בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:38 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:
מיין שאלה איז נאר געווענדעט צו די (ראסיסטיש גענויגטע) אמעריקאנער וואס זענען אויף (און מיט א באהאלטענע סאטיספיקאציע) ווייזן אן אויף די אומרוען אין מיזורי, 'דו' ביסט אויף דערמיט, 'דו' מאכסט א גאנצער בראטל פון אויסגעשאסענע פענסטער, און אונטערגעצונדענע קארס וכו', דאס איז ביי דיר וויכטיג? א מענטליכן לעבן (אפי' פון די 'אומציווילזירטע' סארט, וואס זענען נישט גרייט פאר דעמאקראטיע) איז ביי מיר פיל מער וויכטיג!
ווי יעדן איינעם דא, ווייס איך אויך וואס די דזשורי האט געפסקנט נעכטן נאכט, פארט באדער''ט מיר די פאקט אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט.
מענטשן ווערן גע'הרג'עט יעדן טאג און קיינער מאכט נישט דערפון קיין נייעס. מאסן מענטשן וואס צינדן אונטער פייערס איז נייעס.
בכל אופן, אויב דעם פאליציאנט'ס ווערסיע איז ריכטיג, קענסטו רואיג איבערלאזן דיין שלאפלאזע נאכט פאר א צווייטן. יעדער יונגאטש מעג וויסן אז אויב ער פרובירט ארוסצוכאפן דעם גאן פון א פאליציאנט וועט מען אים שיסן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:42 pm
דורך יאיר
אין אנדערע נייעס, איך האב א כלליות'דיגע שאלה: איינער וואס האלט אז א ווייסער פאליציאנט וועט גרינגער שיסן א שווארצן ווי א ווייסן איז א ראסיסט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:46 pm
דורך ישראל קאפקע
יאיר האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, איך האב א כלליות'דיגע שאלה: איינער וואס האלט אז א ווייסער פאליציאנט וועט גרינגער שיסן א שווארצן ווי א ווייסן איז א ראסיסט?
קאונט מין אין.
איינער וואס האלט אז אידן האבן א גרעסערע מעגליכקייט צו זיין א לויער, אדער א שווארצער א דזשעניטאר, אדער שפאנישער אן דעליווערי בוי, איז לויט דעם דעפיניציע אויך א ראסיסט.
אבער אין טאגטעגליכן באנוץ איז ראסיסט נאר באנוצט ווען דער זאגער וויל זאגן עפעס נעגאטיוו איבער א עטנישע געמיינדע, דווקא ווען עס איז נעגאטיוו, און דווקא ווען עס איז אויף אן עטנישן גרופע.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:49 pm
דורך ברסלבער
נאכן זעהן די אויפפירונג פון די עטליכע הונדערט אומציוויליזירטע פארשוינען, האב איך מורא אז א פאליציאנט וועט ענדערש שיסן אויף א שווארצן, מורא האבענדיג אז אפשר איז יענער אויך פון די עטליכע הונדערט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:59 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, איך האב א כלליות'דיגע שאלה: איינער וואס האלט אז א ווייסער פאליציאנט וועט גרינגער שיסן א שווארצן ווי א ווייסן איז א ראסיסט?
קאונט מין אין.
איינער וואס האלט אז אידן האבן א גרעסערע מעגליכקייט צו זיין א לויער, אדער א שווארצער א דזשעניטאר, אדער שפאנישער אן דעליווערי בוי, איז לויט דעם דעפיניציע אויך א ראסיסט.
אבער אין טאגטעגליכן באנוץ איז ראסיסט נאר באנוצט ווען דער זאגער וויל זאגן עפעס נעגאטיוו איבער א עטנישע געמיינדע, דווקא ווען עס איז נעגאטיוו, און דווקא ווען עס איז אויף אן עטנישן גרופע.
