בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 10:58 am
דורך אחד העם
בשבילי! האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.

איין מאל איז אקעי. אבער שרייבן בלויז גאט איינמאל און נאכאמאל קוקט אויס מער ווי עפעס אן אגענדע. ווארף כאטש אריין א 'באשעפער' דא און דארט, זאל עס נישט אויסזען ווי דאס שרייבן 'גאט' קומט באגלייט אזוי באוויסטזיניג מיט א לשם יחוד...
אגב איך זאג נישט גאט פון אברהם

באשעפער איז נאר א כינוי גאט איז עצם.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 7:52 pm
דורך כוכב
וואס האלט דער עולם, זאל עס זיין א פארמעסט, אדער בעסער נישט נאר לויפן ווי די אראומע קאמפיין אז במשך ימי חנוכה זאל מען ארויסשטעלן פאעזיעס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 8:36 pm
דורך פישלע העררינג
אראומע איז געוועהן א געלונגענע אקציע! מצד השני איז פאעזיע טאקע מער קאמפעטעטיוו.

[tag]כוכב[/tag], אויב מען שיקט דיך אין אישי, שטעלסטו עס דאן ארויף מיט א נאמבער, בלי שם המחבר, און דער עולם שטימט? וויאזוי שפילט מען דעם געים?

אויך, וואס זענען כללי פאעזיע? מיין מעכיל רעכיל גראם איז גענוג, אדער עס מוז האבן טיפע משמעות? למשל, יאיר'ס משלי איז פאעזיע?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 9:23 pm
דורך כוכב
יא, בערך אזוי. ס'ווערט ארויסגעשטעלט אנאנים און משיקט אריין א שטומע.
כווייס אויך נישט פונקטליך כדארף מברר זיין ביי די מנהלים וויאזוי עס האט דעמאלט געארבעט.
בנוגע וואס איז פאעזיע, עס קען יעדער אליין באשליסן צי זיינע יצירות פאסן אלס פאעזיע ;).

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 9:36 pm
דורך לעיקוואד
מכמה סיבות קלער איך עס פעלט נישט אויס קיין פארמעסט.
אפשר זאל מען מאכען וואלן וואס דער עולם וויל..

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 10:31 pm
דורך כוכב
עס ווערט געזוכט א נאמען פאר'ן פאעזיע קאמפיין.
איין פארשלאג איז אריינגעקומען דורך רויטע וואנצעס מיטן נאמען '' קבעו שיר''. זייער טרעפליך.
אנדערע אפציעס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:08 pm
דורך יואב
בשבילי! האט געשריבן:פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש


בפשטות איז דאס סתם א זינלאזע געפיל וואס א פסיכאלאג וואלט העכסט-ווארשיינליך רעקאמאנדירט עס צו איגנארירן ווי איידער דאס צו קארמען. אינעם אקטועלן קאווע שטיבל האבן מיר שוין מענטשן מערערע מאל מעורר געווען אז דאס זיך באנוצן "גאט" במקום די ערוועלטע טראדיצינאלע שמות נרדפים טוט זיי שאפן איבל. גיי ווייס. אז ס'שטערט דיך דווקא קען איך גערן ארויסגיין פון מיין וועג צופרידנשטעלן דיינע סענטימענטאלן. געזונטערהייט. אבער וואססא חילוק? גאט איז גענוג גרויס אז יעדער זאל אים קענען רופן אנדערש. מ'ברויך זיך נישט אראפבינדן צו א האנדפול טערמינען וואס מלמדים מיט באבעס האבן צוזאמען באשטימט גענוי וואספארא אויסדרוק זאל גיין צו וועלכער צייט אדער געשעעניש.

און אז מ'רעדט שוין יא: גאט איז א שם הכולל.

דער פון אויבן לכאורה איז ריין אפיקורסות ווארום גאט געפינט זיך דאך איבעראל, מלא כל הארץ כבודו. וה"ה לגבי "אייבערשטער".

רבונו של עולם וואלט אויך נישט געווען מיין ערשטע אפציע. כאילו נאר פון דער דאזיגער וועלט, און איבער די אנדערע וועלטן פארמאגט ער נישט דאס פולקאמע בעלות.
 

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:26 pm
דורך בשבילי!
ערליכע אידן האבן געשריבן ג-ט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:41 pm
דורך נקודת החבדית
יואב האט געשריבן:

דער פון אויבן לכאורה איז ריין אפיקורסות ווארום גאט געפינט זיך דאך איבעראל, מלא כל הארץ כבודו. וה"ה לגבי "אייבערשטער".

 
אות ה' והערה 57

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 2:03 pm
דורך יאיר
בשבילי! האט געשריבן:פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט.

אויב גאט שמעקט נישט גוט איז עס זיין שולד נישט מיינס.
בשבילי! האט געשריבן:כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

האסט מיר נישט געקענט זאגן פריער?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 2:05 pm
דורך איך אויך
יאיר ,ביטע ,מען ווארפט זיך נישט מיט אזוינע ווערטלעך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 2:47 pm
דורך בשבילי!
יאיר האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט.

אויב גאט שמעקט נישט גוט איז עס זיין שולד נישט מיינס.
בשבילי! האט געשריבן:כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

האסט מיר נישט געקענט זאגן פריער?

אקעי איטס נעווער טו לעיט. לאמיר זען פון יעצט און ווייטער...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:12 pm
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

 כיאיר ועוד.
סתם שמאעזיע קען מען קאמפאזירן אזוי שנעל ווי א בדחן טוישט ארום אויף זיינע צעטלעך די נעמען פון די מחותנים, נאר בחינם שטייצעך.

פאעזיע אין מיין מיינונג ווערט באשאפן ווען דאס הארץ שטויסט זיך צוזאם מיט דעם מח. זאל זיין ווען ס'איז נפשי חולת אהבה, צו מער אזוי ווען ס'איז נפשי חולת סתם, ווען מ'איז פאראומערט און דערשלאגן. לב נשבר ונדכה פאעזיע לא תבזה.