סקעפטיקער האט געשריבן:איך זעה דא א שטיקל מישמאש צווישן עליענס און UFO. אפילו נניח אז עס עקזיסטירט לעבן אויף אנדערע פלאנעטן, איז זייער נאריש צו גלייבן אז זיי האבן נישט וואס צוטוהן נאר אונז צו קומען באזוכן מיט פליענדע טעלערלעך וכו' בעת וואס קיין איין פארגעשריטענע מאשין האט נאכנישט באוויזן זיי געהעריג אויפצוכאפן און זעהן פון ווי זיי קומען און צו ווי זיי גייען, און נאך אסאך שטותים און נארישקייטן וואס קלעבן נישט איינס צום צווייטן, די אלע אומאידענטעפיצירטע אביעקטן זענען נישט קיין עליענס! אויב גייט מען איין טאג טרעפן באווייזן פאר לעבן אויף אנדערע פלאנטעטן וועט עס לכאורה צוגיין אויף גאר א צווייטן אופן
למיטב הבנתי טענה'ט קיינער נישט אויף זיכער אז ס'איז עליענס. די געטועכץ איז בעיקר ארום דעם אז די מיליטער אדער אנדערע זיכערהייט אגעונטורן באהאלט צענדליגע דאקומענטעישענס און אפי' שטיקלעך פון אזעלכע UFO's (אדער אפי' טויטע באשעפענישן ווי דייוויד גורטש טענה'ט) דאס גייט מען יעצט אויספארשן אין קאנגרעס. די מאקסימום טענה לעת עתה איז אז עס איז נישט געמאכט דורך מענטשליכע אינטילגענציע
Sent from my SM-A546E using Tapatalk
למעשה: זענען די ספעקולאציעס געגאנגען אין צוויי דיירעקשאנס. איינס. אז רוסלאנד (אין די '50גער,זעכציגער און זיבעציג'ער יארן) האט געשיקט פארגעשריטענע שפיאנאזש מאשינען צו אויסשפירן די מיליטערישע סודות פון אמעריקע און ענגלאנד. די צווייטע. אז די אמעריקאנע נעיווי אליינס האט ארויפגעשיקט די "פליענדיגע טעללערס". צוערשט איבער אמעריקע צו אויספראבירן זייער סוקסעס ראטע. און נאכדעים צו שיקן זיי קיין רוסלאנד און כינע.
לויט די היינטיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע פון כינע וואלט געווען לאגיש צו זאגן אז דאס אלעס קומט פון כינע. ווייל זיי זענען זייער שטארק "סניעקי". צו דערגיין מיליטערישע סודות פון אמעריקע. נאר אין די אויבנדערמאנטע תקופה איז נאך טשיינע געווען בבחינת (א שלאפנ'דיגער ריז). און זיי זענען געווען זייער שטארק צוריקגעשטאנען טעכנאלאגיש (און מיליטעריש).
איין זאך איז זיכער. מענטשן האבן געזעהן, און מ'האט אפילו אפגעכאפט פיקטשערס פון אזעלכע פליענדיגע אביעקטן וועלכע זענען ענליך צו טעלערס. די שאלה איז נאר אויב דאס זענען פראדוקטן פון מענטשליכע טעכנאלאגיע. אדער קומט עס גאר פון אן אנדער'ן פלאנעט.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 5:19 pm
דורך שאלתיאל
שאלתיאל האט געשריבן:די נושא פון UFos אין אמעריקע ווערט מער און מער פארדעכטיגט לעצטנס. ביטע האלטן אַן אויג.
דאס איז זיין ארגינעלע אינטערוויו צו newsnation ווי ער האט אראפגעלייגט זיינע אומגלויבליכע טענות https://youtu.be/JLZzDhDYMcw
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 5:00 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
יעצט אין די נייעס אז מ'האט געטראפן א 3 פינגערדיגע באשעפעניש. די די ענ עי איז נישט באקאנט. דער מוח איז גאר גרויס. די ביינער גאר שטארק אין לייכט. זעט אויס אז מיר וועלן זיך באקענען אסאך מער מיט די דרויסענדיגע שכנים בקרוב ממש
ס'האט נישט דווקא צוטין. דער מציאות איז אז די "די ענ עי" קענען זיי נישט פון אונזער וועלט ממילא איז מסתבר אז זיי זענען פון א פרענדע וועלט (עליענס בלע"ז) שפעטער איז אינטערעסאנט פאר די נייגעריגע, מיט וואז זענען זיי אנדערש ווי היימישע מענטשן. איז איינע פון די זאכן אין דער מין וואס מהאט געטראפן, איז אז ס'האט נאר 3 פינגערס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:22 pm
דורך סקעפטיקער
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:יעצט אין די נייעס אז מ'האט געטראפן א 3 פינגערדיגע באשעפעניש. די די ענ עי איז נישט באקאנט. דער מוח איז גאר גרויס. די ביינער גאר שטארק אין לייכט. זעט אויס אז מיר וועלן זיך באקענען אסאך מער מיט די דרויסענדיגע שכנים בקרוב ממש
זיי האבן אן אויסשטעל פונקט ווי מענטשן, א קאפ מיט א אויגן און נאז, הענט און פוס, אבער ער האט נישט קיין DNA! ביי מיר אינדערהיים האב איך אויך אזאנס, מיינע קינדער רופן עס דאלי
Re: עיליענס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 11:50 am
דורך שאלתיאל
נאס"א'ס CEO ביל נעלסאן האט נארוואס איבערגעגעבן א פרעס קאנפערענץ איבער די ערשטע ריפארט פון זייער ספעשל טיעם וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט צו פארשן די נושא פון Ufo אדער Uap ( א מער ברייטערע הגדרה וואס רעכנט אריין אלע אומאידענפיציטירטע אבזעווירונגען און לאוו דווקא פליענדע אביעקטן)
אויב פארשטיי איך גוט זאגט ער עטליכע זאכן:
זיי האבן געלערנט אז ס'איז דא אסאך צו לערנען (טאקע? ממש א חידוש נפלא)
1. ער האלט אז ס'איז פארהאן לעבן אינדערויסן פון אונזער פלענעט צוליב די ריזיגע צאל פון טריליאנען גאלאקסיעס וואס זענען דא און ס'איז מסתבר אז צווישן זיי איז פארהאן א habitable פלענעט וואס איז צוגעפאסט פאר לעבן אזווי ווי אונזערע. ער האלט אויך אז נאס"א וועט דאס עווענטועל אנטדעקן אין די צוקונפט.
