בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:57 pm
דורך שמעון וואלף
לעיקוואד האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:דער אמת'ער סיבה פאר די ריבוי התירוצים איז נישט מחמת חומר הקושיא נאר צוליב וואס די רבי'ס האבן געפירט אכט טעג טיש און געמוזט דערביי זאגן תורה וק''ל.

אויב אזוי וואלט דאך גענוג געווען מסביר זיין די סמיכות דר' תנחום. אדער סיי וועלכער אנדערע קשיא וואס עס פעלט נישט. איך מיין אז אן מיין הסבר אזי דער קשיא יא בעסער פון רוב תירוצים. און דאס וואס מ'רעדט דווקא פון דעם אזויפיל ווייזט אז עס איז יא א ספעציעל שווערע קשיא.


סמיכות דר' תנחום איז דען יא א קשיא? ס'געפעלט מיר ווען איך הער א בעל דרשן זאגן "מ'דארף פארשטיין די סמיכות פון די צוויי ר' תנחומ'ס וואס האט לכאורה נישט קיין שייכות". די מפרשים אויפ'ן פלאץ (דאכציכמיר אז רש"י אויך) זאגן פשוט אז וויבאלט מ'ברענגט איין מימרא פון ר' תנחום, ברענגט מען שוין נאך אליינס, ווי ס'איז די דרך אין גאנץ ש"ס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:00 pm
דורך לעיקוואד
נקודת החבדית האט געשריבן:אות ד' ואילך

נא להסביר הקשר לנידון (חוץ מזה שמיישב קושיית הב"י)

באופן אחר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:02 pm
דורך chusid
הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:51 pm

ווען נישט דער בית יוסף פרעגט ווען די קשיא וואלט עס געהייסן א בריסקע קשיא, סתם געקוועטשט אין די וועלט אריין. שכל הישר זאגט אז אכט טאג האט געברענט איז אכט טאג יום טוב. הפנים ווי איינער זאל פרעגן א פורים קשיא "פארוואס איז יעדער ייד מחוייב צו האלטן פורים, אמער אפילו ווען ס'געלונגט ווען פאר המן'ן זיין פלאן וואלט דאך זיכער על פי דרך הטבע געווען דא און דארט אפאר געראטעוועטע, וואלט מען דאך געדארפט מאכן א זכר און נאר רוב כלל ישראל זאל האלטן פורים?"

קען זיין ווען פורים וואלט געווען אכט טעג לאנג וואלט שוין געווען קונים פאר אזא מרפסין איגרא קשיא מיט עלף טויזענט תירוצים, נאך א מזל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:07 pm
דורך גאלד
אני הצעיר איז בייגעפאלן א אנדערע תירוץ, ווייל מ'געפין מיר אין תענית אז ר' חנינא בן דוסא האט געזאגט פארן טאכטער מי שיאמר לשמן שידליק יאמר לחומץ שידליק,
איז דער פשט אז אפי' דאס אז שמן ברענט איז אויך א נס, נאר וואדען ס'א נס וואס איז מלובש בטבע,
אבער א מענטש מוז מאמין זיין אז אלעס איז א נס,
יעצט שטעלט אייך פאר ווען חז"ל זענען ווען קובע 7 טאג, וועט דאך אוואדי פרעגן איינער וואס עפעס 7 טאג, די מנורה האט דאך געברענט 8 טאג,
איז וואס איז די תירוץ? אז די ערשטע טאג איז נישט געווען קיין נס? דאס איז דאך ממש כפירה בדברי ר' חנינא בן דוסא,
ממילא האבן חז"ל פשוט בהכרח געמוזט מאכן 8 טאג כדי זאל זיך נישט דאכטן קיינעם איז די טבעיות איז חלילה נישט קיין נס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:15 pm
דורך מאטי
דער בית יוסף האט אויך געפרעגט בדרך דרוש, והא ראיה זיינע דריי תירוצים זענען אויך נישט על פי פשט. וכדרך שבא לפרוך כך בא לפרוק.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:47 pm
דורך chusid
מאטי האט געשריבן:דער בית יוסף האט אויך געפרעגט בדרך דרש, והא ראיה זיינע דריי תירוצים זענען אויך נישט על פי פשט. וכדרך שבא לפרוך כך בא לפרוק.

בדרך אגב ( איך ווייס עס נישט ווי צי פרעגן) וואס איז די דעפינישען פון בדרך דרוש? אויב איך וועל מאכן א תורה פארוואס דיין תגובה איז נאך גאלד'ס וועט דאס זיין א גוטע קשיא בדרך דרוש? און נאכדעם אויב מיין תירוץ אויף די סמיכות וועט זיין עפעס התעורורות'דיג דעמאלטץ קען איך עס נאכזאגן ביי דרשות?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:59 pm
דורך מאטי
פאר מענטשן וואס נעמען אן מיינע/גאלד'ס ווערטער סענטימענטאל וואלט דאס געווען דרוש. ס'ווענד זיך אינעם מושפע מער ווי דעם משפיע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:29 pm
דורך געפילטע פיש
לכאורה איז די יום טוב געווען פאר די ניצחון המלחמה און חנוכת הבית, און די חנוכת המשכן איז אויך געווען אכט טעג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:17 pm
דורך שפתים ישק
כוכב האט געשריבן:שפתיים קישאקtm

שפתים קישאקTM!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:לכאורה איז די יום טוב געווען פאר די ניצחון המלחמה און חנוכת הבית, און די חנוכת המשכן איז אויך געווען אכט טעג.


