בלאט 2 פון 4
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 12:57 am
דורך מאן דאמר
איז דא עפעס א וועג וויאזוי אים צו רופן אין געריכט הלכה׳דיג?
Re: ברור לך בית דין יפה
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:33 am
דורך ירא שמים
הרב געשטעטנער פון מאנסי (און מן הסתם נאך נאר דאס ווייס איך )האלט אז א נתבע וואס ענטפערט זבל״א (ומכ״ש ביי אזא גענגסטער) הייסט א געהעריגע סרבן , איז גיי צו געשטעטנער נעם ארויס א הזמנה דריי מאל און אז ער ענטפערט זבל״א גלייב איך אז ער וועט ארויסגעבן א סירוב מיט א היתר ערכאות.
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 1:55 pm
דורך moshav zekeinim
עז זענען פארהאו פרייוועט קארט סיסטעם'ס אזוי ווי פאר ביזנעס לייט וכדו', אפשר לוינט זיך לכתחילה אנצוהייבן מיט זיי. איך האב גאנץ א קנאפער איינונג וויאזוי עס גייט צו און צו עס איז בעסער פון די בתי דינים.
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 3:36 pm
דורך מאן דאמר
ישר כח, גיי מיר פראבירן
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 6:15 pm
דורך א איד
אפשר זאגסטו צו וועלכע בי"ד ביזט געגאנגען.
ב"ה אז די ביזט כאטש א נארמאלע מענטש, וואס ווען מען רופט דיר גייסטו צו די"ת.
וואס טוסטו אז עס איז פארקערט? דו רופסט יענעם, און יענער ענטפערט דיר אז להלכה דארף די תובע גיין נאכן נתבע, און ער וויל גיין צו זבל"א, און ער פיקט אויף א טוען מיט א בורר, וואס גייען זיך קיינמאל נישט צוזאמקומען אויף קיין צייט נאר איינמאל און דריי אדער מער חדשים, און אויך נאר אויף איין שעה, ווייל זיי זענען מוראדיג פארנומען, און דאס איז שוין ווען דו זוכסט נישט צו ציען קיין צייט.
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 6:48 pm
דורך [NAMELESS]
צופעליג איך האלט יעצט אינמיטן א דין תורה, סגייט צו אויף זייער א יושר׳דיגע מהלך, איך בין באמת אנטוישט, ווען מ׳האט מיר גערופן צו דין תורה בין איך געגאנגן בכפיה, נאך אלעם האב איך זיך אנגעהערט כל ימי קעגן די רבנים די שווינדלערס, נישט גיין איז נישט געווען קיין מהלך ווייל קיין מסרב לדין אן א סיבה האב איך נישט געוואלט זיין, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי יא און ווען איך גיי האבן א גוטע תירוץ וועל איך דאס מפיץ זיין איבער די וועלט און דאן וועל איך זיין פטור פון גיין צו די דין תורה.
אבער רבותי איך מוז אייך זאגן אז סאיז נישט ווי איך האב געמיינט, איך בין איבעראשט ווי גוט די רבנים פארשטייען א עסק, זיי פארשטייען יעדע פרט אין ביזנעס, זיי זענען אויס געקאכט אין הלכה, און פארשטייען גוט די לעגאלע חלק. און זיי זענען זייער יושר׳דיג דערווייל. אויב מיין דין תורה ענדיגט זיך אויף די וועג גיי איך אין מיין לעבן נישט גיין בערכאות, אייביג נאר צו א בית דין
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 6:56 pm
דורך קאך_לעפל
עזריאל האט געשריבן:צופעליג איך האלט יעצט אינמיטן א דין תורה, סגייט צו אויף זייער א יושר׳דיגע מהלך, איך בין באמת אנטוישט, ווען מ׳האט מיר גערופן צו דין תורה בין איך געגאנגן בכפיה, נאך אלעם האב איך זיך אנגעהערט כל ימי קעגן די רבנים די שווינדלערס, נישט גיין איז נישט געווען קיין מהלך ווייל קיין מסרב לדין אן א סיבה האב איך נישט געוואלט זיין, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי יא און ווען איך גיי האבן א גוטע תירוץ וועל איך דאס מפיץ זיין איבער די וועלט און דאן וועל איך זיין פטור פון גיין צו די דין תורה.
אבער רבותי איך מוז אייך זאגן אז סאיז נישט ווי איך האב געמיינט, איך בין איבעראשט ווי גוט די רבנים פארשטייען א עסק, זיי פארשטייען יעדע פרט אין ביזנעס, זיי זענען אויס געקאכט אין הלכה, און פארשטייען גוט די לעגאלע חלק. און זיי זענען זייער יושר׳דיג דערווייל. אויב מיין דין תורה ענדיגט זיך אויף די וועג גיי איך אין מיין לעבן נישט גיין בערכאות, אייביג נאר צו א בית דין
אוי וויי ווייסטו דען נישט אז מען טאר נישט אזוי שרייבען דא אין קאווע שטיבל? מען וועט דיך נאך באלד חושד זיין אז די ביזט אין די באקס... וויי גיוואלד...
