בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:51 pm
דורך פארוואס?
לא להנאת גופי האט געשריבן: אבער תורת חזו''א איז דאך שווערע עקסטרעמע פארפייניגטע 'יורד זיין אל האמת' אויפלייכטען סוגיות'דיגע פשטים. און מ'לעקט נישט קיין גרויס האניג צום סוף. די מערסטענס וואס די קענסט טון איז ענדיגען א סוגיא מוט א הענגעדיגע ''אין לי כח לעיין עוד בזה''. ממילא איז מיר שווער ציגלייבען אז אזאי איינער קען טאנצען אויף צוויי חתונות.
אויך איז שווער צו מאכען אויף עם א יוחנן כהן גדול-סארט מעשה, נארמאל טשעידשען מענטשען נישט זייער מהלך ביי די 70...

חדא מתורצת בחבירתה, טאקע צוליב דעם ווייל א מענטש טשעינדזשט נישט זיין מהלך ביי די 70, איז ער געבליבן מיט זיין אינטערעסע איו תורת חזו"א.


לא להנאת גופי האט געשריבן:דו ליגסט אין חזו''א, טאמיר יא, אפשר זאגסטו מיך וויאזוי די מאכסט עס? וואס שטופט דיך מעיין זיין אין א שירה'לע אין חז'ל אויף מער וואו 15 מינוט??

וואס איך טוה, איז נישט אזוי וויכטיג לגוף הענין, אבער איך קען מיר זעהן הנאה האבן פון מעיין זיין און מחדש זיין חידושים אין דברי יואל (לדוגמא) כאטש איך וועל זיין פאר 100% זיכער אז איך בין נישט מכוון אל האמת, ווייל די שרייבער פונעם ספר האבן נישט געטראכט אזוי טיף.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:02 pm
דורך לא להנאת גופי
און וואס איז מוט 'קוראן'?? קענסט דיך זעהן אויפקומען מוט א 'באמבע' פשט אין א שטיקל קוראן וואס פארענטפערט באופן נפלא א שווערע סתירה, קענסט דיך זעהן מאכען עפעס א לשיטתיה פון סאני'ס לשיטתם, און שיאט לשיטתם??

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:05 pm
דורך פארוואס?
אויב וואלט איך געבוירן געווארן אלס א מוסלעמעינער און געלערנט 20 יאהר זייער רעליגיעזע שריפטן, וואלט איך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:38 am
דורך כוכב
לא להנאת גופי האט געשריבן:
און ער האט ממשיך געווען צו בונה וסותר זיין און מחדש זיין חידושים מתוקים מדבש מצוצים מן האצבע עם סברות כרסיות.

מיין איינציגסטע פראבלעם מוט דעם איז, אז דאס וואלט געשטומט מוטן גאלעציאנע מהלך הלימוד, אדער אפ' די ליטווישע שך\קאטלער\בריסק סטייל, אבער תורת חזו''א איז דאך שווערע עקסטרעמע פארפייניגטע 'יורד זיין אל האמת' אויפלייכטען סוגיות'דיגע פשטים. און מ'לעקט נישט קיין גרויס האניג צום סוף. די מערסטענס וואס די קענסט טון איז ענדיגען א סוגיא מוט א הענגעדיגע ''אין לי כח לעיין עוד בזה''. ממילא איז מיר שווער ציגלייבען אז אזאי איינער קען טאנצען אויף צוויי חתונות.
אויך איז שווער צו מאכען אויף עם א יוחנן כהן גדול-סארט מעשה, נארמאל טשעידשען מענטשען נישט זייער מהלך ביי די 70...
מבשרי אחזה, והוא רחום יכפר וכו׳.

די ליגסט אין חזו''א, טאמיר יא, אפשר זאגסטו מיך וויאזוי די מאכסט עס? וואס שטופט דיך מעיין זיין אין א שירה'לע אין חז'ל אויף מער וואו 15 מינוט??



