בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 8:43 pm
דורך מאטי
כוכב האט געשריבן:דו ביזט סארקאסטיש?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 8:46 pm
דורך נהורא נפישא
פארוואס, נישט א גוטע איידיע ?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 8:48 pm
דורך מאטי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:16 pm
דורך חסיד
עס איז גאנץ קלאר אז ווען א מלמד שרייעט אן א קינד אפיקורס פאר פרעגן א שאלה, וואס דער מלמד ברוב פקחתו קען נישט ענטפערן, קומט אים פאר דעם א פינקן סליפ.
ווען קינדער פרעגן שאלות שלא לקנתר, מעג דער תשובה זיין, לאמער עס איבערשמיסן ביי ריסעס, און ברענג אריין א קליגערן אינעם בילד ווי איידער אוועקווארפן א יונגע אידישע נשמה.

מצד שני דארף אבער באטאנט ווערן:
צום בריסקער רב איז אמאל געקומען א משכיל פרעגן אלע זיינע שאלות און פקחות'דיגע קשיות, דער בריסקער רב האט משום סיבה אים נישט געקענט ארויסווארפן (דאכט זיך משום מוראה של מלכות) און איז געזעצן שטיל די גאנצע צייט און גארניטש געענטפערט, ווען דער אפיקורס איז ארויס, רבו עליו תלמידיו ילמדנו רבינו, די אלע שאלות וואלט דאך דער רבי געקענט אזוי לייכט ציווארפן און צובלאזן אז יענער וואלט ארויס בשן ועין, נא הלמאי אז דער רבי האט געשוויגן?
האט דער בריסקער רב געענטפירן מיט א קלארן בריסקער תשובה:
אויף א שאלה איז שייך צו ענטפערן א תשובה, משא''כ אויף א תירוץ קען מען קיין תירוץ נישט זאגן!
דהיינו דער משכיל איז נישט געקומען זאגן וואס איז אים שווער, נאר ער איז געקומען פארענטפערן זיין אפיקורס'ישן מהלך און טרייפענעם אויפירונג, און אויף דעם איז נישט שייך צו ענטפערן תשובות! עכדה''ק ודפח''ח

הנוגע לענינינו:
עס איז דא היינט א גאס פון תאוות רח''ל וועלכע ציען ליידער אוועק פון אידישקייט ה''י, און א חלק פונעם יונגווארג ווערט אריינגעשלעפט ביזן תהום פון די נסיונות הדור, פארשטייט זיך אז א מענטש מוז פארענטפערן פאר זיך און פאר א צווייטן פארוואס ער איז געפאלן אזוי טיף, און ס'הערט זיך נישט אז פשוט עס איז אן עבירה און כ'בין עובר, ע''כ גרובט מען אויס שאלות און חקירות פון אינטער דער ערד צו לעגעמאטעזירן דאס אויפפירונג, צו זאל עס זיין קשיות באמונה אדער ווארפן דאס שילד אויפן חינוך הדור, די רבנים, די עלטערן, וכו' וכהנה וכהנה!
דארף מען געדענקן
אויף קשיות קען מען ענטפערן תירוצים אבער אויף קיין תירוצים איז נישט שייך צו ענטפערן!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:29 pm
דורך יתרו
מאטי האט געשריבן:http://parsha.blogspot.com/2009/06/do-gentiles-have-more-teeth-than-jews.html?m=1

מורדיגע ווערטער פון ר' חיים בשם זיין שוואגער.
Indeed, in Midrash Talpiyot (anaf Aivarim) there is that to a gentile there are 31 teeth, while to a Jew there are 32. And the gaon Rabbi Yitzchak Zilberstein related to me that there was a dentist in the United States who hated Jews, and when they brought them to him he counted the teeth, and when he found 32 he did not wish to work on them.
איינער האט געמאכט דאס גענאר פון הרב זילבערשטיין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:31 pm
דורך יתרו
חסיד האט געשריבן:הנוגע לענינינו:
עס איז דא היינט א גאס פון תאוות רח''ל וועלכע ציען ליידער אוועק פון אידישקייט ה''י, און א חלק פונעם יונגווארג ווערט אריינגעשלעפט ביזן תהום פון די נסיונות הדור, פארשטייט זיך אז א מענטש מוז פארענטפערן פאר זיך און פאר א צווייטן פארוואס ער איז געפאלן אזוי טיף, און ס'הערט זיך נישט אז פשוט עס איז אן עבירה און כ'בין עובר, ע''כ גרובט מען אויס שאלות און חקירות פון אינטער דער ערד צו לעגעמאטעזירן דאס אויפפירונג, צו זאל עס זיין קשיות באמונה אדער ווארפן דאס שילד אויפן חינוך הדור, די רבנים, די עלטערן, וכו' וכהנה וכהנה!
דארף מען געדענקן
אויף קשיות קען מען ענטפערן תירוצים אבער אויף קיין תירוצים איז נישט שייך צו ענטפערן!