איך בין נישט קלאר אין דיין ענטפער. דו טענה'סט אז ווייסע אמעריקאנער זענען נישט קיין עטנישע גרופע? און אז שיסן מענטשן צוליב ראסיזם איז נישט קיין נעגאטיווע זאך?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:17 pm
דורך לעיקוואד
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וויאזוי א גאנצע געמיינדע רעאגירט צו א געשעעניש. פלינדערן געשעפטן? גנב'ענען פון אומשולדיגע מענטשן? האקן שטיקער פון פאליציי לייט? שטערן דער אטאו פארקער פאר מענטשן דעט גאו עבאויט דעיר ביזנעס? דער געפירעכטס איז א הנהגה פון אן עם הדומה לחמור, וועלכע זענען נעכנישט רייף פאר ציוויליזאציע.
עפעס דערמאנט עס מיר דער תיאור.. עפעס צוטוהן מיט א פסוק ויעל מלך ישראל.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:20 pm
דורך לעיקוואד
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ישראל,
א אומשולדיגע קינד וואס טשאלענדזשד א פאליציי מאן - לערענט מען אפיציעל אויס אין פאליס אקעדעמי אז עס איז אחת דתו. ווייל אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעוהו, און כדי עס זאלן זיין פאליציי לייט אויף די גאסן מוזן זיי זיך פילען סעקיורד. איינער וואס לויפט אקעגן א פאליציי מאן מיט דער קאפ אויף אראפ - אזוי ווי א באסקעט באלל פלעיער (אזוי איז געוועהן דער עדות'שאפט בעפאר דער גרענד דזשורי) איז דער דעמקאראטישע געזעץ איהם צו דערשיסן. א ווייסע צו א שווארצע צו א ברוינע צו א געלע, יעדער האט דער זעלבע דין.
אזוי איז דער געזעץ?? פאר'ן לויפען קעגן א פאליציי מאן אויף א געוויסע וועג איז דער גזר דין מיתה?? עס הערט זיך מיר ווי דער געזעץ פון א חברה אוממענטשען וואס זענען נישט רייף פאר ציוויליזאציע.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:21 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, איך האב א כלליות'דיגע שאלה: איינער וואס האלט אז א ווייסער פאליציאנט וועט גרינגער שיסן א שווארצן ווי א ווייסן איז א ראסיסט?
קאונט מין אין.
איינער וואס האלט אז אידן האבן א גרעסערע מעגליכקייט צו זיין א לויער, אדער א שווארצער א דזשעניטאר, אדער שפאנישער אן דעליווערי בוי, איז לויט דעם דעפיניציע אויך א ראסיסט.
אבער אין טאגטעגליכן באנוץ איז ראסיסט נאר באנוצט ווען דער זאגער וויל זאגן עפעס נעגאטיוו איבער א עטנישע געמיינדע, דווקא ווען עס איז נעגאטיוו, און דווקא ווען עס איז אויף אן עטנישן גרופע.
יא. אבער ס'איז א חילוק אויב איינער האט א נעגאטיווע מיינונג איבער א געוויסע ראסע אדער עטנישע גרופ. און איינער וואס קוקט אויף סטאטיטיקס. און אויף דעים סמך באזירט ער זיין מיינונג און החלטות.
למשל. די סטאטיסטיקס ווייזן אז א שווארצער יוגנטליכער איז מער גענייגט צו אטאקירן א דורכגייער וועם ער באגעגנט, ווי א ווייסער יוגנטליכער. איינער וואס וועט זיך היטן פון באגעגענען מיט דעם ערשטן, ווערט נאכנישט קיין ראסיסט מיט זיין החלטה. דער שווארצער פיהרער דזשעסי דזשעקסאן האט געזאגט פאר די מידיא אז ווען ער זעהט פון ווייט איין אדער מערערע שווארצע יוגנטליכע גייט ער ענדערש אריבער די גאס. וואס ער וואלט נישט געטון אין פאל ווען ער טרעפט זיך מיט א ווייסן.
