בלאט 2 פון 4

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 5:20 pm
דורך לא להנאת גופי
די דמיונות פון עריות זענען שרעקליך נגד השכל, איך וויל נישט אריינגיין גראפיק, אבער ווען איינער נעמט די ביישפיל אז מען פלעגט ׳ארויסגיין אויפן געטשקע״ איז דאס נישט געווען סתם א טראדיציע, דאס איז געווען א ראמענטישע תאוה וואס האט געהויבען די הערמאנען פונעם מענטש פונקט ווי ״פארן ואביזירייהו״.. עס איז געווען א אויסטערלישע תאוה אן קיין גרעניץ. עס איז געווען די אינטרנעט אין 3D...

אמ''ג ווי האסטו אויפגעפיקט דער געדאנק?? טאמיר כ'מעג זאגען מיין איך ביסט דיך אביסל טועה, אבער מ'האט געשמועסט אז מ'גייט נישט גרעפיג..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 6:27 pm
דורך ווארט זאגער
זייער שיין ניקסאן פארן עפענען אזא אשכול. איף האב שוין מיטגעהאלטען אפאר קעיסעס כ'ווייס נישט צו מ'קען עס אנרופען עדיקשען אבער זיכער ערגער פון עוורידש, ביי יענע קעיסעס איז די עדיקשען געווען א תוצאה פון אן אנדערע פראבלעם. ס'האט געפעלט שמחת חיים אדער א נישט פאסיגע דזשאב אדער נישט אינגאנצען מסודר מיט שלום בית דהיינו ער האט נישט געפילט אז מ'דארף אים באמת האבען. און וועגן דעם איז געווארען א מיני דיפרעשען און פון דעם האט זיך דעוועלאפט א שטיקל עדיקשאן נאכדעם וואס די אנדערע זאכן זענען געווארן מסודר ב"ה איז געווען סאך גרינגער צו ארבעטען אויף די עדיקשען.
ס'דא א ווארט פון ר"ר פנחס קאריצער זי"ע אז ס'דא מענטשן וואס זייער עבודה אויף די וועלט איז זיך אויסצוארבעטען צו זיין פריילעך נישט בעצבות, וועגן דעם פלאגען זיי זיך מיט מרה שחורה, און ווען מ'איז מרה שחורה פאלט מען דאך אריין אין תאוות, ממילא ווערן זיי נאך מער בעצבות איז דא נאך מער תאוות וחוזר חלילה. די עצה איז צו ארבעטען אויף שמחה אין יעדע פאל. דער שערי תפילה שרייבט אז די וועג איבערצודרייען דעם יצה"ר פאר א יצ"ט איז דורך שמחה!

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2021 7:22 pm
דורך שמעקעדיג
ניקסאן האט געשריבן:למעשה ווער סדרייעט זיך אויף די אינטערנעט ווייסט פון די וועבזייטל guard you're eyes,זיי גייען מיט די 12 סטעיפ מהלך וואס איז ארגענעל פארמירט געווארען פאר אלקוהול עדיקשעין,ווי מיליאנע מענטשען איבער די וועלט וואס האבען טרינקען פראבלעמען קומען זיך צאם יעדען טאג צו די סארט גרופעס,און ארבעטען אויף די 12 סטעיפס,די וועבזייטל ווערט אנגעפירט דורך דעם אלעמען באקאנטען ״דר׳ ר׳ אברהם יהושע טווערסקי ובלע״ז A J Twerski,ווער סהאט נאר אמאל מעיין געווען און זיינע ביכער ווייסט צו זאגען פון זיין גרויסע אנהענגיניש און די 12 סטעפ פראגראם,בא עם איז עס א בחינה פון הפך בה והפך בה דכולא בה,און סווערט געחאזערט און זיינע 50 ביכער בכמה אנפין,און ווי ער שרייבט גייט ער אליינס צו די מיטינגס און ער ארבעט אוכט אויף די 12 סטעפס,(וצ״ע אם סיבת בואו הוא משום איזה אחיזה של עדיקשעין שיש לו,או רק שנראה לו מהלך החיים של הי״ב מדריגות, ויש כמה מצדדים לכאן ולכאן,ולא אאריך בדברים שאינם נוגעים למעשה,יש לו ג״כ ב״א מרדכי טווערסקי מפלטבוש,אדמו״ר מהארנאסטייפעל או אדמו״ר מהאגאטשאוו בפי כמה, והוא כמו דודו ג״כ חסיד נלהב מכל הנ״ל ואכמ״ל).

