בלאט 2 פון 11
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:52 am
דורך יין שרף
איך מיין די מעשה מיט די חת״ס איז געווען ווען ער האט יוצא געווען קידוש פארן סעודה, און נישט איבערגעמאכט קידוש פארן זיך וואשן. וועל עס בל״נ שפעטער אויפזוכן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:20 pm
דורך chusid
די שטארקע חסידים פון די בעל הויואל משה מסאטמאר מאכן די ברכה אויפן תפילין של ראש ווען מען האלט עס נאך אין די הענט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:08 pm
דורך berlbalaguleh
נ נח האט געשריבן:אין בריסק מאכט מען נישט קיין ברכה אויף הלל ראש חודש
(דוכטזיך אין קרלין אויך נישט)
נו, ס'איז דא אזא דיעה אין שו"ע. אז אויף האלב הלל מאכט מען נישט קיין ברכה. אבער איך מיין אז די בריסקער מאכן נישט קיין ברכה מכח ספק ספיקא. ערשטנס קען זיין אז ס'איז נישט ראש חודש היינט. צווייטנס, האבן זיי א ספק. אפשר שטאמען זיי מזרע עמלק. זענען זיי דאך נישט מחויב צו זאגן הלל. וועט עס זיין א ברכה לבטלה...איי, איז דאך שווער א קושיא. וויאזוי קענען זיי לערנען תורה? איז די תירוץ, אז די גמרא זאגט דאך "מבני בניו של המן למדו טעירעה בבני ברק"... איך מיין אז דער מאמר איז אמת. איך פערזענליך האב אויכעט געקענט עטליכע פון זיי...!...
נ.ב.: ווער ס'נעמט עס פערזענליך, בעט איך איבער מעיקרא. כ'האב נישט געמיינט צו טשעפען אדער מצער זיין סיי וועלכן נפש...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:02 pm
דורך הרב_שלום
רען צאנז באבוב און קלויזענבערג זאגט מען נישט קיין לדוד
קלויזענבארגער רבי דאווענט שחרית 4 אזייגער נאכמיטאג
ביי חסידים ווערט די חתן געפירט צום חופה דורך די צוויי טאטעס איך וואלט געהאט שטארק חשק אליין אונטערצופירען מיין טאכאער און מיין ווייב וואלט געהאט שטארק חשק אליין אונטערצופירען מיין זוהן סקוקט אויס פאני אבער אזוי פירט זיך די וועלט
עסן געבראקטס סיי פסח און סיי אחרון של פסח איז א פרשה פאר זיך
און חבד איז מען מקפיד נישט צו לייגן די לולב אין א קיישל, נישט האבן קיין עטרה אויפן טלית די בחורים טוען אן רבינו תם
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:33 pm
דורך יין שרף
צו זאגן לדוד חודש אלול, איז נישט מדינא דשו״ע, וי״א אז עס איז פון א מפוקפק׳דיגן מקור (כמדומה פון חמדת הימים). קוק אין נטעי גבריאל פאר א ליסט פון קהילות וואס זאגן נישט. וכן כתב במעשה רב מהגר״א.
דאכט זיך די חיד״א שרייבט אז מען זאל עס זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען, נישט נאר חודש אלול. וכן נוהגים בכמה מקומות אצל אחינו הספרדים.
אז מ׳רעדט שוין פון חודש אלול, איז דא פלעצער וואס מען בלאזט שופר אויך נאך מנחה, און געוויסע פלעצער אויך נאך מעריב.
רוב חסידישע בחורים טוהן אן רבינו תם׳ס...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:35 pm
דורך איך אויך
רעכנסט רוב לויט וואג אדער מספר?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:31 pm
דורך ירח בן יומו
יין שרף האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין פון חודש אלול, איז דא פלעצער וואס מען בלאזט שופר אויך נאך מנחה, און געוויסע פלעצער אויך נאך מעריב.
.
