בלאט 2 פון 5
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 1:11 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
שמעתי פון הרה"צ רבי שלמה'לע גולדמאן פון ירושלים דער זון פון זוויעהל'ע רבי פון בני ברק:
מיר בעטן 'אבינו מלכנו זכור כי עפר אנחנו', וואס עפעס זאמד?
נאר ווי חז"ל זאגן (בבא מציעא מב) "כספים אין להם שמירה אלא בקרקע" געלט באגראבט מען אין די ערד צו זיי היטן...
בעטן אונז טאטע געדענק אונז זענען זאמד און שיק ארין אין אונז די גאנצע געלט...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:28 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
דער הייליגער גארליצער רב האט פארציילט:
די התגלות און פרסום פון מעזריטש'ן מגיד איז געווען א שטראף פאר אים, וויל ער האט געפארן אמאל אין חול המועד... און לויט זיין צדקות איז עס נחשב געווען אלץ א פגם...
און ער האט צוגענדיגט:
און די היינטיגע רבי'ס זענען מסכים פארן אפילו אין שבת אבי מפורסם צו ווערן...
און איך ענדיג צו:
"דאס האט ער געזאגט מיט הונדערט יאהר צוריק.........."
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 4:30 pm
דורך חסיד
א איד איז אמאל געקומען צום רב אז זיין זוהן איז משוגע געווארן ער טאנצט מיט שיקסעס און פרעסט חזיר
האט דער רב געענטפערט: דאס הייסט קאליע געווארן, משוגע וואלט געווען ווען ער טאנצט מיט חזירים און פרעסט שיקסעס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 5:03 pm
דורך berlbalaguleh
דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן...
דאס באלאנגט ביי "צדיקי הדורות"?
[b]יא. דער סאטמערער רבי זי"ע איז געוועין א צדיק הדורות...!
צווי זאכן
א' סאטמערער רב איז געווען א צדיק הדור און נישט הדורות...
ב' די מעשה איז פון ראש הקהל און נישט פון דער רב ז"ל ממילא איז נישטא קיין מקום באליידיגט ווערן...
ר' גרעסטער שרייבער: איך האב געטראכט דיר צו ענטפערן אויף אלע ביידע נקודות וואס דו האסט מעורר געווען. נאר,
חישבתי דרכי ואשובה.(כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא אזא פסוק. ווען נישט מאך איך עס יעצט.). איך ווייס אז דו וועסט מיר נאכדעם צוריקענטפערן. אויף וואס איך גיי שרייבן א תגובה. ואם כן אין לדבר סוף...זאלל עס בלייבן אזוי . ושלום על ישראל...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 5:50 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
א איד איז געקומען צום 'דברי חיים' - צאנזער רב און אוועק געלייגט אויף זיין טיש צווי גילדן אלץ א פדיון... און געבעטן אז ער וויל טרעפן זיין אבידה וואס ער האט פארלוירן פופציג גילדן...
דער הייליגער גארליצ'ער רב וואס האט געזעצן דארט האט זיך גלייך אנגערופן און אים געזאגט "יעצט האסטו שוין פארלוירן צווי און פופציג"...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:22 am
דורך דער גרעסטער שרייבער
רבי אברהם באסע זי"ע א גדול פון אפאר הונדערט יאהר צוריק שרייבט אין זיין ספר 'צרור המור':
"וינחם יצחק אחר אמו" יצחק אבינו האט זיך מתנחם געווען אויף די פטירה פון שרה זיין מאמע נאך זיין חתונה האבן מיט רבקה... וועגן ער האט זיך געפרייט אז זיין מאמע וועט נישט האבן קיין שוויגער... זיין לשון איז: "שלא יהיה לה חותנת..."...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:20 am
דורך שמעקעדיג
מיינסט צו זאגן, זיין "ווייב" וועט נישט האבן. ריכטיג?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:07 am
דורך דער גרעסטער שרייבער
שמעקעדיג האט געשריבן:מיינסט צו זאגן, זיין "ווייב" וועט נישט האבן. ריכטיג?
גערעכט
תיקון טעות...
"זיין ווייב וועט נישט האבן א שוויגער"...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:08 am
דורך דער גרעסטער שרייבער
לרגל די פוליטישע איבערקערענישן אין ארץ ישראל:
מען האט געפרעגט אמאל הרב בענגיס ז"ל פארוואס רופן די ציונים זייער מדינה 'ישראל' און נישט 'ארץ ישראל'...