ילמדינו רבינו דעם כור המבחן ווען איז עס תירוצים, און ווען איז עס שאלות?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:30 pm
דורך עין טובה
אין בזה כור להבחין באופן כללי.
יעדע פאל דארף מען עקסטער שוקל זיין איך לנהוג בזה.
כנלענ"ד ודו"ק

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:07 pm
דורך פארוואס?
איך בין אינגאנצן צומישט וואס דא גייט פאר, [tag]עין טובה[/tag] האט אין דריי שעה געקענט איבער-רעדן אן אנגעלייענטער אפיקורוס, פול מיט קשיות, אהן ער זאל אפילו האבן געלייענט מורה נבוכים.

עפעס א קסם האט ער דא, און איך פאדער ער זאל נוצן זיין עין טוב, און עס שעירן מיט אונז.

אלס איינער וואס האנדלט אסאך מיט אזעלכע קעיסעס, פון מיין עקספיריענס, קען מען זיצן שעות על גבי שעות, און כולי האי ואולי פועל׳ן ביים שואל, צו אננעמען אז די קעיס פון די מאמינים איז נישט סתם קיין איגנאראנס.

איך האלט אז עס ליגט א מורא׳דיגע אחריות אויף אייך צו אראפלייגן בקיצור, וועלכע מעטאד איהר נוצט. צו עס איז דער כוזרי׳ס הוכחה איבער מתן תורה. ווי אזוי באהאנדלט איהר עוועלושן? איז עס סתם שטותים, אדער איהר זענט מסביר אז עס איז נישט קיין סתירה צו די תורה. וכו׳ וכו׳.

דאס וואס איהר האט מורא פון אזעלכע וואס האבן נישט קיין קושיות - זאלט איהר מיר מוחל זיין - איז זייער אומ-פראקטיש, קען ער דען נישט גיין לייענען די קשיות אויף די ברייטע נעץ? עס איז היינט דא אפילו אין יידיש סייטס וואס פרעגלען אריין קשיות און בלבולים רח״ל. אויב איז ער אן אפגעהיטענער, וועט ער עס עניוועי נישט דא לייענען אדער פארשטיין. סא, פארוואס זאלט איהר צוריק האלטן אייערע טייערע אוצרות?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:17 pm
דורך כוכב
צוליב די רייד פון פארוואס? ועוד טעמים האלט איך אז די געשיכטע פון עין טובה לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, און קיינער ווערט נישט יא אדער נישט אפיקורס פון איין שמועס ובזה יצאתי ידי חובתי שלא ייכשל בפתי יאמין לכל דבר.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:36 am
דורך Bpjew
וואס דארף א בחור העכער 25 טראכטען וואס האט נישט קיין דזשאב אין נישט קיין שידוך אין די גאנצע קלאס שוין חתונה געהאט האט חס ושלום די בעשעפער פארגעסן פין עם?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:47 am
דורך Bpjew
כוכב האט געשריבן:ביים ליינען דעם ארטיקל אויף אייוועלט האב איך באלד געקלערט עס וואלט געווען זייער אינטרעסאנט צו הערן וואס איר האט דערקלערט דעם בחור.
איר מוזט נישט אנהויבן ביי די קשיות איר קענט אנהויבן ביי תירוצים.


ווי איז עס געווען אויף איוועלט פליז ברענג א לינק ישר כח

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:44 am
דורך [NAMELESS]
@נהורא נפישא עס איז נישט קיין פראבלעם צי לעבן מוט קשיות אויף א פאקט דער פראבלעם מיט אסאך בתוכינו אז אידישקייט איז נישט קיין פאקט ביי זיי זיי האבן נישט די מינדסטע השגה פארוואס זיי זאלן 'יא' גלייבן אנטקעגן די קשיות

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:46 am
דורך עין טובה
סארי פאר אלע מיספארשטענדענישן, איך האב שוין ארויסגעברענגט אז איך בין נישט קיין שרייבער, און ממילא איז מיר שווער שריפטליך צו מסביר זיין אלעס עצהיו"ט. אבער דאך וועל איך פרובירן.

איך באנוץ מיך חלילה וחס נישט מיט קיין שום קסם, אבער דאך, בסייעתא דשמיא האב איך פארענטפערט זיינע אזויגערופענע שאלות. והסיבה לכך איז צוליב דעם וואס ער איז ב"ה נאכנישט געווען אנגעפיקעוועט מיט אלעס .
קודם האב איך איהם געדארפט אויפקלערן אז עולם אינו קדמון, וואס דאס איז נישט "אזוי" שווער, אין איינמאל ער האט צוריק אנגעפאנגען גלייבן אז ס'איז געווען איינער וואס האט קריעיטעט די וועלט, און ממילא לו לבדו ראוי להתפלל, און נאר אין איהם דארף מען גלייבן, איז שוין נישט געווען אזוי שווער צו מסביר זיין אז "אויב רעליגיע, איז עס די אידישע".

