א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט דעם פארשטייט מען דאס וואס 90% אידן זענען היינט פריי, עס ליגט זיי אין די דזינס, פין אברהם...
אבער דא איז דאס נישט נוגע, יאיר האט מחדש געווען אז גאט האט מצוה געווען במילה ווייל אזוי האבן די אידן זיך נוהג געווען, אויף דעם פרעג איך אז ע''פ המסופר בהתורה (פאר ווער עס גלייבט אז אלס וואס שטייט דארט איז אמת) האט זיך אברהם נישט אזוי נוהג געווען,
לויט הרב יאיר איז מיר ציגעקימן א נייע פשט אין 'קיימי האבות כה''ת עד שלא ניתנה ' ווייל אפ''ל אז די גאנצע תורה האט השם אדאפטירט פון וואס זיי האבן זיך נוהג געווען, איך פארשטיי נאר נישט פארוואס מען פארגינט נישט אביסל קריעטיוויטי פאר השי''ת אויפציקימן מיט אריגינעלע חידושים פאר מצוות,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

געפילטע פיש האט געשריבן:ער האט כופר געווען אין זיין טאטן'ס מסורה, די דרך הסלולה לו מימות מתושלח, משנה געווען די דרכים און מנהגים פון זיין טאטן זז"ג, אפגענויגט פונעם דרך, און אלעמאל געהאט קושיות, פארוואס דינט מען דעם גאט, ווער האט באשאפן יענע גאט, וכדו'. פרעגסטו אז אויב גאנץ אור כשדים האט זיך גע'מל'ט, פארוואזשע האט זיך אונזער פארפארטער אברהם נישט געמל'ט ביז די ניין און ניינציג? ענטפערט יאיר טאקע דערפאר, ווייל ער איז נישט נאכגעגאנגען די עבודת אלולים וואס די כשדים האבן זיך נוהג געווען.

וואו זעט מען אז אור כשדים האט זיך גע'מל'ט?
אין עגיפטן איז דא א בילד פון א גע'מל'טן וואס (זיי זאגן) איז פיר טויזנט יאר אלט, וואס האט מעסעפאטאמיע געהאט מיט קעמעט?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

לא יתכן אז אברהם אבינו האט זיך נישט געמהל'ט ביז די ניין און ניינציג, היפך מנהג המקום, סתם ווייל ער איז געווען א או טי די. מחמת כמה טעמים.

איינס, ווייל אין א עפאכע וואס דער וואורקזאמסטער מיטל צו באהאנדלען אן א.ט.ד. איז געווען אים צו פארוואנדלען אין א בארביקיו אויף א שייטער הויפן, גלייבט זיך שווער אז אן ערל זאל זיך קענען אזוי דרייען פראנק און פריי אויפן גאס, די וועד הצניעות האט זיכער געהאט גענוג מעסערלעך מיט וואס קעיר צו נעמען פון אזא פארשוין, און אפשר גאר אפגעשניטן די גאנצע מעשה. כש"כ אויב מיר וועלן אננעמען אז מען האט געמהל'ט שוין אלטס קליין קינד און ביי די אכט יאר כמנהג ישראל, דאן קומט אברהם'ס מיינונג איבער דע נושא בכלל נישט אין באטראכט, תרח העט ווען זיכער געמאכט א גרויסן ברית און גאר מכבד געווען דעם רשכבה"ג נמרוד מיט די קאלירטע בעקישע מיט סנדקאות, און אברהם וואלט ווען אויסגעקוקט ווי אלע אונזערע אוי טי דיס וואס דרייען זיך ארום געמהל'ט און זוכן וועגן צוריקצולייגן די ערלה.

צווייטנס והוא העיקר, אויב וועלן מיר אננעמען אז אברהם האט לכתחילה פארשטאנען אז די מנהג הגויים פון מילה איז נישט עטיש און אכזריותדיג, דאן הדרא קושיא לדוכתיה פארוואס האט גאט באפוילן פאר אזא ענלייטעד מענטש אז ער זאל עס יא טון? בשלמא ביי קרבנות ווי דער רמב"ם זאגט אז עס קומט פון די גויים, איז עס נאר ווייל די אידן האבן אויך געהאלטן אז דאס איז א גלייכע וועג צו דינען א גאט, אבער טאמער האלטן די אידן נישט אזוי דאן איז דאך נישטא קיין שום סיבה פארן גאט צו באפעלן אזאך וואס נישט ער און נישט זיינע דינער האלטן איז מאראליש צו טון.

