בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 11:37 am
דורך שמואל הלוי
אגב; קומט נישט אנשטאט "פארגעשריטענע זוך", "פארגעשריטענע זוכן" אדער "זוכעניש"?

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 1:48 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:אגב; קומט נישט אנשטאט "פארגעשריטענע זוך", "פארגעשריטענע זוכן" אדער "זוכעניש"?

וואס א חילוק זוכן צו זוך? איך מיין אז זוך קען אויך זיין א שם עצם. אזוי ווי search אין ענגליש איז סיי א verb און סיי א noun.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 1:56 pm
דורך יידל
ווען מ'האווערט איבער "באניצער ליסטע" קומט ארויף "צפה ברשימת משתמשים המלאה".

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 4:19 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:אגב; קומט נישט אנשטאט "פארגעשריטענע זוך", "פארגעשריטענע זוכן" אדער "זוכעניש"?

וואס א חילוק זוכן צו זוך? איך מיין אז זוך קען אויך זיין א שם עצם. אזוי ווי search אין ענגליש איז סיי א verb און סיי א noun.

נו אז יידל זאגט אזוי, בין איך מבטל דעתי מפני דעתו.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 4:24 pm
דורך שמואל הלוי
דאס האב איך שוין געשריבן איינמאל אין דעם אשכול, אבער ווי עס זעהט אויס וויבאלד איך האב עס געשריבן בהבלעה מיט עפעס אנדערש איז עס פארזעהן געווארן, אלזא שרייב איך עס איבער.
---
ביי די אפציע פון "צולייגן א פייל", איז איינע פון די אפציעס "הערה לקובץ".

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:50 pm
דורך א איד
ביי שמואל הלוי שטייט חבר ותיק עס וואלט געדארפט שטיין אלטגעזעסענער פריינט

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:52 pm
דורך שמואל הלוי
פארוואס קוקסטו נאר ביי יענעם?
ביי דיר שטייט "ידיד השטיבל", עס וואלט געדארפט שטיין "פריינט פון שטיבל" 8-)

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:56 pm
דורך א איד
גערעכט, אבער דו ביזט דא געווען דער לעצטער מגיב (בלע"ז) צולייגער האב איך דאס גענוצט

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 9:03 pm
דורך ידען
שמואל הלוי האט געשריבן:פארוואס קוקסטו נאר ביי יענעם?
ביי דיר שטייט "ידיד השטיבל", עס וואלט געדארפט שטיין "פריינט פון שטיבל" 8-)

ידיד נוצט מען אויך אין אידיש משא״כ ותיק.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 11:48 pm
דורך דבילה
viewtopic.php?p=16509#p16509

ביי דעם ציילער, אנשטאט "הודעות" זאל שטיין "רעאקציעס"

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 12:14 am
דורך זר זהב
"הודעות" באדערט מיך אויך אבער "רעאקציעס" איז שוין צו אידיש... איך האלט פון "קאממענטס" סיז מער אין ביטווין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 1:58 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:"הודעות" באדערט מיך אויך.

ס'באדערט דיר ממש? כ'נישט געכאפט ביז יעצט אז די כוונה איז אויסראטען די טריפהנע היברעישע שפראך. איט דשאסט היט מי... :טראכט

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 3:02 am
דורך זר זהב
וואס זאגסטע ? כ'פארשטיי נישט

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:29 am
דורך אלבערט
זר זהב האט געשריבן:"הודעות" באדערט מיך אויך אבער "רעאקציעס" איז שוין צו אידיש... איך האלט פון "קאממענטס" סיז מער אין ביטווין.

איך האלט יא אז מען דארף זען צו נוצן בלויז אידישע ווערטער, פארשטייט זיך ווי ווייט מעגליך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:54 am
דורך זר זהב
"רעאקציע" איז נישט די ריכטיגע ווארט פאר "קאממענט"-- גוגעל טייטש איבער "קאממענט" צו "באמערקן", און זיי זענען גראדע גערעכט דא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 3:30 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וואס זאגסטע ? כ'פארשטיי נישט

ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער ס'פארשטייט נישט... ;)

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 3:43 pm
דורך אלבערט
זר זהב האט געשריבן:"רעאקציע" איז נישט די ריכטיגע ווארט פאר "קאממענט"-- גוגעל טייטש איבער "קאממענט" צו "באמערקן", און זיי זענען גראדע גערעכט דא.

קען זיין אז די אפטייטש פון "קאממענט" איז "באמערקונג" אבער די ווארט אנשטאט "תגובה" איז רעאקציע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 4:00 pm
דורך שמואל הלוי
ביי די אפציע פון "דרעפטס" איז דא א שיין ביסל וואס איז נאך נישט איבערגעזעצט. (אריינגערעכנט אויך די מעסעדזשעס וואס קומט ארויף ווען מען היט אפ אדער ווען מען באפרייט א דרעפט).

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 4:33 pm
דורך זר זהב
אלבערט האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:"רעאקציע" איז נישט די ריכטיגע ווארט פאר "קאממענט"-- גוגעל טייטש איבער "קאממענט" צו "באמערקן", און זיי זענען גראדע גערעכט דא.

קען זיין אז די אפטייטש פון "קאממענט" איז "באמערקונג" אבער די ווארט אנשטאט "תגובה" איז רעאקציע.

"רעאקציע" קומט פון REACT, REACT אין אידיש איז "רעאגירן"

בכל אופן "רעאקציע" איז נישט גוט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 4:44 pm
דורך אברעמעל
ס'אמת אז ס'איז געשמאקער מאמע לשון, אויב אבער טייטש מען איבער ממש יעדע ווארט אפילו ס'איז נישט עכט באניצט צווישן אונז פילט זיך עס ווי סתם אידישיסטיש, וואס רוב ווערטער שטאמען נאר פון אידיש, אויב דאס יא,
כנלע"ד.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:53 pm
דורך ניו יארק
לויט מיין אינפאמאציע איז די ווארט "לייק" נישט אידיש

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 6:13 pm
דורך זר זהב
ס'נישטא א אידישע ווארט פאר "לייק"

"ליעב" איז פאר LOVE נישט פאר LIKE

אפשר קען מען זאגן "גלייך" , אזוי ווי איך "גלייך" דעם מאכל... אבער "גלייך" האט נאך א באדייט, מאך עס יעצט = גלייך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 6:57 pm
דורך Java
אברעמעל האט געשריבן:ס'אמת אז ס'איז געשמאקער מאמע לשון, אויב אבער טייטש מען איבער ממש יעדע ווארט אפילו ס'איז נישט עכט באניצט צווישן אונז פילט זיך עס ווי סתם אידישיסטיש, וואס רוב ווערטער שטאמען נאר פון אידיש, אויב דאס יא,
כנלע"ד.

דערפאר האבן מיר טאקע געלאזט "הודעות" און "אשכול".