האט ער גענטפערט מיט א פסוק וואס שטייט:
"על מה אבדה הארץ- על עזבם את תורתי"...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:52 pm
דורך chusid
רבי ר' זושא מ'האניפאלי האט געזאגט אז דריי זאכן אין עבודת השם האט ער זיך געלערנט פין א גנב, . איינס פין די איז הצנא לכת. . האט מען אים געפרעגט וואס עפעס דארף די רבי זיך דאס לערנען פין א גנב?! , עס איז א בפירושע פסוק אז מען זאל זיין הצנא לכת.... האט ער געענטפערט : ווייל א גנב וויל "טאקע נישט" מען זאל וויסן..... וד"ל
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 2:54 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
די גמרא אין פסחים רופט אן 'רבי מנחם בר סימאי' א 'בנם של קדושים' און די סיבה דערפאר איז ווייל ער האט גארנישט געקענט קיין צורת המטבע...
ווערט געפרעגט: אויב אזוי איז ער דאך א קדוש אליינס און נישט נאר א בנם של קדושים...
מוז מען זאגען אז א קדוש און קיין רבי קען מען נישט זיין אויב מ'קען נישט קיין צורת המטבע, והבן...
(שמעתי מידידי הרה"ג רבי זלמן לייב גנזל שליט"א דער עורך פון די פאפעלירע גליון 'באר הפרשה' פון הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א)...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 4:03 pm
דורך נקודת החבדית
chusid האט געשריבן:רבי ר' זושא מ'האניפאלי האט געזאגט אז דריי זאכן אין עבודת השם האט ער זיך געלערנט פין א גנב,
היום יום - ג אייר, יח לעומר: כל המדות, אף גם המדות הלא טובות, או גם רעות על פי תוארם ושמותיהם, אפשר להשתמש בהם לעבודת ה' ע"פ התורה. וכמו שהרה"צ ר' משולם זוסיא זצ"ל מהאניפאליא למד כמה דרכים בדרכי העבודה מגנב: א) הצנע לכת ב) מעמיד עצמו בסכנה ג) דבר היותר קטן חשוב כדבר גדול ד) עמל בטרחא גדולה ה) זריזות ו) בוטח ומקוה ז) אם לא הצליח בפעם הראשונה חוזר הרבה פעמים.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 5:51 pm
דורך chusid
מען האט פארציילט פאר המשפיע ר' יואל כהנא מחב"ד די באוואוסטע מעשה אז ביי קריאת התורה ווען רבי ר' אלימלך האט געליינט די פרשה פון קריעת ים סוף האט זיך רבי ר' אלימלך ארויפגעצויגן די בעקיטשע כדאי עס זאל נישט נאס ווערן.... עד כדאי כך האט ער מיטגעלעבט מיט די קריאה! . אבער ר' יואל האט געענטפערט איך גלייב נישט! ווען ר' אלימלך לעבט מיט מיט די התגלות אלקות פין קריעת ים סוף איז ער נישט פארנומען מיט די בעקיטשע זאל נישט נאס ווערן...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 5:58 pm
דורך פישלע העררינג
chusid האט געשריבן:מען האט פארציילט פאר המשפיע ר' יואל כהנא מחב"ד די באוואוסטע מעשה אז ביי קריאת התורה ווען רבי ר' אלימלך האט געליינט די פרשה פון קריעת ים סוף האט זיך רבי ר' אלימלך ארויפגעצויגן די בעקיטשע כדאי עס זאל נישט נאס ווערן.... עד כדאי כך האט ער מיטגעלעבט מיט די קריאה! . אבער ר' יואל האט געענטפערט איך גלייב נישט! ווען ר' אלימלך לעבט מיט מיט די התגלות אלקות פין קריעת ים סוף איז ער נישט פארנומען מיט די בעקיטשע זאל נישט נאס ווערן...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 5:59 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
שמעתי פון א קלוגער איד:
אמאל - האט א יעדער צדיק געהאט זיין וועג...
