בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:41 pm
דורך שמן זית
שוין חדשים נישט געהאט אזא תאוה צו לערנען ווי היינט!!

וואס גייט פאר? איינער קען מיר פותר חלום זיין?

אה.. וואס האב איך נישט געכאפט ביז יעצט? ס'איז ניטל!!....

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:12 pm
דורך לעיקוואד
גנדי האט געשריבן:או יש לומר השואל שאל מאדנע קשיות אומקלאר...

סאטמער רבי האט נישט געוואוסט וואס איז ניטל אז עס איז אויפן גויישער דאטום? און דער ליובאוויטשער האט נאך גענטפערט אזא מין תירוץ נישט צו'ם ענין?. גאנץ קלאר אז עפעס פעלט דא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:21 pm
דורך לא להנאת גופי
יחיד ורבים הלכה כרבים!!!!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:31 pm
דורך ירח בן יומו
ישו נידון בצואה רותחת (גיטין נח)

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:36 pm
דורך געוואלדיג
אין חכם כבעל הנסיון

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:26 pm
דורך איחוד פעלד
ואחות לוטן תמנע

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:54 pm
דורך היסטאריקער
נקודת החבדית האט געשריבן:בילד


מיר קוקט אויס אז זיי ווילן נאר ארויסברענגען אז האדמו״ר מסאטמאר האט געפרעגט און ליבאוויטשער רבי דער ידען האט גענטפערט

בין איך מחוייב צו גלייבן אן א טעיפ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 7:10 am
דורך איטשע
א שיינע ויכוח! ווען פונקטליך איז דער יודישער דאטום פון ניטל, אז מען זאל עס בכלל קענען האלטן דעם יודישן טאג???

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:00 am
דורך שמעון וואלף
מארגן, ליל שב"ק, געפאלט ניטל און מיר גרייטן זיך בהכנה דרבה עס אפצורעכטן ווי ס'דארף צו זיין.

איז אזוי. א געווענדליכע יאר גוט מען זיך גרינג אן עצה. מ'קען טון פארשידענס, ווי נעמען די ווייב שאפינג, א קוויטל געים, אדער סתם פארברענגן אין קאווע שטיבל צו אנדערע וועב זייטלעך. היי יאר אבער אז עס געפאלט אום שבת איז א פראבלעם.

געטראכט האב איך אז בלית ברירה וועל איך קויפן די איד אדער בלאט און מיט דעם מקיים זיין די מנהג ישראל תורה אבער כ'האב מיך איבערגעקלערט אז צווישן די שורות טרעפט מען אסאך פסוקים אין מאמרי חז"ל ווי למשל 'הרשעים כים נגרש', 'שאלו שלום ירושלים', 'ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ' ועוד כמבואר כאן, ווערט דאך א פראבלעם אז מ'קען עס נישט ליינען אים ניטל. נעמען ענגלישע צייטונג אדער זשורנאלן אום שבת, קומט נישט אין באטראכט. ווייס איך נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן.

א שאד א שאד אז כ'האב נישט אין אכט גענומען די פראבלעם פריער וואלט נאך אפשר געווען בכדי שיעשו צו שתדלן ביי [tag]אבטולמוס[/tag] ארויסצוקומען מיט א 'וועקער' לכבוד ניטל.

חבל

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:57 am
דורך שבת אחים
שמן זית האט געשריבן:שוין חדשים נישט געהאט אזא תאוה צו לערנען ווי היינט!!

וואס גייט פאר? איינער קען מיר פותר חלום זיין?

אה.. וואס האב איך נישט געכאפט ביז יעצט? ס'איז ניטל!!....


ס׳דא וואס רופן עס ניפּל־נאכט משום מעשה שהי׳.

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:47 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: איך האב אדורכגעלערנט דעם מאמענט שטאטס לערנען (להבדיל) משנה ברורה ביי די סעודה פרייטיג צו נאכטס. אבער איך האב געשפיהרט עפעס זייער א שטארקן חשק צו לערנען די וואך. איך האב שוין כמעט גענימען דעם משנה ברורה אין די האנט אריין. אבער די לעצטע מינוט האביך מיך דערמאנט וואספארא חשוב'ער טאג ס'איז. דעם בלאט האביך שוין אויסגעליינט פון פריער. די שטותים פון שמואל שלמה טעללער וואלט מען לכאורה יא געמעגט אדורכליינען. נאר ס'איז מיר געניג שווער געווען עס צו ליינען איין מאל. און מ'טאר זיך נישט פייניגן אום שב"ק...!

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 7:29 pm
דורך ציבעלע-קיגל
געהערט פון אן אלטער (סאקמערער זעצער) איד... דאס מיינט דער פסוק, אין במדבר כ"ז, י"ז...וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם... אז מען דארף שרייען שיגץ ארויס.