און וועלכע קהילות בלאזט מען תשר"ת און אין וועלעכע קהילות בלאזט מען תשר"ת תש"ת תר"ת
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:08 am
דורך אויסגערוט
אין באבוב ציילט מען ספירה יעדן אינדערפרי פאר ברוך שאמר. האט דעס א מקור ערגעץ אדער איז עס פשוט פראקטיש טאמער האט מען פארגעסן צו ציילן ביינאכט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:10 am
דורך אויסגערוט
און אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:24 am
דורך berlbalaguleh
אויסגערוט האט געשריבן:און אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
ס'הייסט איינס פאר'ן חתן, און איינס פאר , להבדיל, די כלה...דארט איז נאר דא נשים...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 9:09 am
דורך יין שרף
אויסגערוט האט געשריבן:און אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
איין פאר די אבות הק׳ וואס קומען אראפ.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 9:26 am
דורך חסיד
אויסגערוט האט געשריבן:אין באבוב ציילט מען ספירה יעדן אינדערפרי פאר ברוך שאמר. האט דעס א מקור ערגעץ אדער איז עס פשוט פראקטיש טאמער האט מען פארגעסן צו ציילן ביינאכט
פראקטיש
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:14 am
דורך ירח בן יומו
אין קארלין הייבט די ש"ץ אן ביי לעולם יהא אדם, און פאר ברוך שאמר גייט ער אווען פון די עמוד און עס גייט צו איינער (א קבוע) וואס זאגט הויך די ברכות הנותן לשכוי וכו' ביז הגומל חסדים טובים, און נאכדעם קומט צוריק די בעל תפילה און איז ממשיך הודו , קען איינער דאס עקלערן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:16 pm
דורך אויסגערוט
יין שרף האט געשריבן:אויסגערוט האט געשריבן:און אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
איין פאר די אבות הק׳ וואס קומען אראפ.
שטייט איינער אינטער יענער חופה אדער בלייבט עס ליידיג. טאמער בלייבט עס ליידיג איז דא איינער וואס וואטשט אז די קינדער זאלן נישט ארומלויפן צווישן די זיידעס און זיי שטערן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:44 pm
דורך יין שרף
עס שטייט קיינער אונטער די צווייטע חופה.
געווענטלעך ענדשויען די זיידעס צו זעהן אמאל די אייניקלעך...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:35 pm
דורך נתן מנחם
אין קארלין (ירושלים) דאווענט מען פרייטאג צונאכטס מיט א טלית (די גאנצע עולם)
אין סקווירא עסט מען המן-טאשן נאך בדיקת חמץ
אין בעלעד לייגט מען 91 לאמפען אויף די גאס ווען די רבי מאכט חתונה
אין פאפא טוט מען וואס מען טוט אין סאטמאר
(איך האב אמאהל געהערט פון יארמער רב אז ווען די סאטמאר רבי זי"ע איז אוועק כ"ואב. האט מען אין פאפא געבעטען די באשפעער אז די פאפא רבי זאל אויך אוועקגיין פון די וועלט כ"ו אב. נו תפילה עושה מחצה איז ער טאקע אוועק י"ג אב)
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:36 pm
דורך אויסגערוט
איז נישט א טלית פרייטיג צונאכטס א מנהג אין ירושלים??
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:38 pm
דורך הרב_שלום
עסען שמיני עצרת אין די סוכה איז דא זייער אסאך מנהגים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:52 pm
דורך נתן מנחם
אויסגערוט האט געשריבן:איז נישט א טלית פרייטיג צונאכטס א מנהג אין ירושלים??
איהר גייט א טלית אין ירושלים פרייטאג צונאכטס?
איך קען זיך נישט אזוי אויס אין מנהגי ירושלים אבער אין בעלזא, סאטמאר, פאפא, סקווירא, באבוב, וויזניץ, גייט מען נישט. אדרבה! שרייבטס ווי נאך מען גייט יא.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:56 pm
דורך אויסגערוט
ווען מען רעדט פון א מנהג ירושלים מיינט מען נישט די אלע חסידותער דארט, מען מיינט די אריגינעלער ירושלימער
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 3:23 pm
דורך לית דין בר נש
ווי מען גייט יא?
תולדות אהרן תולדות אברהם יצחק דושינסקיא ברסלב פרושים מתמידים תפארת ירושלים
אין איין ווארט יעדע וואס גייט א קאפטען שבת +
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 4:47 pm
דורך געוואלדיג
אויסגערוט האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:אויסגערוט האט געשריבן:און אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
איין פאר די אבות הק׳ וואס קומען אראפ.
שטייט איינער אינטער יענער חופה אדער בלייבט עס ליידיג. טאמער בלייבט עס ליידיג איז דא איינער וואס וואטשט אז די קינדער זאלן נישט ארומלויפן צווישן די זיידעס און זיי שטערן?
זיי פראבירן צו וואטשן מען זאל זיך נישט דרייען אונטער די צווייטע חופה,
איך גלייב אז כהיום מיט די הייטיגע גרויסע משפחות כ"י איז נישט מעגליך צו זיכער מאכן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:13 pm
דורך ירח בן יומו
אויסגערוט האט געשריבן:און אין קאסאן מאכט מען צוויי חופות ביי א חתונה.... קען איינער פשט פון דעם
איז דאס נאר ביי די רבי'ס אדער אויך ביי די חסידים?