בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:01 pm
דורך איבערגעצויגנס
דרך אגב, איינער וויסט וויאזוי מען קען עמבעדן א יוטוב ווידיאו עס זאל ווייזן א פריוויו?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 3:17 pm
דורך שמעקעדיג
כ'בין סתם נייגעריג, פאר דעם עוורידזש צוהערער מאכט אזא גרויסן דיפערענץ צווישן, למשל 20, מוזיקאנטן ביז 30?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 3:43 pm
דורך איבערגעצויגנס
ס׳מאכט זיכער א דיפערענץ, ווי מער שפילערס אלס מער powerful איז עס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:55 pm
דורך ודי למבין
מונה איז גוט און איך בין נייגעריג וויפיל מהאט אים געצאלט פאר די שפיל. לעניית דעתי זענען אבער דא אסאך בעסער ארעינדזשערס אפילו אין די יודישע פעלד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:27 pm
דורך בשבילי!
ער איז דא געווען עניוועי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:30 pm
דורך גאלד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rvedFO6XbTk[/youtube]


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=h1Yq_JgsbYY[/youtube]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:04 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:28 pm
דורך מאטי
די זעלבע סבה פארוואס היימישע וואן מען בענדס שפילן "פונקט אזוי שיין" אנע האבן/וויסן נאטן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 9:00 pm
דורך דברים ככתבן
ודי למבין האט געשריבן:מונה איז גוט און איך בין נייגעריג וויפיל מהאט אים געצאלט פאר די שפיל. לעניית דעתי זענען אבער דא אסאך בעסער ארעינדזשערס אפילו אין די יודישע פעלד

אבי גערעדט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:15 am
דורך Big Boy
ודי למבין האט געשריבן:מונה איז גוט און איך בין נייגעריג וויפיל מהאט אים געצאלט פאר די שפיל. לעניית דעתי זענען אבער דא אסאך בעסער ארעינדזשערס אפילו אין די יודישע פעלד


For example?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:39 pm
דורך איבערגעצויגנס
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

פון דיין פרעגן איז קענטיג אז דו טויגסט בעסער צו יאנעווע אתרוגים ווי צו מוזיק.. בינעך גערעכט צו נישט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:54 pm
דורך סאשי פיש
האלו הייבט דיך נישט אן מיט אונזער ר׳ שמעקעדיג!!
רעד מיט רעספעקט צו אונזער חבר הכבוד!

האלט אייך אין די ראמען איר זענט נאר א גאסט דא!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:07 pm
דורך סאשי פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

פאר די סיבה האבען זיי א מייק לעבן די פיאנא אןן זיי זאגען דארטען אריין פאר שפילערס וואס צו טוען אנשטאט די מייק.
אבער ביי גרויסע קאנצערטען ווי מען דארף זאגען פאר צופיל שפילער שטייט ער מיטן שטעקן און דרייט זיך פון די פידלעך צו די טראמפייטערס און האלט די מוזיק אויפען ביעט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:51 pm
דורך איבערגעצויגנס
עס איז ביי מיר געווען א פשוט׳ע זאך אז שמעקעדיג קען און ווייס וויאזוי אנצונעמען סארקעזעם.
עניוועי - איך זעה אז סאשי-פיש האט שוין פונקטליך ארויסגעברענגט די אויפגאבע פון א קאנדאקטער אין אן ארקעסטרא

דער אמת איז אז קליינע בענדס פארמאגן אויך א leader, נאר אויף א קלענערן פארנעם ווי א קאנדאקטאר
אייביג איז דא איינער וואס ווייזט די count-in צו א ניגון ווי אויך ווען צו סטאפן.
ווען עס איז דא א מער קאמפלעצירטע מצב ווי למשל מער אינסטרומענטן אדער מער פארצווייגטע מוזיק וואס פארלאנגט א ספעציעלע פונקטליכקייט (ווי מ׳דארף מאכן אסאך קאמפלעצירטע און שנעלע אקטיוויטיס) דארטן דארף זיין איינער וואס מאכט מיט די האנט.

געב א קוק דעם קליפ פאר א דוגמא
http://youtu.be/bDsx7XA-W54
וועסטו זעהן ווי אלע מוזיקאנטן דארפן האלטן איין אויג אויפן קאנדאטאר בעת ווען דער אנדערער אויג איז אויף די נאטן.
נאך א זאך וועסטו באמערקן אז די אלע פראפעשינאל סימפאני קאנדאקטערס ווייזן די motions מיט א רגע פאר עס דארף געטוהן ווערן.
עס איז נישט אזוי פשוט ווי מען מאכט דאס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
איבערגעצויגנס האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

פון דיין פרעגן איז קענטיג אז דו טויגסט בעסער צו יאנעווע אתרוגים ווי צו מוזיק.. בינעך גערעכט צו נישט?

איך פארשטיי אביסל צו מוזיק אבער ווייס נישט גענוי ווי אזוי גרויסע בענדס אפערירן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:58 pm
דורך איבערגעצויגנס
נו שוין, איז דאך טאקע ווערד געווען איך זאל שרייבן דעם פריערדיגן הסבר איבער וויאזוי עס ארבעט
יאכלו ענוים וישבעו

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:18 pm
דורך מוזיקאנט
שלום עליכם! עס איז א אנגענעמע פילינג צו זיין א חלק פון די פלאץ.

מונה שרייבט אליינץ זיין מוזיק. פאר דאס מוז מען עם אליינץ אראפברענגען פאר טייער געלט. אונץ פארשטייען נישט די codes וואס יעדער ריק מיט דער שטעקן מיינט אבער די מוזיקאנטען פארשטייען עס יא.

די שיינקייט פון מונה איז אין זיין אפטייטש פון יעדער ניגון וואס ער שפילט. ער שרייבט די נאטן אזוי אז עס הערט זיך ווי א עברי טייטש.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:52 pm
דורך סאשי פיש
עליכם השלום מאכט א קאווע און זעצט אייך אוועק!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:19 pm
דורך איך אויך
א מוזיקאנט וואס פארשטייט נישט די קאודס?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:23 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס קענען פשוטע בענדס שפילן שיין אויפן טאקט אפילו אן דעם יאנעווער שטעקעלע?

מוזיקאנט האט געשריבן:אונז פארשטייען נישט די codes וואס יעדער ריק מיט דער שטעקן מיינט אבער די מוזיקאנטען פארשטייען עס יא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 3:00 pm
דורך איבערגעצויגנס
האהא. דאס איז א גוטס יין שרף

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:27 pm
דורך איבערגעצויגנס
[youtube]http://youtu.be/4MsxnL4pOTU[/youtube]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:00 pm
דורך יין שרף
איבערגעצויגנס האט געשריבן:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4MsxnL4pOTU[/youtube]