מבין ריסי עיניך איז ניכר שלא ירדת לסוף דעתו של החזו'א מעולם. אזעלכע שטותים האב איך נאך מימי נישט געהערט, און תורתו של החזו''א איז דער גן עדן אליין לעמלים בה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
@הנאת גופי כאפ א בליק אין אגרות חזו''א וועסטי זען די הנאה אין שמחה וואס דער חזו''א זצ''ל האט.געהאט פין לערנען 'אוהב אני את עמל התורה' אין עפעס אזא לשון ווי 'אין לי שום הנה בעולם רק מעסק התורה' ועוד הרבה כזה,

בכלל דיין גאנצע קשיא בראש האשכול פארשטיי איך נישט, לכאורה ר' גדליה האט גיגלייבט אין תורה שבע''פ אין אז זיי האבן מקבל געווען הלכות דורך די מסורה ביז משה אין אויף דעם זאגט די רמב''ם אז עס פאסט נישט קיין מחלוקת, נאר אויב עס האט זיך געמאכט א פאל אויף וואס זיי האבן נישט געהאט א מסורה דערויף האבן זיי מחדש געווען מסברא אין דא מאכט זיך מחלוקת , איך גלייב אז ר' גדליה האט זיך געפילט מחיוב צי כל דברי חז''ל (נאר ער האט געהאלטן אז אין מדעי הטבע אויף וואס זיי האבן נישט געהאט קיין מסורה נאר זיי האבן אנגענימן וואס די חכמי אומה''ע זאגן, איז אויב ווערט נתברר שלא כדבריהם איז מען נישא מחיוב צי גלייבן דערין) , ממילא דארף מען זיך מתעמק זיין בדבריהם צי פארשטיין זייערע ווערטער לאמתם אין.אויב ער האט איינגעזען אז די איינציגסטע וועג צי פארשטטיין דברי חז''ל איז ע''פ דרך החזו''א זצ''ל דארף מען טון אזוי על אף אז לפי דבריך איז עס נישט געשמאק,
וואס איז פינקטלעך שווער?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'פארציילט אז מ'איז געגאנגען צום סטייפלער גאון זצ"ל מיט כמה דעות פון ר' גדליה'ן און ער האט זיך גערעגט אז ס'טויג נישט. ווען מ'האט מודיע געווען אז ר' גדליה האט עס געזאגט, האט ער אנגעשריגען דער רוכל היתכן ער רעדט אויף אזא אדם גדול.
כפי הנראה, דער יסוד פון כפירה און אפיקורסות איז נישט אזוי פיל דער דעה זעלבסט, נאר דאס אז ס'גראבט אונטער די יסודות אויף וואס דער היטען פון תורה ומצוות איז געבויט. פאר דעם הייסען זיי 'עיקרים', וע"ע ספר העיקרים ווי ער איז מבאר בארוכה. ווען מ'הערט אזעלכע רייד איז מען חושש נארמאל אז איינער קומט אונטערגראבען אידישקייט, ווייל נאר אזעלכע רעדען אזוי, עי' ערך סליפקין וכדו'. אבער ר' גדליה איז געווען אן אויסנאם. ער האט געלערנט מיט הכנעה צו חז"ל און זיך געלאזט קאסטען אויף יעדער זאך. כשיטת הרמב"ם איז ער געגאנגען ארבעטען נישט נעמען געלט פאר לערנען. ער איז גרייט געווען צו גייען אין מיליטער ביים מלחמת תשכ"ז, ווייל 'מיין לעבען איז אין געפאר, און איך דארף שוץ. ווי קען איך עס פאדערען פון א צווייטען און נישט ארבעטען אליינס?' און נאך אסאך אזעלכע משלים איז דא. ביי איהם האט עס נישט געהאט מיט זיך אויסדרייען פונ'ם תורה, נאר פארקערט. א מהלך פון הבנת התורה. דעריבער לאזט מען איהם לעבען. אבער טאקע בעסער אז זיין תורות בלייבען פנימי און נישט אינ'ם גאס, ווייל לאו כל מוחא סביל דא.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:46 pm
דורך לא להנאת גופי
קודם כל סליפקין קען איך גוט, ער איז א פיינע שומר תורה ומצוות. ער האט מיר אליין געזאגט ווען כ'האב עם געשטופט צום וואנט, בנוגע סייענס מוט חז''ל בזה''ל:
???what's a different, were anyways going to keep every chazal, so why should we do it with heartache
שנית, וואס ר' גדליה'ס התנהגות איז געווען ווייס איך אויך, און טאקע דאס איז געווען א ריזען חלק פון מיין תמיה גדולה.
די מעשה מוט'ן חזו''א זעהט אויס ווי א 'שווער שטיקל חזו''א, וואס קיינער פארשטייט נישט', ווייל וואס עפעס 'מעג' ר' גדליה יא זאגען אזעלעכע 'נישט טויגעדיגע' ענינים?? ער האט עפעס א ספעשיל פון גאט?? כפירה איז נאר טאמיר מ'וויל אפשניידען די פיאות?? פליז...[ממש קליין קעפיג]