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע קוגל: איך האב אן אנדער'ן פשט אויף דעם פסוק....אז מ'זאלל ליינען דעם בלאט סיי ווען מ'גייט אין ביהכ"ס און סיי ווען מ'קומט צוריק פון דארט... :lol: :roll:

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 8:33 pm
דורך סקרן
הסיפור הידוע עם הגה"צ אב"ד קראס ר' שמואל פירער הי"ד
מישהו אמר לו שרוצה לראות הגיהנם של הלומד בניט"ל
ענה לו אני לט יודע איך נראה הגיהנם של הלומד בניט"ל
אבל הגיהנם של הלועגים על דברי צדיקים גדול מאד
ודפח"ח

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 10:26 pm
דורך ציבעלע-קיגל
berlbalaguleh האט געשריבן:ציבעלע קוגל: איך האב אן אנדער'ן פשט אויף דעם פסוק....אז מ'זאלל ליינען דעם בלאט סיי ווען מ'גייט אין ביהכ"ס און סיי ווען מ'קומט צוריק פון דארט... :lol: :roll:


נישט מעגליך ווייל מען נוצט עס דאך פאר אשר יצר פאפיר

Re: ניטל אשכול פאר די וואס לערנען להכעיס

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 1:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
The best defense is a good offense
למעשה, די אלע אטאקעס קעגען די וואס ׳כאפען׳ נישט דער ענין פון ניטל קומט פון איין שרש. פון אלע מנהגים, איז ניטל פון די מערסטע פאררוקטע וואס איז נאר דא. יעדער מנהג דינט עפעס א ציל. מ׳שלאגט כפרות צו דערמאנען דער מענטש אז דער מצב איז ערנסט, ביסט ווי א האנדל צום שחיטה. מ׳זאגט הושענות צו דאווענען פאר רעגען. מ׳טוט אן א שבת׳דיגע הוט פאר הדלקת נרות חנוכה צו ווייזען כבוד פאר א וואכעדיגע מצוה. יעדער מנהג איז א חלק פון א מצוה צו אן עבודת ה׳.

וואס פארא ציל דינט דער ניטל מנהג? וואס איז דא דער תכלית אין אידישקייט? יא יא, מ׳האט מקפיד געווען אמאל. אבער פונקט ווי מ׳האט פערצופאל געטראפען א היתר אז זמן תפלה איז מיט א פאר שעה שפעטער שבת, קען מען זיך אן עצה געבען מיט ניטל אויך. מ׳קען לייכט טרעפען א היתר דערצו.

און יעדער ווייסט ווי פאררוקט איז דער גאנצע ענין, גייט מען אטאקירען דער יענעם. טיף טיף ווייסט מען אז טאמער ס׳איז דא א מנהג וואס איז אותיות גיהנם איז עס דעס, און ס׳וועט קיינער נישט שטערען ווען מ׳ווערט פטור דערפון.

און אז דו בלייבסט דערמיט, כאטש בארעכטיג עס נישט. הייב נישט אן צו גלויבען ערנסט אז לערנען תורה איז גאר די פראבלעם, דאס איז גאר אן עבירה. זיץ איינגעלייגט און זאג אז דו פארשטייסט נישט אבער אזוי האט מען געטוהן אןן מ׳גייט אזוי ווייטער. פארדריי נישט די זאך כאילו ביי דיר איז גאר דער פשטות, אז שווארץ איז לכתחילה ווייס און דער וואס זאגט פארקערט איז גאר דער אויבער חכם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:48 am
דורך פרייוויליג
אין אורח מכניס אורח

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:10 am
דורך הקטן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:... יעדער מנהג דינט עפעס א ציל.
מ׳שלאגט כפרות - צו דערמאנען דער מענטש אז דער מצב איז ערנסט, ביסט ווי א האנדל צום שחיטה.
מ׳זאגט הושענות - צו דאווענען פאר רעגען.
מ׳טוט אן א שבת׳דיגע הוט פאר הדלקת נרות חנוכה - צו ווייזען כבוד פאר א וואכעדיגע מצוה. יעדער מנהג איז א חלק פון א מצוה צו אן עבודת ה׳.

וואס פארא ציל דינט דער ניטל מנהג?

ניטל - צי דערמאנען ס'איז דא א תורה לערענען, וואס קען גיין צי "יענע חברה"

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נעכטן געזוכט א ניטל אשכול. איינער האט מעורר געווען אז מ׳קען באמת יוצא זיין ניטל דורך קומען אביסל שפעט, אדער שמועסן אביסל ביים לערנען. מ׳דארף זיך נישט גענצליך פארמאכן די גמרא.

ווען ניטל וואלט געווען א ליטווישע ענין, וואלטן די חסידים זיכער דאס אויסגעטראפן.