ארויפגעברענגט לרגל די פטירה פון דעם אדם גדול ע"ה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2021 8:13 pm
דורך אישתישבי
עס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.

אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.

דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.

ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.

דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.

ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.

און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2021 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס זאגסטו אזוי? אין די 12 סטעפס גרופס זענען פארהאן צענדליגע וואס האב נישט געזינדיגט פאר צענדליגע יארן ברציפות

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2021 11:57 pm
דורך אישתישבי
עמעזאן האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אזוי? אין די 12 סטעפס גרופס זענען פארהאן צענדליגע וואס האב נישט געזינדיגט פאר צענדליגע יארן ברציפות


ב"ש

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:02 am
דורך שמעקעדיג
תשבי רעדסט ווי א צולייגער, אבער ביסט נישט גערעכט.
ס'איז קלאר יא פאראן, ואכמ"ל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:21 am
דורך רביה''ק זי''ע
אלו ואלו דברי אלוהים חיים, פון א פעסטע אמונה׳דיגע פערספעקטיוו איז עס זיכער מעגליך, ווי שוואכער די אמונה אלס שוואכער עס צו האלטן ווי שוין דא באשריבן. (הגם איך מיין אז ס׳דא זייער ווייניג מענטשן וואס האבן אזא שטארקע אמונה אין דעם איסור, אבער מעגליך איז עס.)

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2021 7:49 am
דורך אישתישבי
שמעקעדיג האט געשריבן:תשבי רעדסט ווי א צולייגער, אבער ביסט נישט גערעכט.
ס'איז קלאר יא פאראן, ואכמ"ל.


ואין כאן המקום להאריך.

ווי יא?


איך קען פארשטיין אז מען טוט אויף אז מען גיבט מענטשן וואס ליידן א מסגרת ווי מען איז זיך מחזק, און ממילא לעבט מען אויף יענעמ'ס געפילען, דהיינו אבער ווייל זיי מיינען איך בין א צדיק, אדער ווייל מען גיבט חיזוק פאר אנדערע און מען באקומט סיפוק פין דעם.

איך שיהיה איז עס א גרויסע פארס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2021 9:14 pm
דורך תרמב
איך פארשטיי נישט, מ’קען דאך לייגן א פילטער אויף די כלים, אזוי דארף מען איינמאל צוברעכן די יצר הרע, און נאכדעם קען מען שוין נישט צוקומען צו די טריפהנע סייטס.

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף.

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2021 10:10 pm
דורך פאליטיקאנט
קיין איין פילטער איז נישט פערפעקט (חוץ א ווייטליסט).
און אסאך עפפס קען מען נישט פילטערן, א שטייגער ווי טעלעגראם.

עס העלפט אז מען זאל נישט דורכפאלן אזוי אפט, אבער אז די תאוה ברענט איז עס נישט קיין אפהאלט.

Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 8:18 am
דורך אישתישבי
זעה ווי די זאגסט די תאווה ברענט, מען מישט צופיל תאווה מיט עדיקשען.

Re: אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף.

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2021 2:01 am
דורך פאליטיקאנט
חוץ פון תאווה איז דא עדיקשאן. תאווה האט יעדער געוויסע דעוועלאפן אויך אן עדיקשאן (כ'מיין עס ווייזט זיך ארויס אין ווי אפט עס "ברענט").