קען דען איינער זאגן אז דזשעקסאן איז א ראסיסט?! ווען ער האט אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן צו קעמפן פאר די רעכטן פון זיין אייגענער ראסע...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:24 pm
דורך לעיקוואד
ברסלבער האט געשריבן:נאכן זעהן די אויפפירונג פון די עטליכע הונדערט אומציוויליזירטע פארשוינען, האב איך מורא אז א פאליציאנט וועט ענדערש שיסן אויף א שווארצן, מורא האבענדיג אז אפשר איז יענער אויך פון די עטליכע הונדערט.
אויף דעם האט מען געגעבן א מענטש שכל ער זאל נישט לאזען עפעס וואס ער זעהט אויף טעלעוויזיע פון אפאר מענטשען דיקטירן וויאזוי ער פירט זיך אלעמאל. אה,
כ'האב פארגעסן , מענטשען מיט שכל לאזט מען נישט אריין אין פאליציי אקעדעמי. פאר זיין אומציוויליזירט קומט זיך נישט מיתה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:28 pm
דורך לעיקוואד
אין אנדערע נייעס, די וואס שיקען קרוז מיסעלס אין די היימען פון זייערע שונאים ווייל זיי האבען זיך געטשעפעט מיט זייער ביזנעס, און באמבאדירען חתונות מיט דראונס פון מענטשען וואס זענען פאליטיש נישט מיט זיי, זיי זענען נושאי דגל הציביליזציה. ממש מבחר האנושי. נאר אפאר קינדער וואס פארברענען אפאר נעבאכדיגגע געשעפטן וועגן זייער כעס, דאס איז עם הדומה לחמור. דאס איז דער לאגיק פון ראסיזם.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:30 pm
דורך ישראל קאפקע
@יאיר,
ווייסע פאליציאנטן זענען זיכער נישט, (כאטש אין אמעריקע איז 'ווייס' אויך נישט קיין עטניסיטי) אבער די עיקר פונקט איז אז איך דרוק ארויס אז דער ראסע אדער עטניסיטי האט א נעגאטיווער אייגנארטיגקייט, א חסרון, וואס קומט מכוח די נאטור (אין היינטיגע שפראך; גענעס) פון דעם ראסע.
און כאטש דו קענסט זיך דינגען און זאגן אז באצייכענען כינעזער אלס קלוגער, אידן אלס שארפער, וכו' איז אויך 'ראסיסטיש', ווערט עס אבער געווענליך נישט אנגערופן ראסיזם.
לעיקוואוד האקט, ביג טיים! (אוי, איז נישט לעיקוואוד אן עטניסיטי?)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:38 pm
דורך ברסלבער
לעיקוואד האט געשריבן:פאר זיין אומציוויליזירט קומט זיך נישט מיתה.
אמת. אבער ווען א ציוויליזירטער מענטש קומט מיר צו לויפן מיט כעס וועל איך זיך נישט שפירן אזוי אין א סכנה, ווי ווען עס האנדלט זיך פון אן אומציוויליזירטער.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:50 pm
דורך ישראל קאפקע
ברסלבער האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:פאר זיין אומציוויליזירט קומט זיך נישט מיתה.
אמת. אבער ווען א ציוויליזירטער מענטש קומט מיר צו לויפן מיט כעס וועל איך זיך נישט שפירן אזוי אין א סכנה, ווי ווען עס האנדלט זיך פון אן אומציוויליזירטער.
ווער ביזטו צו דעפינירן 'ציוויליזירט' 'אומציוויליזירט'?
