בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:23 am
דורך שמעקעדיג
ווי אויך שטיקער ברוכווארג.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:51 am
דורך [NAMELESS]
כ'האף אז זיי זענען גליייך געשטארבען. נישט אויסגעגאנגען ווארטענדיג פאר הילף

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:39 am
דורך שמעקעדיג
לאליפאפ האט געשריבן:40 גופות זענען שוין ריקאווערד פון די שטח ווי מ'גלייבט אז דער פליגער האט געקראכט.

כ'זעה נישט אין ערגעץ אזא נומער. בלויז 2-3 פאסאזשירן האט מען דערווייל רעקאווערד.
מיענטיים, די משפחות וואס האבן געלעכצט פאר אינפארמאציע האבן ווי פארשטענדליך אלע אויסגעבראכן אין יאמערליכע געוויינען, און טייל האבן גע'חלש'ט, ביים הערנדיג די נייעס, נישט קענענדיג גלייבן אז זייערע נאנטע זענען מער נישטא.
די עירליין האט זיך אנטשולדיגט פאר די משפחות און געזאגט אז זיי קענען נישט אויסדרוקן מיט ווערטער זייער צער און ווייטאג פאר די באטראפענע משפחות.
די עירליין האט געברענגט צו די משפחות רעליגיעזע פירער און פסיכאלאגן, זיי צו בארואיגן און טרייסטן.
מערערע לענדער האבן געשיקט הילף צו זוכן די עראפלאנען, אינקלודינג אמעריקע וועלכע האט געשיקט איבער 10 שיפן און העליקאפטערס, ספעציעל געאייגענט פאר אזעלכע פעלער.

ראשעקאל האט געשריבן:כ'האף אז זיי זענען גליייך געשטארבען. נישט אויסגעגאנגען ווארטענדיג פאר הילף

זיי זאגן אז אויב איז דער פראבלעם געווען נאר געווען די שלעכטע וועטער, האבן זיי מסתמא געהאט א לענגערע פיינפולע טויט מיט היבש שרעק; אויב אבער איז עס געווען אן עקספלאוזשען וכדו' דאן זענען זיי אומגעקומען תיכף ומיד.
דערווייל ווארט מען צו טרעפן די שווארצע (אראנדזשע) באקסעס פאר פולע אינפארמאציע.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:42 am
דורך שמעקעדיג
איינע פון די סיבות אז מען האט דא געטראפן גרינג און שנעל דעם פליגער איז, אז די וואסער וואו מען האט עס געפינען איז נישט צו טיף. בלויז בערך 160 פוס.
בעת דער מאלאזיער פליגער וועלכע מען זוכט אין די אינדיען אקעאן איז בערך 100 (!) מאל טיפער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:25 pm
דורך ברעט מענינג
UPDATE: AirAsia just announced they are finishing up pulling all bodies of first class from the water and will start business class and then economy

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:35 am
דורך שמעקעדיג
לצים...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 7:46 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע שטיק פון עראפלעין געטראפן מיט 30 קערפערס

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:36 pm
דורך שמעקעדיג
ברעיקינג. געטראפן די שווארצע באקסעס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:39 pm
דורך שמעקעדיג
די ערשטע רעזולטאטן פונעם וואויס רעקארדער פארציילט אז מערערע אלארמ'ס האבן זיך שארף צוקלינגען ווארענענדיג די פילאטן אז דער פליגער 'סטאלט', ד.ה. ער פארט צו שיעף און גייט טראסקען (אויב פארט עס צו שיעף קען די פליגלען נישט האלטן דעם עראפלאן), עס איז געווען אזויפיל ווארענונג אלארמ'ס אינעם קאקפיט אז מען קען ממש נישט הערן וואס די פילאטן שמועסן צווישן זיך. הגם מען הערט אזויפיל אז זיי טוען כל מה שביכולתם צו ראטעווען דעם מצב.

איין אנאליסט זאגט אז דער אינצידענט איז זייער ענליך צום עיר-פראנס פליגער וועלכע האט אויך געטראסקעט אין ים אריין מיט א 5 יאר צוריק, אומברענגענדיג 228 מענטשן. יענץ האט אויך פאסירט מיט א עירבאס עראפלאן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיטן פארן שיעף ארויף צו שטארק הייבט עס אן סטאלן צוליב וואס דער פליגער פארלירט דעם ספיד וואס ער האט ווען ער פארט גראד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:38 pm
דורך שמעקעדיג
נאך 6 קערפער זענען געפינען געווארן אין ים.
דערווייל זענען שוין 59 (פון די 162) קערפער אפגעפינען געווארן.

בילד