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2021 6:27 pm
דורך בונה של טוב
איך בין נישט זיכער אויב מען מעג ברענגען פון א נישט-פרומע פרוי, אבער איך מיין אז די לינקס און רעסארסעס וואס ווערן אראפגעברענגט אין די דיסקריפשן פון דעם ווידיאו קען אפשר ארויסהעלפן פאר די וואס מוטשען זיך מיט דעם און ווערן באשולדיגט פאר׳ן וואטשן אסך porn

https://www.youtube.com/watch?v=Sejn8dE ... V-&index=1

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 1:09 pm
דורך הקטן
פאליטיקאנט האט געשריבן:חוץ פון תאווה איז דא עדיקשאן. תאווה האט יעדער געוויסע דעוועלאפן אויך אן עדיקשאן (כ'מיין עס ווייזט זיך ארויס אין ווי אפט עס "ברענט").

די גדר פין עדיקשען איז נישט די שטארקייט פין תאווה אדער וואו אפט עס "ברענט"
דער גדר איז אויב דער מענטש טוט דאס כאטש ער ליידט דערפין זייער שטארק (למשל פארלירען א דשאב, שלום בית..)
איך האב דאס זייער סימפלעפייד, באט יא געט די איידיע

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 5:40 pm
דורך הגיון
.

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 6:49 am
דורך בונה של טוב
ווארט זאגער האט געשריבן:זייער שיין ניקסאן פארן עפענען אזא אשכול. איף האב שוין מיטגעהאלטען אפאר קעיסעס כ'ווייס נישט צו מ'קען עס אנרופען עדיקשען אבער זיכער ערגער פון עוורידש, ביי יענע קעיסעס איז די עדיקשען געווען א תוצאה פון אן אנדערע פראבלעם. ס'האט געפעלט שמחת חיים אדער א נישט פאסיגע דזשאב אדער נישט אינגאנצען מסודר מיט שלום בית דהיינו ער האט נישט געפילט אז מ'דארף אים באמת האבען. און וועגן דעם איז געווארען א מיני דיפרעשען און פון דעם האט זיך דעוועלאפט א שטיקל עדיקשאן נאכדעם וואס די אנדערע זאכן זענען געווארן מסודר ב"ה איז געווען סאך גרינגער צו ארבעטען אויף די עדיקשען.
ס'דא א ווארט פון ר"ר פנחס קאריצער זי"ע אז ס'דא מענטשן וואס זייער עבודה אויף די וועלט איז זיך אויסצוארבעטען צו זיין פריילעך נישט בעצבות, וועגן דעם פלאגען זיי זיך מיט מרה שחורה, און ווען מ'איז מרה שחורה פאלט מען דאך אריין אין תאוות, ממילא ווערן זיי נאך מער בעצבות איז דא נאך מער תאוות וחוזר חלילה. די עצה איז צו ארבעטען אויף שמחה אין יעדע פאל. דער שערי תפילה שרייבט אז די וועג איבערצודרייען דעם יצה"ר פאר א יצ"ט איז דורך שמחה!


איך האב געלייקט אייער תגובה צוליב דעם ערשטן חלק אבער מיט׳ן צווייטן חלק האב איך א שטיקל פראבלעם. נישט ווייל איך גלייב נישט אז שמחה קען באמת ארויסהעלפן אבער איך פארשטיי פעלער ווי שמחה איז באמת נישט קיין טובה און איך וועל עס מסביר זיין לויט׳ן ביכל listening to depression