איך מיין אז אין פרשת צו שטייט אז חנוכת המשכן איז געווען נאר זיבן טעג
אינטערעסאנט טאקע אין מגילת תענית שטייט דאס אלץ קשיא

. ומה ראו לעשות חנוכה שמונה ימים, והלא חנוכה שעשה משה במדבר לא עשה אלא שבעה ימים, שנאמר (ויקרא ח, לג): "וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ שִׁבְעַת יָמִים וְגוֹ'", ואומר (במדבר ז, יב): "וַיְהִי הַמַּקְרִיב בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן אֶת קָרְבָּנוֹ וְגוֹ'", ובשביעי הקריב אפרים. וכן מצינו בחנוכה שעשה שלמה, שלא עשה אלא שבעת ימים, שנאמר (דה"ב ז, ט): "כִּי חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ עָשׂוּ שִׁבְעַת יָמִים, וְהֶחָג שִׁבְעַת יָמִים". מה ראו לעשות חנוכה זו שמנה ימים, אלא בימי מלכות יון נכנסו בני חשמונאי להיכל, ובנו את המזבח, ושדוהו בשיד ותקנו בו כלי שרת והיו מתעסקין בו שמונה ימים.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:17 pm
דורך [NAMELESS]
כבר קדמוך
דו לייגסט עס אבער אראפ מיט א טיפערע הסבר, די כוונה איז אבער די זעלבע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך מיין אז אין פרשת צו שטייט אז חנוכת המשכן איז געווען נאר זיבן טעג
אינטערעסאנט טאקע אין מגילת תענית שטייט דאס אלץ קשיא

. ומה ראו לעשות חנוכה שמונה ימים, והלא חנוכה שעשה משה במדבר לא עשה אלא שבעה ימים, שנאמר (ויקרא ח, לג): "וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ שִׁבְעַת יָמִים וְגוֹ'", ואומר (במדבר ז, יב): "וַיְהִי הַמַּקְרִיב בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן אֶת קָרְבָּנוֹ וְגוֹ'", ובשביעי הקריב אפרים. וכן מצינו בחנוכה שעשה שלמה, שלא עשה אלא שבעת ימים, שנאמר (דה"ב ז, ט): "כִּי חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ עָשׂוּ שִׁבְעַת יָמִים, וְהֶחָג שִׁבְעַת יָמִים". מה ראו לעשות חנוכה זו שמנה ימים, אלא בימי מלכות יון נכנסו בני חשמונאי להיכל, ובנו את המזבח, ושדוהו בשיד ותקנו בו כלי שרת והיו מתעסקין בו שמונה ימים.

ברייטער אויסגעשמועסט דא
(וואו איז דער 'אשכולות אויפוועקער' ווען מ'דארף אים האבן)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:46 pm
דורך chusid
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:כבר קדמוך
דו לייגסט עס אבער אראפ מיט א טיפערע הסבר, די כוונה איז אבער די זעלבע.

איך האב פארשטאנען פון דיר אז דו ווילסט זאגן אז אפילו לו יהא די אכט טעג איז יא וועגן די נס שמן דארף אויכט זיין 8

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
טאקע אזוי. עס לויפט מיט די צווייטע העלפט פון 'לעיקוואד'ס' ביאור, היכר/סימבאל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:03 pm
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:דער בית יוסף האט אויך געפרעגט בדרך דרש, והא ראיה זיינע דריי תירוצים זענען אויך נישט על פי פשט. וכדרך שבא לפרוך כך בא לפרוק.

בדרך אגב ( איך ווייס עס נישט ווי צי פרעגן) וואס איז די דעפינישען פון בדרך דרוש? אויב איך וועל מאכן א תורה פארוואס דיין תגובה איז נאך גאלד'ס וועט דאס זיין א גוטע קשיא בדרך דרוש? און נאכדעם אויב מיין תירוץ אויף די סמיכות וועט זיין עפעס התעורורות'דיג דעמאלטץ קען איך עס נאכזאגן ביי דרשות?

