tag]יואב[/tag] לויט דיין שפראך וואלסטי שוין געדארפט שטארבן אין 1980...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 8:11 pm
דורך יואב
ווער ס'פארשטייט פארשטייט!