גאט ברוך הוא האט אונז געשאנקען א מח וואס האט די וואונדערליכסטע אייגנשאפטן. די איינציגסטע און העכסטע אויפגאבע פונ׳ם מח איז סערווייוול. ווען א מענטש איז אין א ביטערן מצב ווי ער האט נישט צו וועמען זיך צו ווענדן פאר הילף, איינער וואס זאל אים פארשטיין און באמת אן קיין נגיעות און אגענדעס צוהערן און פרובירן ארויסהעלפן ווי ווייט מעגליך - דאן איז עס באמת א סערווייוול מעקאניזם פון די מח צו ברענגען א דיפרעשן און ס׳איז א מיטל פונ׳ם מח צו אפעלירן פאר הילף- כאילו א מעסידש: עד כאן, דו קענסט נישט קאנטיניוען צו גיין אין דעם זעלבן מהלך ווייל דאס ארבעט מער נישט און דערגייט דיר די יארן. דו מיזט דיך אפשטעלן און זיכן א נייע וועג וואס וועט דיר ערמגליכן צו לעבן מער נארמאל ווי דו פילסט נישט אזוי מיזערעבל און ביטער סטאָק.
אנשטאט צו פארשטיין די יסוד פון דיפרעשן און עדיקשן איז די גרינגסטע סעלאשן וואס פּלאטשיקע מענטשן האבן: שטאפּ יענעם מיט פּילן. אנשטאט צו פארשטיין אז די פראבלעם דא איז נישט דער מענטש, נאר פשוט די מצב איז אומדערטרעגליך, פרואווט מען טריטן די סימפטעם אנשטאט די פראבלעם
איך האב שוין ב״ה געראטעוועט א שיינע צאל מענטשן פון נעמען זיך דאס לעבן, אוו איך רעד מענטשן וואס האבן שוין געהאט א פונקליכע פלאן אין פלאץ וויאזוי צו טון די מעשה
איך זיך מיך נישט דא צו בארימען, אדער חלילה אוועקמאכן אז אין געוויסע פעלער קען פילן אויך צוהעלפן אבער נאר ווען מען גייט טאקע צום שורש און מען גיבט דעם מענטש א געלעגנהייט צו פארגריגערן זיין פיין און מיזערי. ראטעווען מענטשן פאסירט נישט מיט׳ן לייגן א ״בענדעידש״ און לאזן יענעם שימלען אין די אייטער פון זיין לעבן
פונקט ווי ווען א ניי געבוירן קינד וויינט פאר הונגער וועט די מאמע אמאל געבן דאס קינד א צוציקל ביזדערווייל וואס זי גרייט צו דעם באטל... מעדיצין איז ווי א צוציקל, עס קען זיין א צייטווייליגע הילף, אבער פונקט ווי קיין שום בארעמהארציגע מוטער וועט נישט טראכטן: אה, דאס קינד איז שטיל מיט׳ן צוציק, מ׳דארף אים נישט מער געבן צו עסן.... אויפ׳ן זעלבן אופן איז א טפשות צו טראכטן אז מעדיצין קען זיין א לעזונג ווען באמת דער מענטש גייט אויס פאר הונגער, זיין נפש דורשט צו לעבן נארמאל ווי יעדע מענטש דעזערווט צו לעבן.
אנטשולדיגט אויב ס׳איז אביסל א לאנגע מגילה, אבער דאס איז נאר כדי ארויסצוברענגען פארוואס ארויפ-פּלאסטערן א שמייכל קען צומאל זיין נאר צולייגן אויל צום פייער ווייל אויב לאזט מען נישט דעם מענטש זיך אויסגיסן דאס הארץ און טרעפן וועגן צו אדרעסירן דעם פראבלעם דאן ענדיגט זיך עס ביטער (פונקט ווי אינ׳ם משל פונ׳ם קינד וואס מ׳שטאפט עס צו דאס מויל מיט א צוציק- ס׳האלט נישט אָן לאנג אזא ״לעזונג״...
מ׳מיז אדרעסירן די אמת׳ע סיבה פונ׳ם וויינען- נישט צולייגן צום פיין דורכ׳ן געבן עצות פון זיין בשמחה (אויב א מענטש טרעפט פאר זיך אליין אז ס׳העלפט אים שמחה, good for you- אבער יעדער מענטש האט אנדערע פראבלעמען און מ׳קען קיינמאל נישט פארגלייכן צוויי מצבים ווייל יעדע מענטש האט אנדערע אייגנשאפטן, נאטורן און אויפבראך און ממילא דארף יעדער א ״קאסטמייזד״ עפּרויטש...

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 8:46 am
דורך yesiknow
In general you are very correct you make it very strong point and I must agree with what you're saying.

On the other hand there are many times a situation would a person cannot do anything to change the the facts on the ground I will give you an example the loss of a loved one the loss of an organ or any similar situation that you cannot change the facts you could only change how to accept it and live with it and be happy at that point happiness is a very great tool to survive!

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 9:08 am
דורך yesiknow
אישתישבי האט געשריבן:עס איז געוועהן א צייט וואס מען האט געדרייט די בחורים א קאפ יומם ולילה נוסח גער, און עס האט געברענגט אז בחורים האבן געהאט מענטעל פראבלעמען דערפון.