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 7:03 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין דער עולם קען מיר איך לאז מיר הערן וואס איך האלט אן מורא פון די סיקריקים
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 7:08 pm
דורך געוואלדיג
גראדע האב איך געהערט אויף די קרית יואל'ער בי"ד זייער גוטע גריסן, פון איינער וואס הט פארלוירן א ד"ת דארט, זיי פארשטייען א עסק, זיי באקומען געלט פון די קהילה און נישט סטרעיט פון די בעלי דין, זיי שלעפן נישט קיין צייט, און פסק'ענען צו דער זאך.
Re: ברור לך בית דין יפה
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 7:11 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
עזריאל האט געשריבן:איך מיין דער עולם קען מיר איך לאז מיר הערן וואס איך האלט אן מורא פון די סיקריקים
יא יא כזעה אויף דיין שרייבן אז בי"ד איז נוטה צו דיר לאמיר זעהן וואס די גייסט זאגן ווען מגייט פסקנן וואס שמעקט דיר נישט
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:00 pm
דורך ירא שמים
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:איך מיין דער עולם קען מיר איך לאז מיר הערן וואס איך האלט אן מורא פון די סיקריקים
יא יא כזעה אויף דיין שרייבן אז בי"ד איז נוטה צו דיר לאמיר זעהן וואס די גייסט זאגן ווען מגייט פסקנן וואס שמעקט דיר נישט
אן ארנטליכע מענטש ד.ה. איינער וואס וויל נישט זיין קיין גנב אויב איז די ד"ת געפירט געווארן אויף א יושר'דיגע אופן מנעמט נישט קיין איבערגעטריבענע פרייזען מ'ציעט נישט אויס די צייט וכדו' וועט ער בד"כ גאנץ גערן אננעמן דעם פסק .
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:55 pm
דורך שטילע אינגערמאן
די ראש הטוענים בזמן הזה, א ריז אין די פעלד פון פסק דינים, הרה״ג זלמן גראוס שליט״א האט זיך אינטערוויוד מיטן מאמענט די וואך
ברור לך בית דין יפה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:40 pm
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1440459486.360556.jpg
זיי קענען נישט רופן אבער ער קען יא… .
ImageUploadedByTapatalk1440459566.731059.jpg
א שפאגל נייע הלכה אז א קהילה טאר נישט האבן קיין אייגענעם בי״ד עפעס וואס איז דא אין א״י און אייראפע , און אלעמאל איז געווען א בי״ד פארן שטאט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:45 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה צופעליג אין זיינע ווערטער דברים של טעם
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:28 pm
דורך [NAMELESS]
זיין עקספערטיז שיינט ארויס פון יעדע שורה באזינדער.... ווי א איד וואס איז מלא רשעות וערמימיות, א אומאראלישער מענטש, שטעלט זיך אוועק מיט א תמימות ווי גלייך ער איז די גראדער מענטש וואס העלפט נאר ארויס זיין בעל דין ארויסצוברענגן זיין כח הטענה עפ''י שו''ע,
די ארץ ישראל'דיגע בתי דינים איז פונקט ווי אמעריקא.... וואט ע דשויק,
די שכר בטילה וואס ער לייגט אראפ.... וכו' וכו'
Re: ברור לך בית דין יפה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:37 pm
דורך קאסטנער
ביי די שכר בטילה דארט האב איך אים פארלוירן...
ברור לך בית דין יפה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:38 pm
דורך ירא שמים
די שכר בטילה האב איך גראדע יא פארשטאנען , כקען נישט די הלכות שכר בטילה , אבער די טענה אז מדארף צאלן גענוג אז סזאל זיך לוינען האט געמאכט סענס צו מיר.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:45 am
דורך שמעקעדיג
איך קען נישט פערזענליך ר' זלמן, אבער דער ארטיקל אינעם מאמענט איז מאסיוו, און האט מיר ארויסגענומען פון די דישעס.
נאך אלעם איז דער אינטערוויוא געווען מיט ר' זלמן, נישט מיט אפאר ליינערס דא... שטארק יתכן אז ווען מען אינטערוויואט אונז, וואלט דער ארטיקל אויסגעקומען לחלוטין אנדערש; אבער אז מען שמועסט מיט אים אליינס איז דאך נישט שייך, ווערט געוויס ארויסגעברענגט זיין שיינער צד, און כידוע האט דאך יעדער מענטש מעלות און חסרונות....
