לעיקוואד האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:דער אמת'ער סיבה פאר די ריבוי התירוצים איז נישט מחמת חומר הקושיא נאר צוליב וואס די רבי'ס האבן געפירט אכט טעג טיש און געמוזט דערביי זאגן תורה וק''ל.
אויב אזוי וואלט דאך גענוג געווען מסביר זיין די סמיכות דר' תנחום. אדער סיי וועלכער אנדערע קשיא וואס עס פעלט נישט. איך מיין אז אן מיין הסבר אזי דער קשיא יא בעסער פון רוב תירוצים. און דאס וואס מ'רעדט דווקא פון דעם אזויפיל ווייזט אז עס איז יא א ספעציעל שווערע קשיא.
סמיכות דר' תנחום איז דען יא א קשיא? ס'געפעלט מיר ווען איך הער א בעל דרשן זאגן "מ'דארף פארשטיין די סמיכות פון די צוויי ר' תנחומ'ס וואס האט לכאורה נישט קיין שייכות". די מפרשים אויפ'ן פלאץ (דאכציכמיר אז רש"י אויך) זאגן פשוט אז וויבאלט מ'ברענגט איין מימרא פון ר' תנחום, ברענגט מען שוין נאך אליינס, ווי ס'איז די דרך אין גאנץ ש"ס.