און בכלל פארשטיי איך אז נבואה וואס עס קומט צו א מענטש במשל ובחידה, איז פשוט אוממעגליך במציאות אז א נביא זאל באקומען א נבואה צו טון אזאך נגד שכלו, ער קען נישט פושט זיין א משל צו עפעס וואס מאכט אים נישט קיין סענס, ובפרט להרמב"ם אז נבואה קומט פון שכל, קען עס דאך נישט זיין נגד השכל. במילא אויב האט אברהם געהאלטן אז מילה איז נגד השכל, דאן וואלט ער פשוט נישט געקענט פארשטיין אז גאט קומט אים מצוה זיין אזא זאך. והבן.
ובזה מיושב ג"כ מש"כ סופר ומונה לענין העקדה, פשוט זיין גאנצע חקירה איז נישט שייך במציאות, אויב האט אברהם באקומען א ציווי העקדה מיז זיין אז ער האט געהאלטן אז עס מאכט יא סענס צו שעכטן א קינד פאר א גאט, משא"כ דו וועסט טאקע קיינמאל נישט באקומען אזא ציווי.
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,

ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך פליישיגער »

העלא האט געשריבן:סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,

גוט געזאגט !
אז איר זענט א חוטא ביי זיך אין הארץ דארפט איר נישט אויסברעכן ברבים
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

העלא האט געשריבן:סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,

ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

וואס איז די לאגיק אז אן אפיקורס זאל דארפן אויפהערן מיט דברי כפירה?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

אלץ ספק אז אפשר איז יש דין ויש דיין,
סא וועסט דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר יענעמס עבירות ווייל דו האסט אים געמאכט אפיקורס פון דיינע ווערטער,
סא שב ואל תעשה עדיף,
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

עס איז נישט דא קיין שום לאגיק אז א כופר זאל אויפהערן מיט דברי כפירה
אבער עס איז לאגיק אז א כופר זאל נישט פרעדיגן זיין כפירה אויף א היימישע סייט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך פליישיגער »

מאטי האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,

ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

וואס איז די לאגיק אז אן אפיקורס זאל דארפן אויפהערן מיט דברי כפירה?

וואס איז די לאגיק צו משוגע מאכן ערליכע אידן המאמינים בד' ובתורתו? דא זיכט מען צו חנפענן כופרים?
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פליישיגער האט געשריבן:וואס איז די לאגיק צו משוגע מאכן ערליכע אידן המאמינים בד' ובתורתו? דא זיכט מען צו חנפענן כופרים?

ר' איד, איר לעבט אין א באבל. קיינער מאכט אייך נישט משוגע, און נישט יעדער זוכט צו חנפ'ן איינעם. עס זענען פאקטיש דא מענטש וואס שרייבן דאס וואס זיי ווילן שרייבן, נישט ווייל זיי ווילן משוגע מאכן איינעם און נישט ווייל מען וויל חנפ'ען איינעם. אויב איר האלט אז עפעס איז נישט ריכטיג, אדער אז עפעס איז כפירה, זאגט וואס איר האלט אויף אן אנשטענדיגער רעספעקטפולער פארנעם, כדרך פון די משתגעים וחנפים וואס פירן דיסקוסיעס מיט זאכליכע טענות ומענות.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

העלא האט געשריבן:אלץ ספק אז אפשר איז יש דין ויש דיין,
סא וועסט דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר יענעמס עבירות ווייל דו האסט אים געמאכט אפיקורס פון דיינע ווערטער,
סא שב ואל תעשה עדיף,

אויב די רעדע איז צו מ'גלייבט יא אדער נישט אין שכר ועונש וואלטסטו אפשר געהאט א טענה (הגם שיש לדון)
אבער דיין טענה איז דאך אז אפילו עימיצער וואס גלייבט יא אין שכר ועונש איז אויך אן אפיקורס אויב ער גלייבט נישט אין אלעס וואס דו האסט פריער אויסגערעכנט. קען דאך פונקט אזוי זיין אז דיין אפיקורס האלט אז ער גייט באקומען שכר פארן זאגן וואס ער האלט ס'איז דער אמת, און אן עונש אויב נישט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