למעשה האט מיר דער היקפ'דיגער, הערליכער ארטיקל שטארק געעפנט די אויגן אין פארשידענע הינזיכטן און כ'קען זאגן אז כ'האב הנאה געהאט פון יעדע שורה. מען קען זיך אפשר דינגען אויב יעדער פאראגראף איז אויסגעהאלטן באמת לאמיתו, אבער אפגעזען פון דעם חלק, איז דער ארטיקל מלא תוכן, רייך און אינפארמאטיוו, און בלי ספק געשריבן אויף א הויכן קאליבער וואס איז א תענוג צו ליינען!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:55 am
דורך matovu
כמו אן עמי ארטיקעל
א גוטע אינטערוויא
חידושים, און אביסעל אנדערש וואס מען איז צוגעוואוינט
און no pollitical correctness
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:55 am
דורך אספקלריה
דא קומט אריין מיין אלטע פראבלעם מיט היימישע מאגאזינען.
מנעמט א מענטש א פאבליק פיגור וואס יעדער און דיע מכלומרשטע אינדאסטרי האט מער ווי אסאך צוזאגען,די לאזט עם אויספויקען זיינע אגענדאס,די לאזט עם זיך שיין מאכען פאר די פאבליק,אבער קיין קריטיק וועסטו פאר קיין געלט נישט שריייבען.
די המודיע האט באשריבען פסח די באוואוסטע לאויער Garry Snitow,האב איך געהערט פון די רעדאקציע,אז זיי האבען באקומען א איבערפלוס פון פאון קאולס,בריווען,אימעילס, פון מענטשען וואס האבען געהאט פארשידענע קריטיק צו זאגען ,פארשטייט זיך זיי האבען אבער גארנישט געשריבען.(Garry איז בעיקר א family lawyer ער האט אסאך גאר שטארקע קריטיקירער)
קען צופיקסען שריייבען אויף אזא אופן איז נישט קיין קלענערע פארברעך ווי די פארברעכער אליין,אונזערע מאגאזינען געבן א safe heaven פאר יעדע פארברעכער,אויסצושפרייטען זיינע אגענדאס אהן קיין אפהאלט.
איך וואלט געקארגט מיינע ווערטער ווען סאיז וועין סתם א היימישע אויסגאבע,אבער די מאמענט וואס כפי הבנתי דרייען זיך זייערע שרייבערס און שטיבעל דא,פון זיי האב איך עס נישט עקספעקטיט.
אז מקען נישט געבן די פילע פיקטשער פארוואס שרייבט מען.
בכלל איעדן פארברעכער האט א פרייע האנט ביי אונז און קאממיונוטי,מטאר ח״ו נישט בארעדן,
איך באגעגען פאריגע וואך א באוואוסטע פארברעכער פון אייראפע,(א מכלומרשטע אינווענטאר מיט א געשליפען צינגעל וואס האט שוין ארויס ארויסגעשלעפט ריזיגע סכומים פון מענטשען,א גרויסע חלק דערפון האט ער אויסגעגעמבעלט אדער געשנאדערט פאר מוסדות התורה ואכמ״ל )ער דרייט זיך מיט א פרישקייט און בארא פארק די קאפ ספינעד עם די אויגען דרייען זיך עם ווילד ארום,ער גייט ווייטער אהן מיט א פרישקייט,ער פארציילט מיר זיינע נייע פראיעקטען און מיין הארץ הייבט מיר אהן צוצעגיין,וועם גייט ער יעצט אויסליידיגען. (מארגען קען ער נאך האבען א אינטערוויא און די מאמענט ואין פוצה פה.)
איך גלייב אז בערני מעידאף וואלט בא אונז אוכט געהאט נאך א טשעינס,און ער וואלט נאך באקומען אונטערוויאוס נאך די עולם וואלט געוואר געווארען פון זיין פארברעך,די מאגאזינען וואלטען עם געגעבען אפאר אונטערוויאוס און in no time וואלט ער געווען צוריק און ביזנעס.
סאיז צייט צו שרייבען די אמת די עולם וויל הערן מדארף הערן אלע צדדים,אז די געבסט אזא פאבליק פיגור א טשעינס צו רעדן,דארפסטו אוכט געבן די אנדערע זייט זייער טשעינס צו רעדן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:13 am
דורך [NAMELESS]
צופעליג האט ער ארויסגעברענגט גאר אונטערסאנטע חכמה׳לעך דארט פון וואס איך האב מורא׳דיג הנאה געהאט.
קען זיין אז ענק האבן אנגעהויבן ליינען מיט א מטרה פון קריטיק האבן ענק עס נישט באמערקט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:17 am
דורך אספקלריה
ובכן?
איינער דינגט זיך איבער זיין חכמה ?