געווענליך ווען מען באצייכנט איינעם אומציוויליזירט וויל מען קריטיקירן נישט נאר דעם מענטש פערזענליך, נאר עס איז א קריטיק אויף זיין גאנצע עטניסיטי און קולטור ארום, און דאס איז די דעפיניציע פון ראסיזם.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:07 pm
דורך כוכב
לעיקוואד, אז איינער שפירט זיין לעבן באדראעט מעג ער נוצן געווער?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:15 pm
דורך שמערל
כוכב האט געשריבן:לעיקוואד, אז איינער שפירט זיין לעבן באדראעט מעג ער נוצן געווער?
כוכב, און אויב א גאנצע ציוויליזאציע (אדער אומציוויליזאציע) שפירן זיך באדראעט, מעגן זיי נוצן שטעקענעס און רייאטען?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:16 pm
דורך לעיקוואד
כוכב האט געשריבן:לעיקוואד, אז איינער שפירט זיין לעבן באדראעט מעג ער נוצן געווער?
דעפיניר "שפירט". איך שפיר מיין לעבן איז אין געפאר ווייל כוכב דינגט זיך מיט מיר. גיט דאס מיר א היתר דיר שיסען?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:17 pm
דורך כוכב
אז איינער כאפט מכות פון א ברייט ביינערדיגן שווארצן כדי להמית.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:23 pm
דורך לעיקוואד
פארוואס זאגסטו דער ווארט שווארצע אין דיין שאלה? איז דען נישט פונקט די זעלבע חקירה א ווייסע אדער ברוינע אדער געלע?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:23 pm
דורך פישלע העררינג
פאר א טיפערע שמועס איבער "ראסיזם" והמסתעף, אומאפהענגיק אין די איצטיגע נייעס פון פארגוסען, ביטע דריקט דעם לינק. ותשח"ח לידידינו [tag]לעיקוואד[/tag] פאר פותח זיין מיט אן אריכות כיד ד' הטובה עליו.
viewtopic.php?p=237607#p237607
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:31 pm
דורך כוכב
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס זאגסטו דער ווארט שווארצע אין דיין שאלה? איז דען נישט פונקט די זעלבע חקירה א ווייסע אדער ברוינע אדער געלע?
איך רעד פון א ספעציפישע געשיכטע וואס האט פאסירט אין מיזוירי.
(אגב שווארצע זענען אין גרויס טייל בעלי כוח ממילא גיבט דאס צו צו דער שילדערונג)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:41 pm
דורך לעיקוואד
אויב איינער האט מורא פאר זיין לעבן וויבאלד יענער איז א שווארצע און עם ליגט אין קאפ אז שווארצע זענען מער מסוכן איז דער דמיון זיינער נישט קיין היתר צו שיסען.
ביי יענער מעשה ביניך נישט געווען.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:44 pm
דורך לעיקוואד
ברסלבער האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:פאר זיין אומציוויליזירט קומט זיך נישט מיתה.
אמת. אבער ווען א ציוויליזירטער מענטש קומט מיר צו לויפן מיט כעס וועל איך זיך נישט שפירן אזוי אין א סכנה, ווי ווען עס האנדלט זיך פון אן אומציוויליזירטער.
פון אומצווויליזירט פון מאכען ראיאטען ביז אומצוווילזירט פון הרגנען איז א לאנגע וועג. גלייב מיר איך האב זיך געדרייט אין מאה שערים..
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:56 pm
דורך chusid
אמאל פלעגט זיין ראסיזם, דאס הייסט א שחור איז א קנעכט וואס עפעס? א יוד קען נישט קויפן אין דעם געשעפט וואס עפעס? ראסיזם! אינמיטן די נאכט האב איך מורא פין שחורים נישט ווייל איך בין א ראסיסט נאר ווייל די לאגיק זאגט מיר אז איך בין אין א מעגליכער( נישט זיכער-סאיז דא וואוילע שווארצע) סכנה. וואס האט דאס מיט ראסיזם? איך קען אמאל אויכט דערקענען אויף א ווייסן אז ער איז שעדליך. גייען מיר אמאל צילוב ראסיזם איבער די אמת'ע לאגיק?