העלא האט געשריבן:סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,

ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

איך זע נישט וועם דו מיינסט דא, ווער האט ספיקות? און בכלל, ספיקות מאכט נישט קיין אפיקורס, סך הכל מיינט עס אז מ'איז א יומען ביאינג וואס טראכט פון מאל צו מאל. אדרבא, פרעג דיין רב אויב א מענטש וואס האט ספיקות איז אן אפיקורס. דריטענס פארשטיי איך נישט וויאזוי דו קענסט בעטן איינער וואס האט ספיקות זאל אויפהערן ספקנ'ן, כאילו ער האט א ברירה אויפצוהערן.

יעצט צוריק צום זיידן אברהם...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מאטי האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:סטאפטס מיט די דברי כפירה רייט נאו,

ווער עס האט ספיקות אין מתן תורה, און אין יעדע ווארט וואס שטייט אין די תורה,
אדער ספיקות אין די אבות (וואס דאס שטייט אויך פונקטליך אין די תורה),

אדער עני ספיקות אין די ווארהייט פון דברי חז"ל,
הן אין די גמרא הן אין מדרש,
איז א אפיקורס,

זייטס נישט קיין חוטאים ומחטיאים

וואס איז די לאגיק אז אן אפיקורס זאל דארפן אויפהערן מיט דברי כפירה?

אין דער דאזיגע פאל, ווייל ער זעט אויס ווי א שוטה וואס גלויבט אבי צו גלויבען.

אפילו וויקיפידיה האט נאר ראיות פון פיהר הונדרעט יאר איידער יאשקע איז געקומען. דאס איז היבש נאך דעם וואס די מצוה פון מילה איז געגעבען געווארען פאר אברהם אבינו. מ'האט געבויט א טעזע אויף גארנישט, אפילו לשיטת המאמינים אמונה עיוורת בוויקיפידיה.
און א בילד פון עקיפטן, וואס ווייזט נאר אז איין מענטש האט אזוי געדמיונ'ט א געשיכטע פון מל'ן א מענטש. דאס מיינט נישט אז עס איז געווען א מנהג, און אויך נישט אז מ'האט עס בכלל געטון, נאר אז איינער האט אזוי געדמיונ'ט, ותו לא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גראדע שטייט אין רש"י בשם א מדרש אז די מצריים פלעגן זיך מל'ן, פארשטייט זיך אז די תירוץ איז אז זיי האבן עס גענומען פון יוסף הצדיק, עכ"פ מ'זעהט אז די קשיא איז זיי אויך שווער געווען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע שטייט אין רש"י בשם א מדרש אז די מצריים פלעגן זיך מל'ן, פארשטייט זיך אז די תירוץ איז אז זיי האבן עס גענומען פון יוסף הצדיק, עכ"פ מ'זעהט אז די קשיא איז זיי אויך שווער געווען.

האסט א געוואלדיגן חוש צו פארדרייען זאכען. קענסט מאכען געלט דערפון. רש"י זאגט אז יוסף האט זיי געהייסען מל'ן. האסטו געמאכט א פלגינן, אז רש"י זאגט אז מצריים פלעגן מל'ן, און א תירוץ איז אז יוסף האט געהייסען.