כוכב האט געשרובען:
מבין ריסי עיניך איז ניכר שלא ירדת לסוף דעתו של החזו'א מעולם. אזעלכע שטותים האב איך נאך מימי נישט געהערט, און תורתו של החזו''א איז דער גן עדן אליין לעמלים בה.

ווען נישט איך וויל בשום אופן נישט אריין פירען דער שמועס אין שואל תחתית, וואלט איך געגאנגען שמוציג אויף דער תגובה. ''מימי נישט געהערט''??? האסט אמאל געלערנט אין ישיבה??? קענסט אויסרעכענען סך הכל '5' מגידי שיעור וואס זאגן נאך שטיקלעך חזו''א מוט א שמייכעל ס'זאל באמבע'ן??? קענסט אויסרעכענען ''1'' לומדישע ספר וואס ברענגט חזו''א אויף א הערליכע מהלך אינעם סוגיא???
יעדער וואס קען אביסל 'עפעס' אין סיי וועלעכע מקצוע בתורה ווייסט אז חזו'א איז א ספר וואס מ'קוקט נאר אריין ווען מ'איז 'סטאק' און 'ממוז' ציקומען צו עם. [חוץ די גריינימאן'ס אין בני ברק].

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב גוט מסביר געווען דער ענין. נישט ווייל ער איז גרעסער פון דיר מעג ער עס זאגען. ווייל זיין כוונה און צוגאנג איז אנדעריש, ממילא איז דאס נישט די זעלבע זאך.
איך קען נישט סליפקין פערזענליך (ער איז ארויס פון מאנשעסטער איידער איך בין אנגעקומען) אבער פון זיין שרייבאכץ זעט מען אז נישט דער אמת צו דער שיטת הרמב"ם האט איהם געדרוקט, נאר די ווענט פונ'ם געט"א אין וואס ער האט זיך געטראפען. איך בין גאנץ ווייניג נתפעל פון איהם בכלליות. ס'זעט נישט אויס אז ער האט דורכגעלערנט רמב"ם אין מורה און אין יד כדי צו פארשטיין זיין שיטה. ער האט כנראה געהערט און געליינט געוויסע זאכען אין עפעס א בוך און ער נעמט עס אן ווייל ס'שטימט מיט זיין פריערדיג'ע אנגענומענער הנחות. Not too intellectual or intellectually honest.
(אגב, מיין מעשה איז נישט געווען מיy'ן חזו"א נאר זיין שוואגער דער סטייפלער)
איך האב גאנץ אסאך צו פארציילען פון הרב גדליה זי"ע פון וואס איך האב זוכה געווען צו הערען פון א תלמיד קרוב הגאון ר' אליהו הלוי לוין שליט"א פון לעיקוואוד. אפשר מיט צייט וועל איך עס פארשרייבען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:20 pm
דורך לא להנאת גופי
בכלל דיין גאנצע קשיא בראש האשכול פארשטיי איך נישט, לכאורה ר' גדליה האט גיגלייבט אין תורה שבע''פ אין אז זיי האבן מקבל געווען הלכות דורך די מסורה ביז משה אין אויף דעם זאגט די רמב''ם אז עס פאסט נישט קיין מחלוקת, נאר אויב עס האט זיך געמאכט א פאל אויף וואס זיי האבן נישט געהאט א מסורה דערויף האבן זיי מחדש געווען מסברא אין דא מאכט זיך מחלוקת , איך גלייב אז ר' גדליה האט זיך געפילט מחיוב צי כל דברי חז''ל

פארדעם האב איך מקדים געווען, איך רעד 'אויסדריקלעך נישט' פון די באקאנטע שיטה שלו בענין עוועלוציע. דא איז די שמועס בנוגע א צווייטע זאך וואס ער שרייבט, וואס איז אסאך מער פלאותדיג און גרעניצט זיך טאקע מוט... כ'וועל מוזען ברענגען א קוואוט. דא האסטו פון ספר בתורתו:
יש להבין שהדרשות עצמו לא ניתנה למשה מסיני. אולי נאמרו למשה מסיני לא היה עליהם שום וויכוח. אלא בסיני נמסרה רק הכללים. איך לקרוא בתורה קריאה מדיוקת. ואיך למצוא בו כל ההלכות. משה רבינו בחכמתו העמוקה, למד עם הזקנים את התורה אשר קיבל, ופירוש את התורה לפי הכללים שקיבל, כך שיכול היה למסור את עיקרי ההלכות לדורות הבאים. [דהיינו משה האט געטון די חכמים א טובה אז ער איז געגאנגען לערנען און מפרש זיין אנשטאטס זיי זאלען דארפען טון די ארבעט..]
אמנם מלשון הרמב''ם לפה''מ, ובשורש השני בסה''מ, לא משמע כן. ''אבל נראה שאין צרוך לומר כן''...
וודאי שאף למשה רבינו היה ספיקות והוא מסרם לדורות הבאים, או הכריע אותם יחד עם הזקנים..

כ'האב נישט קיין כח מער קוק עס אליין נאך:
http://seri-levi.com/admin/nadel.pdf

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:22 pm
דורך איך אויך
ליטוואק דו וואוינסט אין מאנטשעסטער?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, איך האב געלערנט אין ישיבת שערי תורה.

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 4:16 pm
דורך איש חזון
כוכב האט געשריבן:אויך האט מען געדרוקט חידושי רבי גדלי' חידושים אויף ש''ס צוויי שווארצע בענדער ווי ער מאכט נאך דעם סגנון פונעם חזון איש מיט גאנץ ווייניג הצלחה און ס'האט אוודאי נישט קיין טעם כידוע פון די אלע ספרים וואס פרובירן נאך מאכן דעם חזון איש אז ס'גייט נישט, עי' ערך ספרי רבי חיים גריינימאן וספר שארית יעקב.

לא להנאת גופי האט געשריבן:יעדער וואס קען אביסל 'עפעס' אין סיי וועלעכע מקצוע בתורה ווייסט אז חזו'א איז א ספר וואס מ'קוקט נאר אריין ווען מ'איז 'סטאק' און 'ממוז' ציקומען צו עם. [חוץ די גריינימאן'ס אין בני ברק].

לענ"ד זענען ספרי חזון איש ותלמידיו הגדולים (ווי חדושים ובאורים און שארית יעקב*) טאקע נישט קיין נחלת הכלל אבער דער וואס פארשטייט יא צו דעם, איז די אינטערעסע זיינע אין די ספרים מַשלים דאס אינטערעסע וואס פעלט אין זיי. און ווי מורנו ר' כוכב שרייבט:
מבין ריסי עיניך איז ניכר שלא ירדת לסוף דעתו של החזו'א מעולם. אזעלכע שטותים האב איך נאך מימי נישט געהערט, און תורתו של החזו''א איז דער גן עדן אליין לעמלים בה.

און ב"ה גם אני מבשרי אחזה.

הגר"ל לייזר אדמו"ר מפשעווארסק האט ביי א באזוך ביים בעל חדושים ובאורים זללה"ה (בסוף ימיו) אים געזאגט איך בין אייערס א תלמיד, האט אים מו"ר ר' חיים געפרעגט וואס הייסט, האט ער געזאגט דורך לערנען זיינע ספרים. (אגב, אין טריביון איז געשטאנען בשעתו אז ר' לייבוש לערנט אויפ'ן דרך פון חזו"א).
בילד פון באזוך
האדמור-מפשעוורסק-בביקור-בבית-הגרח-גריינמן-צילום-שוקי-לרר-5-470x311.jpg



*אגב, זיי זענען געווען שוואגערס, און אין ספר חו"ב ב"מ פ"ק ברענגט ר' חיים א סברא וואס כמדומה לו אז שמעו מגיסו בעל השארית יעקב.

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 4:24 pm
דורך איש חזון
ר' יצחק הוטנר שרייבט (אגרות וכתבים עמ' קפח) "עס איז דאך באקאנט אז די דרך הלימוד פון חזון איש קען מען נישט נאכטוהן נאר מיט א געוואלדיגע יגיעה און נידוד שינה - - - איך האב געהאט א גרויסע ספק אויב דאס אמת'דיגע וועג פון חזו"א האט די מעגליכקייט צו מגדל זיין יונגע גאונים, אבער ווען איך זעה די ספר "שארית יעקב" זעה איך אז ס'איז מעגליך".

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 9:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב יעצט געלייגט אין אן אנדערע פורום א פאר מעשה'ס מיט הרב גדליה, אויף לשה"ק, און איך האב מיר געטראכט אז אונזער אלטע ידידים קומען פאר די נייע און איך וועל עס לייגען דא אין שטיבעל אויך.

א. הרב גדליה היה אכן ממושב בלפוריה, והאבא שלו היה שמש בביהכנ"ס שם. הרב שם היה הרב משה לוין זצ"ל, תלמיד הח"ח וישיבת מיר ואביו של הרב עמיהוד מנתניה (יו"ר מערכת אוריתא), הרב אליהו (שסיפר לו שמר נדל היה זה שלימד אותו ברכות כשהיה ילד פעוט) והרב יהודה לוין מלעיקוואוד, וחמיו של הרב מרדכי שטרנברג. הוא מעולם לא היה חוץ מגדרי הישיבות, עד שהלך לעבוד אחרי שפטרו אותו מישיבת וויזניץ.

ב. כשפורסם בעת מלחמת תשכ"ז שרצה הרב גדליה להתגייס, שמחו בזה כמה מרבנים הקרובים למזרחי, בחושבם שהיה בדעה אחת אתם. הוא היה מתפלל ערבית ליל שבת בישיבת פונוביז באותה תקופה ואחדים מהם ניגשו אליו אחרי התפלה כאילו לומר 'אחים לדעה אנחנו'. שאל אותם "אתם משלמים מיסים על כל מה שאתם מקבלים מאנשי עדתכם?", וגמגמו ולא רצו לענות. אמר להם "אני לא משלם מסים, בגלל שאני מתנגד להמדינה הזאת ואני אוחז שאין שום חיוב לשלם. אבל אתם, שדעתכם עם המדינה, אם אתם מתחמקים מפרוטה אחת של המסים, הרי אתם שקרנים!"

ג. פעם הגיע הרב גדליה לאמריקה לטיפולים רפואיים. אחרי כמה שבועות נודע לתלמידיו שעבר מישיבת וויזניץ הגרים כעת בארה"ב שהוא נמצא כאן והלכו לבקר אותו. כששאלו אותו למה החביא את נוכחותו מהם, אמר להם "בשביל מה להגיד?" אמרו לו "כדי שנוכל להתפלל לרפואת הרב". אמר להם "באמת א"א להתפלל עבור האחר, כל אחד יכול להתפלל רק עבור עצמו. רק מי שמרגיש בצרת חבירו כצרת עצמו, מתפלל על צרת עצמו. כהיום אין אחד שמרגיש בצרת חבירו, כך שאין סבה לפרסם את החולי".
ד. פעם נסע הרב גדליה ברכב עם אחד מתלמידיו ותפשו שהם ברחוב חד סטרי והולכים בכיוון לא נכון. הרב גדליה אמר לו להתעלם ולהמשיך, והנהג רצה ללכת אחור (רעווערס) שלא תהיה סתירה מפורשת להחוק. הרב גדליה אמר לו "זה כבר שקר ואסור".

ה. הרב גדליה הגיע מהעיר ציעטוואן, עיר רבנותו של הרב יעקב קמנצקי. כאשר היה באמריקה בא אליו לבקרו הרב שמואל קמנצקי, והציע לו כסף בחשבו שהוא בא לכאן לאסוף כסף. הרב גדליה מיאן באומרו שיש לו מספיק. אחר כך אמר הרב גדליה לאחד ממקורביו, " אם הוא חושב שאני רציתי כסף, מסתמא הייתי צריך להציע לו כסף שהוא אכן נצרך ", ולא חשב כלל שיש איזה הו"א שהוא יהיה נצרך. (לציין שעל אף, או מחמת, שהיה נהנה מיגיע כפו, היה חי בדחקות גדולה ובצמצום נורא כיהודי של פעם שקימץ מעיסתו פשוט כדי ללמוד תורה)

ו. שמועה נפוצה אצל כמה אנשים שהרב גדליה היה הולך כל מוצאי שבת, לתקופה מסויימת, לביתו של הרב שך והיו דנים על עניינים העומדים על הפרק, באשר הרב שך החשיב את דעתו מאד.

ז. כאשר היו הולכים להסטייפלר להתלונן עליו ועל דעותיו, בתחילה היו מוסרים להסטייפלר שיש אחד האומר דעות כאלו, והסטייפלר היה מתרגז על זה. ברגע שאמרו לו שהרב גדליה אמר דברים אלו היה מתרגז על המתלונן ומוציאו מביתו. אני הבנתי הסיפור שהרבה מדעות מחודשות אינם אלא עילה להתחכם על מוסכמות ולצאת מן הכלל, וכן הוא החזקה במי שאוחז בדעות כאלו. ברגע ששמע הסטייפלר שהרב גדליה הוא בעל הדעות, וידע שהיה מוכן לשלם מחיר דעותיו ולא היו אלו תירוצים אלא דעות מחושבות, לא אבה לשמוע שום לשה"ר.

ח. אחד מאמריקה שאל את הרב גדליה על אודות הלימוד בשפת אידיש הנהוג בחדרים באמריקה. אמר לו הרב גדליה שעדיין יש ענין בזה, כדי שיוכלו לדבר עם הדור הישן ולהבין את שיחותיהם.

ט. דרכו בלימוד, כנראה, היתה לגבש כל פרטי הסוגיא לאחד, שתהיה הלומדות והבעלעבאתישקייט והמוסר של הסוגיא הולכים בכיוון אחד. למשל ראיתי ממנו על מצות יבום 'כי ישבו אחים יחדו ומת אחד מהם', דדרשינן דרש אחים שהיו בעולם מחוייבים ביבום. וביאר הרב גדליה שיש בזה יסוד ענין היבום, דהואיל והיו האחים ביחד בעולם, האחד יכול לתקן את אחיו ולהקים לו שם. דבריו הם בבהירות הרבה יותר ממה שהבאתי, אמנם הענין הזה הוא אופייני לתורותיו.

י. היה פעם ראיון באחד העיתונות באמריקה עם אחד ממקורביו, והלה סיפר גם מרבו כמה דברים. אחד מהם על ענין הצבא שאמר על כל הטענות המפורסמות למה אין אנו הולכים לצבא שאינם אמיתיים. זה שלומדים תורה ומגינים על תושבי א"י ע"י הלימוד אין לה שום מקור מוסמך. מה שמביאים מדברי אגדה הוא נגד הכלל שאין למדין מן האגדות ובהלכות מלחמות לא מצינו פטור של לומד תורה. עוד אמר על מה שטוענים שהסביבה של הצבא הוא סביבה של שמד, שאם זה נכון עלינו לתקן את הענין ולא להתחמק מהחיובים שלנו. כמו שאם אין אלא בית חנות טריפה בעיר היינו מקימים חנות כשרה, ולא מפסיקים לאכול, כמו"כ יש לתקן את הצבא ולא להשתמש בזה שלא לשרת. הטענה היחידה שיש נגד השתתפות בצבא הוא שאין המלחמות שלהם מלחמתינו, שאינם נוהלים מלחמות משום בטחון או סבה ישרה אלא עבור פוליטיקה, ואין אנו חלק מהפוליטיקה שלהם להתחייב להשתתף בה.

זה מה שמונח לי בזכרון ממה ששמעתי במשך השנים. אני לא הכרתי אותו אף פעם, ואיני יודע שום דבר על אמיתות הסיפורים, רק שכן שמעתי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:37 am
דורך [NAMELESS]
הרב יהודה לוין דאס איז דער כשרות משגיח/פארפירער?

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, דאס איז יהודה שיין. יהודה לוין איז א ביזנעסמאן אין לעיקוואוד, מער באקאנט אלס דער ברודער פון הרב אליהו

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:54 am
דורך [NAMELESS]
אה סארי, געמיינט האב איך צו פרעגן דער וואס פארפירט אויף תועבה געזעצן ונתחלפה לי בשיין. בקיצור נישט דער און נישט דער.

Re: ר' גדליה נאדל זי''ע

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יענער איז נישט פון לעיקוואוד

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 1:01 pm
דורך ירמי'
שמעתי מבנו של הגאון.... מתלמידי ר' גדליה.

ווען ער איז אהיים געפארן פון אר"י צו אמעריקה צו זיין חתונה איז ר' גדליה מיט געפארן מיט עם אין די זעלבע פליגער פארענדיג צו זיך באטייליגן ביי זיין חתונה, און די סטאפ איז געווען אין פאריז, האט עם ר' גדליה געבעטן מיט צו קומען מיט עם, ער איז אריין אין שטאט פאריז און זיך געדרייט אויף די גאסן פאר א 2 שעה, און צוריק צום פליגער ממשיך זיין די נסיעה.

און בנו הנ"ל האט זיך געווינדערט אויף די פליאה'דיגע התנהגות, און זייענדיג נישט קיין חסיד טייפ און א שטיקל אויבער-חכם האט ער מחליט געווען אז ער גייט קאנפראנטן דעם טאטן היתכן ער האט אזא רבי וואס דרייט זיך אויף פריצות'דיגע גאסן.

אנקומענדיג אהיים האט ער באוואשען זיין טאטען היתכן אזא רבי.... געווענטלעך פלעגט ער עם נישט ענטפערן אויף אזעלעכע אטאקעס... אבער דא האט ער זיך יא אפגעשטעלט אז ער גייט עם פרעגן.

ווען ער האט זיך געטראפן מיט די רבי האט ער עם געזאגט וואס די בנו זיינע פארציילט עם וכו'
הערטס אן ענטפער: די ראשונים ווי באקאנט האבן געוואינט אין פראנקרייך, און ווען ער שפאצירט אויף די פראנצויזישע גאסן און באטראכט די בנינים די וועג ווי עס איז געבויעט וכו' פארשטייט ער דערפון די פראנצויזישע שכל הישר און דאס העלפט עס עם פארשטיין די רייד פון די ראשונים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 1:02 pm
דורך ירמי'
עוד שמעתי מהנ"ל.
וויילענדיג אמאל אין אמעריקה האט עם ר' גדליה געבעטן עם צו נעמען צום ברוקלין בריק, אנקומענדיג צום בריק האט ער געזאגט אז דאס איז נישט גוט געבויעט...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 1:33 am
דורך berlbalaguleh
ירמי': און ווען די רבי האט געגעסן א סטעיק און צוגעטרונקען מיט א גלעזל וויין אין די ניין טעג האט ער מיט דעם מפגין געווען אז דאס איז זיין דרך אויף זיך מתאבל זיין אויפ'ן חורבן ביהמ"ק...און ווען ער האט געשפילט דעם פידל ערב תשעה באב ביי די סעודה המספקת* האט ער מכוון געווען די פסוקים פון על נהרות בבל...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:21 am
דורך [NAMELESS]
ירמי' האט געשריבן:שמעתי מבנו של הגאון.... מתלמידי ר' גדליה.

ווען ער איז אהיים געפארן פון אר"י צו אמעריקה צו זיין חתונה איז ר' גדליה מיט געפארן מיט עם אין די זעלבע פליגער פארענדיג צו זיך באטייליגן ביי זיין חתונה, און די סטאפ איז געווען אין פאריז, האט עם ר' גדליה געבעטן מיט צו קומען מיט עם, ער איז אריין אין שטאט פאריז און זיך געדרייט אויף די גאסן פאר א 2 שעה, און צוריק צום פליגער ממשיך זיין די נסיעה.

און בנו הנ"ל האט זיך געווינדערט אויף די פליאה'דיגע התנהגות, און זייענדיג נישט קיין חסיד טייפ און א שטיקל אויבער-חכם האט ער מחליט געווען אז ער גייט קאנפראנטן דעם טאטן היתכן ער האט אזא רבי וואס דרייט זיך אויף פריצות'דיגע גאסן.

אנקומענדיג אהיים האט ער באוואשען זיין טאטען היתכן אזא רבי.... געווענטלעך פלעגט ער עם נישט ענטפערן אויף אזעלעכע אטאקעס... אבער דא האט ער זיך יא אפגעשטעלט אז ער גייט עם פרעגן.

ווען ער האט זיך געטראפן מיט די רבי האט ער עם געזאגט וואס די בנו זיינע פארציילט עם וכו'
הערטס אן ענטפער: די ראשונים ווי באקאנט האבן געוואינט אין פראנקרייך, און ווען ער שפאצירט אויף די פראנצויזישע גאסן און באטראכט די בנינים די וועג ווי עס איז געבויעט וכו' פארשטייט ער דערפון די פראנצויזישע שכל הישר און דאס העלפט עס עם פארשטיין די רייד פון די ראשונים.

איך הייב אן צו טראכטן צו די צושטיפטע דירות אין מאה שערים און אין וויליאמסבורג האט נישט עפעס אין איינקלאנג אנטקעגן ציונות..

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 1:54 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: די היינט-צושטיפטע דירות אין וויליאמסבורג בשעת זיי זענען געבויעט געווארן זענען זיי געווען זייער רחבות'דיגע הייזער. נישט נאר דירות. דארט האבן געוואוינט די גרעסטע פריצים ועשירים וועלכע האבן נישט געחלומ'ט פון שיבת ציון. ביי זיי איז אמעריקע געווען די תכלית און ציל פון זייערע האפענונגען...!
איך מיין די זעלבע היסטאריע איז געווען מיט מאה שערים. ס'האט געדארפט הייסן אז מ'גייט ארויס פון די צושטופטקייט פון אלטשטאט צו א נייע רחבות'דיגע גאס. דוכטציך בנדבת באראן רוטשילד...!