2. עס זענען פארהאן אסאך עדות'ן פון *רילייעבל מקורות* וואס האבן באריכטעט איבער UFOs. רוב פון זיי קען מען ערקלערן אבער עס זענען פארהאן טייל פעלער וואס זענען דערווייל נישט ערקלערט געווארן
3. דערווייל ווייסט נישט פון ווי זיי קומען און איז נישטא קיין סיבה צו קאנקלודן אז דאס זענען עליענס אבער מ'קען נישט שולל זיין די אפציע
איך מיין אז דא האבן זיך שוין אנגעזאמלט א מכובד'יגע הויפן פון 'Uaps אויפפאלנדע אבזערוואציעס פון אביעקטן אדער אנדערע אויפפאלנדע באמערקונגען וואס ברענגען ארויף ערנסטע פראגע צייכענעס וואס איז מער נישט שייך סתם אפצופטר'ן אלץ אילוזיעס אדער קאנסיפראציעס (ווי די מיליטער און יעצט נאס"א זענען אויך מודה)
פון דער אנדערע זייט איז די געדאנק פון לעבן אויף אן אנדערע פלענעט טעארעטיש בכלל נישט אפגעפרעגט און איז היבש מסתבר, דערפאר איז די אפציע פון עליענס טעארעטיש מעגליך. די גרויסע פראגע איז צו די Uap's האבן א פארבינדונג מיט עליענס, אפגעפרעגט איז עס זיכער נישט און מיין פערזענליכע מיינונג/געפיל (האפענונג?) איז אז די ביידע זענען פארבינדן. יעצט דארף מען ווארטן זיי זאלן נעמען די גאטס און זיך באווייזן און מאכן א לחיים איאיינעם.
Re: עיליענס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:34 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איך זעה נישט די שייכות צווישן עליענס וואס וואוינען ביליאנען ליכט יארן אוועק צו אפאר אומגעווענליכע אביעקטן וואס מען האט האלבוועגס געזעהן.
צום עצם עליען פראגע. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז מיר זאלן זיין די איינציגע אין אזא גרויסע אוניוועס, אגב איז דאס די מיינונג פון רוב סייענטיסטן און פילעזאפן.
כ'האב געהערט אמאל א גוטע משל. שטעלט אייך פאר מען נעמט ארויס א קריגל וואסער פונעם ים און מען זעהט נישט קיין פיש דערין, מיינט דאס אז דאס גאנצע ים איז ליידיג פון פיש? אוואדאי נישט. אונז האבן בלויז געזען א שפיי אין ים אנקעגען וואס עס איז אלץ דא.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 6:31 pm
דורך מי אני
לגבי די דרעיקעקוועישאן, איז דא די סילוּריען היפאטעזיע פון דר. געווין שמיט און דר. אדם פרענק. דאס לויטעט אז בעצם וואלט געווען שייך אז פון 350 מיליאן יאר צוריק זאל האבן געווען אויף אונזער פלאנעט אַן אינטעליגענטע ציוויליזאציע מיט טעכנאלאגיע און אינדוסטרי; לדוגמא עס איז שוין געווען גענוג פאַסילייזד ברענשטאף צו קענען נוצן. די שאלה איז צי אונז וואלטן געקענט דירעקט זעהן און דערקענען אינעם פאַסיל רעקארד אז עס איז געווען אזא ציוויליזאציע. דאס איז אז מ׳זעהט ביי די דיינאסארס, וועלכע האבן געלעבט אויף די וועלט פאר אַן ערך פון א 165 מיליאן צייט אפשניט, איז פּראפּארציאנאל דא זייער ווייניג פאַסילס פון זיי און דירעקטע עווידענס וואס זיי האבן אפגעטוהן אויפ׳ן ענווייראמענט אין דזשיאלאדזשיק רעקארד. משא״כ אונזער אינדאָסטריעל צייט אפשניט לעת עתה איז נאר בערך 300 יאר אלט; א שפיי לגבי די דזשיאלאדזשיק רעקארד. ועוד, אז ווי לענגער אַן אינדאָסטריעל ציוויליזאציע גייט אָן, אלס מער איז מוכרח אז זיי פראדוצירן טעכנאלאגיע און אינדאָסטרי וואס זאל זיין מער סאָסטעינעבּל, און נישט האבן אזא שטארקע אימפּעקט אויף די ענווייראמענט וכו׳.