בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:50 pm
דורך יין שרף
קינדערלעך צינדן די מנורה דא אין ירושלים.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:55 pm
דורך בשבילי!
אה פון דעם האט דער באשעפער הנאה!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:25 am
דורך יין שרף
די אמעריקאנער אמבעסעדאר קיין ישראל, הרב שאפירא, צינדענדיג חנוכה ליכט אין א לייכטער אין די פארעם פונעם Iron dome

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:14 pm
דורך לית דין בר נש
קיינער האט נישט באמערקט אז נתניהו צינדט נישט מיט די שמש?
ער צינדט מיט די צווייטע לעכטיל!
בערל איך מיין עס איז דיין דזשאב אים קלאר צו מאכן אין דעם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:16 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'געווען א סקאנדאל דערויף. אבער ווער קערט? מתיוונים דארפן בכלל צינדן?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:19 pm
דורך לית דין בר נש
וואס איז פשט אלע אר"י בילדער צינדען פון די לינקע זייט?
בין איך די איינציגסטע וואס צינדט פון די רעכטע זייט? נישט איך הייב אהן פון די רעכטע זייט איך צינד פון לינקס אויף רעכטס אבער די לעכט הייבט זיך אהן אויף די רעכטע זייט
קוקטס אויפן בילד פון יואלי'ש קרויס און די ירושליםע אינגעלעך און להבדיל נתניהו

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:20 pm
דורך ישמעאל הכהן
לייק פאר דעם ''להבדיל''.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:46 pm
דורך יין שרף
פרעזידענט ריבלין, פרעמיער נתניהו, און די יו״ר המוסדות...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:48 pm
דורך יין שרף
א מיליטערישן פיילאט ביים צינדן די חנוכה ליכט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:קיינער האט נישט באמערקט אז נתניהו צינדט נישט מיט די שמש?
ער צינדט מיט די צווייטע לעכטיל!
בערל איך מיין עס איז דיין דזשאב אים קלאר צו מאכן אין דעם

יא. ווען ער וועט מיך אויפנעמען אלס זיין פרייועט ראביי... :lol:
דאס דערמאנט מיך א מעשה. מ'דערציילט אז דער געוועזענער פרעמיער יצחק רבין נ"ע, איז א מאל געווען אין א שול און מ'האט איהם געוואלט געבן אן עליה. האט דער גבאי אויס גערופן "יעמוד ר' יצחק בן...האטציך רבין אנגערופן בן ארבעים... :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:07 pm
דורך ישראל קאפקע
[tag]יין שרף[/tag]
טאקע נישט געבליבן קיינע אידן וואס צינדן די מנורה אום חנוכה אויסער נתניהו און איזראעלי פילאטן און פאליטיקאנטן אז מען זאל דארפן לייגן 'צוויי' פון נתניהו? קאם אן. :?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:09 pm
דורך יין שרף
איך פארשטיי וואס באדערט דיר...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:11 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:[tag]יין שרף[/tag]
טאקע נישט געבליבן קיינע אידן וואס צינדן די מנורה אום חנוכה אויסער נתניהו און איזראעלי פילאטן און פאליטיקאנטן אז מען זאל דארפן לייגן 'צוויי' פון נתניהו? קאם אן. :?

די רעבעס און שיינע אידן זענען שוין געקאווערט אין די אידישע עבודה זרה בלעטלעך... אבער ווער דען וועט ברענגען בילדער פון נתניהוא...? דער איד?...!
יעצט איינגעפאללן דו קענסט אפשר ברענגען בילדער וויאזוי די פירער פון חאמאס צינדען חנוכה אדער קוואנזא לעכט?...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:11 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:איך פארשטיי וואס באדערט דיר...

ראה תגובתי לעיל... :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:26 pm
דורך ישראל קאפקע
א אידיש קינד צינדט די מנורה אין בערלין, דייטשלאנד, אין די אנפאנג ניינצן דרייסיגער, הארט פאר היטלער'ס איבערנעמען די מאכט.
דער בילד איז געווארן פובליצירט אין אידישן צייטונג אין דייטשלאנד ''ק-וו צייטונג'' אום 11/29/1934

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:30 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:א אידיש קינד צינדט די מנורה אין בערלין, דייטשלאנד, אין די אנפאנג ניינצן דרייסיגער, הארט פאר היטלער'ס איבערנעמען די מאכט.
דער בילד איז געווארן פובליצירט אין אידישן צייטונג אין דייטשלאנד ''ק-וו צייטונג'' אום 11/29/1934

זייער רירנד: אבער, דאס יונגעלע האט אן א קאפל? אפשר האט מען דארט נישט מקפיד געווען אויף דעם?...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:31 pm
דורך מאטי
וואס איז שוין געווען די געוואלדיגקייט דערפון אין יענע יארן, אז ס'איז מפורסם געווארן אין צייטונגען.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 10:54 am
דורך ישראל קאפקע
מאטי האט געשריבן:וואס איז שוין געווען די געוואלדיגקייט דערפון אין יענע יארן, אז ס'איז מפורסם געווארן אין צייטונגען.

עס איז געווען פובליצירט אין א דייטשע אידישע צייטונג, פילייכט אין א באשרייבונג איבער יום טוב חנוכה, עס איז לאו דווקא געווען עפעס אויסערגעווענליך דערמיט, דאן.
היינט איז עס יא אינטערעסאנט סיי צוליב איר עלטער, און בעיקר צוליב די צייט און פאליטישע צושטאנד, די אנהויבן פונעם נאצי רעזשים, און די טראגישע איבעררייס פון אידישן לעבן אין אייראפע, און אין דייטשלאנד בפרט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:22 am
דורך רויטע וואנצעס
אידן פאזאמעלט צו צינדען חנוכה לעכט טיף אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה אין 1943. דער היסטארישע בילד איז פון א טראנזיט קעמפ אין האלאנד אויפן וועגן צו די מחנות השמדות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 4:24 pm
דורך ישראל קאפקע
א חב''ד מנורה צינדן אין מומבאי, אינדיע. תשס''ט.
אין הינטערגרינד איז די טאזש מאהאל האטעל, די ציל -אינאיינעם מיטן נארימאן הויז, פופצן מינוט ווייט- פונעם טויטליכן אטאקע עטליכע חדשים פריער.
מעט אור דוחה הרבה חושך.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 9:31 pm
דורך ישראל קאפקע
ראַוּל קאסטראָ, יונגערן ברודער פונעם קובאנער דיקטאטור פידעל, צינדט די מנורה דעם פיפטן נאכט חנוכה, אין א שול אין האוואנא. די אידישע געמיינדע אין קובא באשטייט פון 1,500 נפשות.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:ראַוּל קאסטראָ, יונגערן ברודער פונעם קובאנער דיקטאטור פידעל, צינדט די מנורה דעם פיפטן נאכט חנוכה, אין א שול אין האוואנא. די אידישע געמיינדע אין קובא באשטייט פון 1,500 נפשות.

ס'איז דא ווער ס'האלט אז די קאסטרא משפחה שטאמען פון די אנוסים אין שפאניע...!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 11:34 pm
דורך איך אויך
דאס איז עפעס וואנדערבאר.