עס איז נישט דא קיין שום סבה צו טראכטן אז אברהם אבינו האט גענומען מילה פון די ארומיגע גוים, און ער האט גאנץ ווייניג צייט געדרייט אין מצרים אז ער זאל עס פון זיי נעמן. און דער וואס נעמט אן די מיינונג אלס די פשטות, ווייזט וואס פארא ריסערטש ער טוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארשטייט זיך אז איך גיי מיט'ן הנחה פשוטה אז די אלע מדרשים זענען נישט מקובל מסיני, איז ווען איך זעה אזא מדרש פרוביר איך צו פארשטיין וואס האט זיי געמאכט זאגן אזעלכע זאכן, איז די גרינגסטע פשט איז אז זיי האבן עס געזאגט מכח די קשיא ווי קומט מילה קיין מצריים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו דרייסט נאכאלס. עס איז נישט דא קיין מקור אז די מצריים האבען זיך געמל'ט און זיכער נישט אז די כנענים האבען אזוי געטון, כדי איינער זאל נאך בייפאלען אז אברהם אבינו האט עס געטון זיי נאכצומאכען.
נאר עפעס א בילד האט מען פון א מילה פון ארום די טעג פון די אבות אין מצרים, און פון דעם האט איינער געבויט א טעאריע אז אלע מצרים האבען זיך געמל'ט. דערפון האט מען באשטימט די דאטום אז עס איז איינגעפיהרט געווארען איידער אברהם אבינו'ס צייטען. און דערפון איז געבויט אז אברהם אבינו האט זיי נאכגעמאכט. ווען די תורה וואלט געזאגט אז אלע מצריים מל'ן זיך, און נישט אז אברהם אבינו האט זיך געמל'ט, וואלט דער פקח אויך געבויט דערפון אז אברהם אבינו האט זיי נאכגעמאכט? טאמער יא, איז ער נאך א גרעסער טפש ווי יעצט. אבער ער איז שוין א פיינעם טפש אזוי אויך.

און דיין פלגינן אין דער מדרש איז אויך אבסורד ביז גאר. אז דער מדרש איז נישט אמת, אן קיין שום באווייז פון ערגעץ, פיין. גלויב נישט און די מצריים האבען זיך נישט געמל'ט. אבער צו נעמען פון די מדרש, וואס זאגט אויס קלאר זיין מקור, אז די מצריים האבען זיך געמל'ט, אבער לייקענען די מקור פון די מדרש אז דאס איז פון יוסף'ס ציווי, איז סתם נישט צום זאך.

דאס קען מען נאר ווען מ'האט א פעלזענע גלויבונג אז וואס עס שטייט אין די תורה איז זיכער נישט אמת. נאך דעם זוכט מען לעכערליכע פשטים אין די מציאות וואס מ'ווייסט גארנישט דערפון. דאס איז נישט קיין חכמה, נישט קיין סקעפטיסיזם, און נישט קיין פארש ארבעט, נאר א בלינדע גלויבונג אז די תורה מוז זיין נישט אמת. נאר ווייל עס שטייט אזוי אין די תורה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער לייקענען די מקור פון די מדרש אז דאס איז פון יוסף'ס ציווי, איז סתם נישט צום זאך.

ווער האט געלייקנט? נישט איך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און פון וואנעט האט יוסף געהערט פון די ענין פון מל'ן? פארוואס זאלען זיי זיך מל'ן? דאס האט ער אויך גענומען פון די גיפטען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כו"ע מודי אז ער האט עס גענומען פונעם אלטן טאטן יעקב, וואס ער האט עס גענומען פון זיין טאטע יצחק, וואס ער האט עס גענומען פון זיין טאטע אברהם. די נקודת המחלוקת איז נאר פון וועם אברהם האט עס גענומען, לויט'ן ספר בראשית האט ער עס גענומען פון גאט, לויט די גוי'אישע וויסנשאפטלער האט ער עס גענומען פון די מצריים. פארשטייט זיך אליינס אז די מדרש קען נישט שטימען מיט די גוי'אישע וויסנשאפטלער, קלאר?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כו"ע מודי אז ער האט עס גענומען פונעם אלטן טאטן יעקב, וואס ער האט עס גענומען פון זיין טאטע יצחק, וואס ער האט עס גענומען פון זיין טאטע אברהם. די נקודת המחלוקת איז נאר פון וועם אברהם האט עס גענומען, לויט'ן ספר בראשית האט ער עס גענומען פון גאט, לויט די גוי'אישע וויסנשאפטלער האט ער עס גענומען פון די מצריים. פארשטייט זיך אליינס אז די מדרש קען נישט שטימען מיט די גוי'אישע וויסנשאפטלער, קלאר?

דאס הייסט וויסען? זיי האבען נישט קיין טראפ ראיה דערצו. אז מ'באהאלט זיך אונטער גוים, איז מען די זעלבע טפש ווי פאר דעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך ווייס נישט וואו אהין דו צילסט, ווילסט זאגן אז זיי האבן נישט קיין הונדערט פראצענטיגע ראיות מוכרחות? מסכים. זאגסט אז איך בין א טיפש? אויך מסכים. ביזדערווייל האט זיי נאך קיינער נישט אפגעפרעגט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט