בלאט 2 פון 8
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 8:57 pm
דורך כוכב
מיט'ן שלוס פון חנוכה וועלן ארויסגעשטעלט ווערן די לעצטע פאעזיעס פונעם שושנים פארמעסט און פון דארט וועט מען זיך ריקן צו די צווייטע פאזע, נעמליך אריין אין די שטום בודקעס.
די פארמעסט איז נאך ווייט פון פאריבער און עטליכע גאר שיינע פאעזיעס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן אין די קומענדיגע שעות.
צוליב די ארבעט פון דער מערכת צו רעדאגירן און צופאסן איטליכער פאעזיע איז די לעצטע זמן אריינצוגעבן א פאעזיע מארגן 3 אזייגער שארף.
מחברים וואס רעכענען נאך אריינצושיקן א פאעזיע זאלן ביטע מודיע זיין די מערכת מ'זאל קענען רעזערווירן א בכבודיגן סלאט פאר אלעמען.
דאנקע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:02 pm
דורך אפטעמיסט
אנטשולדיגט, ק"ש איז נישט קיין פלאץ פאר עדווערטייזמענטס. ווילסט פראמאוטן דיין מערכת? פיין. אבער נישט דא.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:03 pm
דורך בשבילי!
ס'דא א באריכט קנעפל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:06 pm
דורך מאטי
תודה רבה כוכב! אין מילים..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
כוכב, כאפ שנעל א דאנאט, שוין באלד מוצאי.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:14 am
דורך איך אויך
עס איז דאנאט ופאעזיע באין כאחד ,ווילאנג עס איז נאכנישט סוף זמן קריאת פאעזיע קען ער נאך יוצא זיין כדי אכילת דאנאט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:28 pm
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:אום זאת חנוכה וועט פארקומען וואלן צווישן די פאעזיעס אויסצואוועלן א געווינער.
ווען עפענען זיך די שטים בודקעס?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:36 pm
דורך כוכב
היי יאר וועט מען אי''ה פראווען אן אמשינובער זאת חנוכה.
די מערכת האט נאך עטליכע פאעזיעס וואס דארפן ארויסגעשטעלט ווערן. ווי נאר אלעס וועט זיין אינדרויסן וועט מען עפענען די שושנים שטים בודקעס.
סטעי טונד!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:40 pm
דורך מאטי
כוכב אויב דו זוכסט א מעריעדזש קאונסלער די טעג, לאז מיר וויסן. סיריעסלי אזוי זיך אוועקצוגעבן? איך בין פלאבארגאסטירט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'נישט א פראבלעם. זיין ווייב פירט אן די פארמעסט אויף אייוועלט אדער איים עי מאדער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:49 pm
דורך כוכב
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'נישט א פראבלעם. זיין ווייב פירט אן די פארמעסט אויף אייוועלט אדער איים עי מאדער.

זי פירט אן א פארמעסט מיט איר מאן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:53 pm
דורך ראש הישיבה
wow wow!!!!
איך בין נישט געווען אזוי אקטיוו די לעצטע פאר וואכן. איך פיל ווי איך בין אויף געשטאנען נאך א זיבעציג יעריגע שלאף.
אזעלעכע שיינע פאזיעס. איך ווייס נישט ווי אהנצוהייבן.
כל הכבוד ל[tag]כוכב[/tag].
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:24 pm
דורך אפטעמיסט
איך קלער יעצט, די "שושנים" פאעזיע קאמפיין איז זיך, בנשיאת יניקינו [tag]כוכב[/tag], צעוואקסן אויפ'ן לענג און ס'ברייט אזש מ'האלט שוין ביי איבער 30 הערליכע פאעזיעס!
איך ווייס נישט וויאזוי עטס פלאנטס צו שטימען, אבער איך מיין אז ס'איז פשוט נישט מעגליך. ס'איז אסאך צו סך פאעזיעס אז מ'זאל קענען גרינטליך דורך לייענען אלע און מאכן אן החלטה.
מ'ברויך זוכן אן אנדערע אופן צו ענדיגן דעם פארמעסט. איך וואלט פארגעשלאגן אז יעדער זאל אפשרייבן אויף א ליסטע די נומערן פון די פאעזיעס און ווער ער קלערט די מחברים זענען, און נאך א באשטומטע צייט — לאמיר זאגן 24 שעה, וועט דער וואס האט געהאט די מערסטע ריכטיגע צוטרעפן, געקרוינט ווערן אלס משנה למלך אונטער כוכב'ן. איינער האט א בעסערע פלאן?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:27 pm
דורך מאטי
מ'זאל צוטיילן די פאזיעס אין קאטעגאריעס/גרופעס. לשה"ק'דיגע, סיסטעם, ייאוש, באהאנדלט א געוויסע נושא, פאליטיק, וכדומה. און ס'זאל זיין געווינערס אין יעדן קאטעגאריע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:45 pm
דורך פישלע העררינג
ריכטיג, [tag]מאטי[/tag].
איך וואלט מציע זיין א מהלך פאר די בחירות.
1. הומאר.
2. פאלקסי.
3. פיוט.
4. רירענד.
5. מחשבה.
6. סיסטעם.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:49 pm
דורך כוכב
די מערכת ארבעט אינאיינעם מיט די שטיבל טאטעס (קרעדיט: דער פינטל איד) אויפצוקומען מיט א זאכליכע מהלך פאר די וואלן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
רויסערטש ווי אזוי די אסקער וואטן גייט צו מיט נאמינאציעס און קאטעגאריעס. ס'מאכט די וואטן פראסעס אינטערעסאנט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:04 pm
דורך כוכב
מיטן 36'טן שושנים איז די פארמעסט פערטיג. כמנין ל''ו נרות חנוכה וליכא מידי דלא רמיזה.
די שטום בודקעס וועלן זיך עפענען גאר בקרוב.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
די עסקנים געבן איבער אז יעדער מוז ארויסגיין שטימען!!!! ס'איז פאר אייער טובה און פאר די טובה פון אייער משפחה! זייט נישט קיין צועק לעבר!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:18 pm
דורך יואב
איידער איך גיי שטימען וואלט איך געוואלט בעטן אויב עמיצער קאן ביטע ארויפשמייסן אלע שטיקלעך אויף א PDF, אזוי אז איך זאל אלצדינג אניאגן צו לייענען מיט יישוב הדעת אין אזאנע ביסקיסעס למטה מעשרה טפחים, דארט וואו די השפעות און די אורות מאכן שוועריקייטן מיטן אראפקומען, אדער קומען זיי גאר בכלל נישט. ס'מוז נישט זיין שיין, דזשאסט גוט און קלאר צו קענען לעזן אויף דעם צעל.
תודה מראש, ולמצווה גדולה ייחשב.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:20 pm
דורך כוכב
די מערכת ארבעט דערויף.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:21 pm
דורך לית דין בר נש
איך בין גרייט צו גיין שטימען אבער די אמת וועל איך זאגן I have no idea for whom פון די 36 זענען באלד 30 מוראדיג
וואס טוה איך דא?
ווער עס ברענגט אראפ די גרעסטע Uhal, Lucky, Budget טראק מיט די העכסטע הויך היליכעס פארנט פון מיין אפיס פאר צוויי שעה באמבערן אין קאפ איז די געווינער
פליז קומטס ביפאר 6:00
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 6:58 pm
דורך כוכב
פון טיפענישן פון מיין הארץ וויל איך זיך באדאנקען פאר די טייערע חכמי השטיבל וואס האבן אנטיילגענומען אין דעם פארמעסט און צוגעשטעלט אזעלכע הערליכע קונסט פאעזיעס וואס רוב רובם ככולם זענען ממש קונסט ווערק. אין וויסטן חלום האב איך נישט ערווארטעט אזא סוקסעס און איך טו אויסדרוקן מיין טיפסטע דאנקבארשאפט. הלוא המה ידידיי היקרים, כל אחד בשמו הטוב יבורך ה''ה:
[tag]אבטולמוס[/tag]
[tag]יאיר[/tag]
[tag]ונבנתה העיר[/tag]
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
[tag]מאראנצןזאפט[/tag]
[tag]גימפל[/tag]
[tag]איך אויך[/tag]
[tag]גראדעמעכעלע[/tag]
[tag]מאטי[/tag]
[tag]יואב[/tag]
[tag]הציץ ונפגע[/tag]
[tag]לעיקוואד[/tag]
[tag]ראשעקאל[/tag]
[tag]שפתים ישק[/tag]
[tag]מוזיקאנט[/tag]
[tag]נח געציל[/tag]
[tag]יין שרף[/tag]
[tag]רוח קדים[/tag]
[tag]מצטמק ויפה[/tag]
[tag]פלאוויוס[/tag]
[tag]הערשי[/tag]
[tag]פישל'ע[/tag] העררינג
[tag]קינד_אן_קייט[/tag]
[tag]בן תמליון[/tag]
[tag]מנחם[/tag]
[tag]אפטעמיסט[/tag]
[tag]גנדי[/tag]
[tag]נהורא נפישא[/tag]
[tag]נעגאשיעיטאר[/tag]
עס איז מיר א כבוד אז איך האב געקענט צושטאנד ברענגען אייערע מייסטער פאעזיעס מכח אל הפועל.
(דע געסינג געים איז אן, יעצט ברעכט אייך קאפ ווער סהאט געשריבן וואס...)