אין די פלעצער וואס מען דרייט נישט די בחורים א קאפ וועגען זרע לבטלה פעלט זיי נישט גארנישט, זיי זענען צופרידן און קענען לערנען און אומגיין מיטען טאג, און טאמער זיי דארפען מוציא זיין ז"ל זאגען זיי אפ א קאפיטל תהלים אדער תיקון הכללי און געפארען ווייטער.

דער זעלבער מיטל דארף מען נעמען צו אינטערנעט, איינער וואס דארף וואטשן פארן, ער קען זיך נישט אפטיילן, אנשטאט זוכן עצות וויאזוי פטור צו ווערן פין די תאוות וואס איז בעצם א איינרעדעניש, ווייל עס איז נישט מעגליך, דארף ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט.

ר' נחמן ברעסלאווער האט היינט מיליאן חסידים פאר איין סיבה. ער האט נישט געלייקענט אין זיינע נסיונות, און ער האט עס פארציילט און עס איז פארשריבן, און מענטשן וואס זעהן דער מהלך פון לעבען מיט נסיונות, ווערסעס דער געווענליכע מהלך פין אפשטופן און לייקענען אין די נסיונות און זיך איינרעדן אז מען גייט קענען פטור ווערן פין די נסיונות מיט א פילטער וכדומה, ווערען חסידים פין ר' נחמן.

דער יוטאפיע פין נישט האבן נסיונות און דורכפעלער עקזיסטירט נישט, און דער סיבה פארוואס מענטשן ליידן יסורי הנפש פין זייערע נסיונות און דורכפעלער איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך נעבעך איין אז נאר זיי זינדיגען.

ווען זיי זאלען וויסן דער גרויסע סוד, אז דער רבי רב דיין גלח אלע צוזאמען טוהן דאס זעלבע ווי ער וואלטן אלע יסורי הנפש אוועק געגאנגען.

און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.


Very well said, I just have one question to you,

Do you really believe that
רבי נחמן ?had all the challenges that we have
I will quote you saying that the priest and the rabbi
have the same challenges
Take for example the biggest rabbi of the past generation and tell me if you believe that he and the ?priest are on the same level of challenges

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 11:35 am
דורך בונה של טוב
yesiknow האט געשריבן:In general you are very correct you make it very strong point and I must agree with what you're saying.

On the other hand there are many times a situation would a person cannot do anything to change the the facts on the ground I will give you an example the loss of a loved one the loss of an organ or any similar situation that you cannot change the facts you could only change how to accept it and live with it and be happy at that point happiness is a very great tool to survive!


שמחה איז נישט א מלבוש וואס מ'קען זיך דערמיט פאַרשטעלן. ס'איז א נאטורליכע רעזולטאט וואס קומט ווען א מענטש האט די פרייהייט צו לעבן לויט זיינע values. ס'איז נישט א זאך וואס מ׳דארף "ארבעטן דערויף".
If anything דארף מען ארבעטן זיך נישט צו לאזן איינרעדן אז מ'דארף זיין בשמחה מיט אומדערטרעגליכע לאגעס.