היינט - האט א יעדע וועג זיין צדיק...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:02 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
איך בין אמאל געפארן א שבת מיטן היינטיגן קאליב'ער רבי פון ירושלים האט ער מיר געזאגט אזוי:
לולב איז ראשי תיבות:
ו'תן ב'ליבנו ב'ינה ל'הבין ו'להשכיל ל'שמוע ל'למוד ו'ללמד ל'שמור ו'לעשות ו'לקיים...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 4:41 am
דורך דער גרעסטער שרייבער
שמעתי פון הגאון רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א - פה מפיק מרגליות:
פארוואס גייען די אראבער ימ"ש זייער גארטיל אויפן שפיץ קאפ... (כידוע גייען זיי א שמאטע אויפן קאפ וואס וערט אנגערופן 'כאפיה' און אויף דעם לייגען זיי א שטריק)...
און האט גענטפערט:
אין הלכה ווערט געברענגט (סי' צ' או"ח) א סיבה פארן גיין א גארטל 'כדי לחצוץ בין לבו לערווה' אבער דער ישמעאלי איז דאך זיין גאנצע גוף א שטיק ערווה (כידוע...וד"ל) וועגן דעם לייגט ער עס אויף זיין קאפ...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 9:56 am
דורך יין שרף
און די ליטוואק לייגט זיין הפסק בין ראשו לגופו...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:20 am
דורך דער גרעסטער שרייבער
רבי שלמה זלמן אויערבאך זי"ע האט אמאל געזאגט:
פארן זיך טויבל'ן אין מקווה דארף מען נעמען א שאווער מטעם 'ואהבת לרעך' און דערנאך וועגן דיין אייגענעם 'כמוך'...
און איך לייג צו:
פארן זיך טובל'ן נעמט מען א שאווער וועגן דעם 'כמוך' אלץ מענטשלעכקייט, און דערנאך וועגן דעם 'ואהבת לריעך' דו זאלסט נישט שטינקען אגאנצן טאג.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:13 am
דורך דער גרעסטער שרייבער
האט איינער געזאגט:
"צדקתך" - די אלע צדיקים "כהררי קל" פארן כסדר אויף די בערג...
"משפטיך" - די דיינים בעלי המשפט "תהום רבה" פארן און די טיפע פלעצער ביי די וואסערן..
אבער "אדם ובהמה" איך מיט מיין ווייב "תושיע ה'" אונז דארפן ווארטן אויף ישועת ה' כדי זיך אפצורוען...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 12:15 pm
דורך דער גרעסטער שרייבער
א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן ראפשיצער רב און געפרעגט:
"ס'איז דאן אמת אז דער רוז'ינער האט אויף אייך געזאגט -איך האב געווסט אז דו ביסט א חכם אבער אז דו ביסט אזא חכם דאס האב איך נישט געווסט"
האט אים דער ראפשיצער רב צוריק גענטפערט:
"איך האב גאר געווסט אז דו ביסט א נאר אבער אזא נאר האב איך נישט געווסט אז דו ביסט"...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 1:03 pm
דורך ציבעלע-קיגל
chusid האט געשריבן:מען האט פארציילט פאר המשפיע ר' יואל כהנא מחב"ד די באוואוסטע מעשה אז ביי קריאת התורה ווען רבי ר' אלימלך האט געליינט די פרשה פון קריעת ים סוף האט זיך רבי ר' אלימלך ארויפגעצויגן די בעקיטשע כדאי עס זאל נישט נאס ווערן.... עד כדאי כך האט ער מיטגעלעבט מיט די קריאה! . אבער ר' יואל האט געענטפערט איך גלייב נישט! ווען ר' אלימלך לעבט מיט מיט די התגלות אלקות פין קריעת ים סוף איז ער נישט פארנומען מיט די בעקיטשע זאל נישט נאס ווערן...
די מעשה איז סתם אזוי שווער ווייל פארוואס האט ער געדארפט אויפהייבן די בעקיטשע דער ים האט זיך געשפאלטען? און עס איס
טרוקען געווארען. ווי עס שטייט וישם את הים לחרבה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 2:55 pm
דורך ציבעלע-קיגל
עס איז געוועהן אמאהל אז צוויי גרויסע ראש ישיבות זענען אוועק צוזאמען. האט זיך אויפגעשטעלט א ראש ישיבה זיי מספיד צו זיין.
האט ער געזאגט אזוי.
רבותי, מיתת צדיקים איז א קרבן, שטעלט אייך פאר, מיר ברענגען היינט צוויי אזעלעכע גרויסע אקסען,