יעצט א ווארט צו bpjew; אז מ'לעבט מיט אמונה איז בכלל נישט עולה על הדעת אז השי"ת האט חלילה פארגעסן פון איינעם, no matter the age.

און לרבים השואלים:
א לינק צו מיין אייוועלט ארטיקל;
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=25075

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:35 am
דורך יאיר
כוכב האט געשריבן:צוליב די רייד פון פארוואס? ועוד טעמים האלט איך אז די געשיכטע פון עין טובה לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, און קיינער ווערט נישט יא אדער נישט אפיקורס פון איין שמועס ובזה יצאתי ידי חובתי שלא ייכשל בפתי יאמין לכל דבר.

גם אני מצטרף. מריסי עיניו ניכר אז עין טובה איז א טראל.
עין טובה, איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, גיי צוריק צו דיין נארמאלע ניק און הער זיך אויף נאריש מאכן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:37 am
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:צוליב די רייד פון פארוואס? ועוד טעמים האלט איך אז די געשיכטע פון עין טובה לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, און קיינער ווערט נישט יא אדער נישט אפיקורס פון איין שמועס ובזה יצאתי ידי חובתי שלא ייכשל בפתי יאמין לכל דבר.

גם אני מצטרף. מריסי עיניו ניכר אז עין טובה איז א טראל.
עין טובה, איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, גיי צוריק צו דיין נארמאלע ניק און הער זיך אויף נאריש מאכן.

גם אני מצטרף.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:38 am
דורך לית דין בר נש
איך נעם נישט קיין שטעלונג אדערווייל!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:41 am
דורך עין טובה
יהא, אז איך האב נאך א ניק, איז וועם באדערט עס?
ס"ה האב איך ארויסגעברענגט א ערנסטע נושא וואס מ'דארף אריינקלערן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:59 am
דורך פארוואס?
יאיר האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:צוליב די רייד פון פארוואס? ועוד טעמים האלט איך אז די געשיכטע פון עין טובה לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, און קיינער ווערט נישט יא אדער נישט אפיקורס פון איין שמועס ובזה יצאתי ידי חובתי שלא ייכשל בפתי יאמין לכל דבר.

גם אני מצטרף. מריסי עיניו ניכר אז עין טובה איז א טראל.
עין טובה, איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, גיי צוריק צו דיין נארמאלע ניק און הער זיך אויף נאריש מאכן.

צ״ל מריסי עינתו, (לשון יחיד ונקבה).
ער מוז נישט זיין א טראל.
אבער ער זאגט אז יענער האט געהאלטן אז עולם קדמון. און ער האט איהם אויפגעקלערט. דאס קען איך אויכעט...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:01 am
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט, וואו האט יענער בחור געזעהן אויף פעיסבוק אז דער וועלט איז יא קדמון? מוז זיין עפעס זייער אן אלטע פעיסבוק בלעטל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:14 am
דורך עין טובה
צווישן קרוב צו 7 ביליאן מענטשען אויפן וועלט קען מען רואיג טרעפן שקר... בפרט אז מ'זוכט תירוצים נישט צו דארפן טוהן וואס מ'האט צו טוהן, קען מען גאר לייכט "פארשטיין" אז עולם איז קדמון.
אבער, ווען מען איז דא צו פארשטיין די אמת, דעמאלט קען מען גרינג אויפקלערן די אמת

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:38 am
דורך יאיר
עין טובה האט געשריבן:יהא, אז איך האב נאך א ניק, איז וועם באדערט עס?
ס"ה האב איך ארויסגעברענגט א ערנסטע נושא וואס מ'דארף אריינקלערן.

דער פראבלעם איז נישט אז דו האסט נאך א ניק, דער פראבלעם איז אז דו מאכסט זיך נאריש און דו פילסט אן דעם ארט מיט הבלי הבלים.
@פארוואס?,
א יונגערמאן וואס ליינט קאווע שטיבל און פעיסבוק ווייסט גאנץ גוט אז קדמות העולם איז נישט דער היינטיגער מדובר ווען עס קומט צו עניני חקירה. חי אבולוציה אז עין טובה טרייבט ליצנות פון דעם עולם.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 11:45 am
דורך עין טובה
יאיר, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין ווי ס'שטעקט נאריש דא?
יעדער איינער מוטשעט זיך מיט אנדערע מיני שאלות. אלעס מיט איין ציל;
נישט צו פילן אנקאמפטיבעל ביים טוהן מעשים נגד רצון בורא יתברך שמו

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm
דורך לא להנאת גופי
ער נוצט אגאנצע צייט די לשון 'אזויגערופענע' וואס דאס קומט בלי ספק פון קול מבשר, אלזא מוז מען דאך רעדן פון איינער וואס הערט נישט די ראדיא, וואס דאס מאכט מיך טראכטען אז ער האט נאכנישט קיין קאר, נו לכא' רעדט מען פון א כולל אינגערמאן. [ווייל א כלי קודש וואלט דאך נישט געהאט אינטערנעט]