דאנקבארקייט ווידעראום איז א צווייטע מעשה. מ'קען אלעמאל טרעפן עפעס אויף וואס דאנקבאר צו זיין, נאר וואס דען? דאס איז נישט א זאך וואס איז יושר אדער אפילו מעגליך ארויפצוצווינגען אויף יענעם. מ'קען עס פארגלייכן צו זון שטראלן: אויב איך ווייס אז עפענען די פארהאנג אין מיין שטוב לאזט די זון אריינשיינען און ס'קען ברענגען א פרישקייט א נייע גייסט אינעם טאג, וועט מיר קיינער נישט דארפן הייסן עס טון... די צרה איז אבער מיר זענען אויפגעוואקסן אין א סיסטעם פון בעל כרחך אתה חי און צוואנג איז ליידער געווארן א חלק פון אונזער באציאונג איינער מיט'ן צווייטן, אבער שטעל זיך פאָר איינער ליגט צובלוטיגט אויף דער ערד און קען זיך נישט רירן, וועסטו דען זאגן ר' איד עפן נאר די פירהאנג - די זון קען דיך מאכן פילן אסך בעסער?! אודאי נישט, נאר א שוטה וועט אזוינס זאגן צו איינעם וואס ליגט אויף דער ערד פארוואונדעט, נאר וואס דען, מ'פרובירט וואס מ'קען צו העלפן און גרינגער מאכן, נישט נאר צו קענען אריבערטראגן די יסורים אבער אויך צו נעמען אין שפיטאל צו ווערן ריכטיג באנדאזשירט ער זאל קענען זיך היילן... משל דומה לנמשל. דעפרעשן איז פונקט די זעלבע צובלוטיגטקייט נאר ס'נישט פונדרויסן, ממילא זענען פילע מענטשן פשוט בלינד דערצו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 12:15 pm
דורך בונה של טוב
די עיקר האב איך פארגעסן. דא איז אן עפיזאד פון א טראגישע אומגליק וואס האט פאסירט צו א משפחה און וויאזוי מען קען באהאנדלען די ווייטאג אויף א געזונטן אופן. אויך איז שטארק בולט וואספארא חילוק עס מאכט ווען מען קען האבן מענטשן וואס קערן care מיט אן אמת. ווי שטארק דאס מאכט א חילוק אין די מעגליכקייט זיך צו קענען שטעלן צוריק אויףדי פיס

https://podcasts.apple.com/ca/podcast/m ... 0491165871

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 2:33 pm
דורך אישתישבי
yesiknow האט געשריבן:Very well said, I just have one question to you,

Do you really believe that
רבי נחמן ?had all the challenges that we have
I will quote you saying that the priest and the rabbi
have the same challenges
Take for example the biggest rabbi of the past generation and tell me if you believe that he and the ?priest are on the same level of challenges


איך גלייב אז יעדער האט נסיונות, זה בכה וזה בכה. דער גרעסטע רבי האט געהאט נסיונות. און דער גלח פונקט אזוי. ווייל זיי האבן איין צד השווה, זיי זענען ביידע בשר ודם. ווען איינער זאגט ער האט נישט קיין נסיונות איז ער אזוי ווי פרעה וואס פלעגט זאגן אז ער דארף נישט טוילעט. היינו הך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:18 pm
דורך אני-הק'
נסיון איז איין זאך וואס דער אייבירשטער האט באשפאן יעדעם איינעם, און דורכפאלן איז נאך אזאך וואס ס'האט שוין די אייגענע איגא אין זיך, וואס אויב פארמאגט מען צו סאך פון דעם פאלט מען דורך נאכאמאל און נאכאמאל, און די גילטי פילינגס שטופן עס אן קיין אויפהער.
ואל תביאיני לא לידי נסיון, אז איך זאל אפילו נישט האבן א נסיון צו זינדיגן, ולא לידי עבירה ועון, אז איך זאל נישט סוף כל סוף דורכפאלן מיט די עבירה וואס איז מסתמא געקומען פון א נסיון.

יעצט איז די שאלה, וואס טוט א מענטש וואס האט נסיונות, און ער פאלט אויך כסדר דורך, נאכנישט אויף אזוי ווייט אז ס'איז אן עדיקשן, אבער לויט ווי איך ליין דא, פאלן רוב מענטשן דורך אפילו די רב און גלח, כאטש איין מאל א חודש, און א מערהייט דערפון איין מאל א וואך, און א גרויס חלק איין מאל א טאג, איז אויב ס'איז אמת, וואס דארף מען טוהן דערצו, עס לאזן לויפן? און שוין? מ'מאכט קישו אבר, און זרע לבטלה, און מ'לויפט זאגן א קאפיטל תהלים, נעקסטע מאל מ'גייט הכנות טוט מען עס נאכאמאל און מזאגט נאכאמאל תיקון הכללי?
מיין שאלה איז בכלל ס'איז לעגעטים אדורך צו פאלן איין צוויי מאל א טאג מיטן טאפן און רייבן און שפריצן, ליידער!?! און נאכדעם וואס מ'קען טוהן דערצו פאר ווער ס'איז טאקע אזוי?