בדרך דרוש מיינט עפעס וואס געוויסע מין מענטשן אנגעטוהן אין א געוויסע וועג מיט געוויסע ברילן זאגן דאס נאך מיט פארגלייזטע אויגן אדער שמייכלען זיי ברייט מיט א קענטיגע (געמאכטע?) הנאה...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:04 pm
דורך שמעון וואלף
כ'על דיר געבן א משל פון די וואכעדיגע פרשה ביי פרעה'ס חלום. דרך דרוש איז ווען איינער וועט אויסבויען דורך א פשעטל אז די פעטע קיען האבן זיך באוויזן ערשט ווייל זיי האלטן תפוס לשון ראשון משא"כ די דארע קיען האבן געהאלטן תפוס לשון אחרון.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:47 am
דורך יאיר
לעיקוואוד, עד כאן. ווי לאנג דו וועסט מיר ברענגען א יוסיפון מיט א ספר המכבים מיט זיבן גירסאות אין מגילת תענית וועל איך דיך מוחל זיין. אבער אז דו נעמסט מיר אוועק דעם בית יוספ'ס קשיא וועל איך דאס נישט אראפשלינגען, איך וועל קעמפן מיט ציין און נעגל ביז עס וועט ווערן צוריק שווער, נאכדעם וועל איך עס פארענטפערן מיט א שיינער פשט'ל פארוואס משמיה דר' ירמיה ולא קיבליה, וואס שטימט אודאי נאר אויב די בור איז געווען ליידיג פון נחשים ועקרבים, וואס לויט דעם פארשטייט מען זייער גוט פארוואס איך בייס אריין אין א הייסע לאטקע אנגעשפריצט מיט קאנפעקשאן שוגער, ובזה נתיישב הכל כמין חומר.
וזהו עיקר קושיית הבית יוסף.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:22 am
דורך chusid
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:טאקע אזוי. עס לויפט מיט די צווייטע העלפט פון 'לעיקוואד'ס' ביאור, היכר/סימבאל.

אויב אלץ היכר ווי קומט אריין דיין משל, איך האב פארשטאנען אז ניין , כעלעמער וויל זאגן אז מען זאל אנקוקן ווי די נס איז געשען אכט טעג און מען זאל נישט מחלק זיין וויפיל עס וואלט סיי ווי געקענט אלץ טבע. יעצט שטימט דיין משל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:24 pm
דורך ברסלבער
גאלד האט געשריבן:אני הצעיר איז בייגעפאלן א אנדערע תירוץ, ווייל מ'געפין מיר אין תענית אז ר' חנינא בן דוסא האט געזאגט פארן טאכטער מי שיאמר לשמן שידליק יאמר לחומץ שידליק,
איז דער פשט אז אפי' דאס אז שמן ברענט איז אויך א נס, נאר וואדען ס'א נס וואס איז מלובש בטבע,
אבער א מענטש מוז מאמין זיין אז אלעס איז א נס,
יעצט שטעלט אייך פאר ווען חז"ל זענען ווען קובע 7 טאג, וועט דאך אוואדי פרעגן איינער וואס עפעס 7 טאג, די מנורה האט דאך געברענט 8 טאג,
איז וואס איז די תירוץ? אז די ערשטע טאג איז נישט געווען קיין נס? דאס איז דאך ממש כפירה בדברי ר' חנינא בן דוסא,
ממילא האבן חז"ל פשוט בהכרח געמוזט מאכן 8 טאג כדי זאל זיך נישט דאכטן קיינעם איז די טבעיות איז חלילה נישט קיין נס


11.png

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:30 pm
דורך שמעון וואלף
שמעון וואלף האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:דער אמת'ער סיבה פאר די ריבוי התירוצים איז נישט מחמת חומר הקושיא נאר צוליב וואס די רבי'ס האבן געפירט אכט טעג טיש און געמוזט דערביי זאגן תורה וק''ל.

אויב אזוי וואלט דאך גענוג געווען מסביר זיין די סמיכות דר' תנחום. אדער סיי וועלכער אנדערע קשיא וואס עס פעלט נישט. איך מיין אז אן מיין הסבר אזי דער קשיא יא בעסער פון רוב תירוצים. און דאס וואס מ'רעדט דווקא פון דעם אזויפיל ווייזט אז עס איז יא א ספעציעל שווערע קשיא.


סמיכות דר' תנחום איז דען יא א קשיא? ס'געפעלט מיר ווען איך הער א בעל דרשן זאגן "מ'דארף פארשטיין די סמיכות פון די צוויי ר' תנחומ'ס וואס האט לכאורה נישט קיין שייכות". די מפרשים אויפ'ן פלאץ (דאכציכמיר אז רש"י אויך) זאגן פשוט אז וויבאלט מ'ברענגט איין מימרא פון ר' תנחום, ברענגט מען שוין נאך אליינס, ווי ס'איז די דרך אין גאנץ ש"ס.


יגעתי ומצאתי, כ'האב געטראפן דעם רש"י, ס'איז אין מס' חגיגה דף ג ע"א.
והבור רק - משום דרבי תנחום אמרה נקט לה הכא גבי שמעתתא דרבי תנחום

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:46 pm
דורך איחוד פעלד
אבער עם כל זה דארף.מען פארשטיין ווייל רש"י אין שבת זאגט עס נישט, נאר אין חגיגה, פארוואס איז רש"י נישט שווער געוועהן אין מסכת שבת? אלא מאי ווייל די ...... און דא דארף מען זאגען אלע לאטקע תורה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 7:45 pm
דורך כוכב
ארויפגעברענגט