יאיר האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:כמדומה אז מען איז מעריך חכמה מיינט מען נישט אז איינער איז גוט בקי אין א שום זאך. לפי דעם איז דער באל שפילער א גרויסער חכם בחכמת הבאל שפילעריי, און דער טעקסי דרייווער דער גרעסטער חכם אין די אלע גאסען פון שטאט.
נו, אפשר טאקע? מיינסט ס'איז אזוי פשוט צו זיין א בקי בחכמת הבאל? ווייל דאס אינטערעסירט דיר נישט מיינט נישט ס'איז נישט א חכמה.
זיין פיזיש געאיבט אין א שפיל אדער קונסט איז נישט חכמה, דער בעסטער באל שפילער דארף נישט זיין קיין חכם, דער געניטסטער דיאמאנטן שלייפער איז נישט קיין חכם, און דער מוראדיגער מעלער איז נישט קיין מוראדיגע חכם, (אפשר יא, אבער לאו דווקא) אבער איינער וואס האט א גרויסן עקספערטיז אין איינע פון די דריי מקצועת איז יא א חכם. ער דארף נישט 'קענען טון' די אלע, ער דארף האבן די וויסנשאפט, די כללים, און פרטים, די נעמען, טעכניקן, היסטאריע, וכו', און ווי מער מסודר עס איז ביים מענטש אלס גרעסערן חכם.
לויט ווי איך דענק איז דער אלץ געווארן אנגערופן חכם, אין אלע ציוויליזאציעס דורכאויס היסטאריע.
א דאקטאר, א שאמאן אדער א 'זקן' איז געווען דער חכם 'און' דער פראקטיצירער פון זיין חכמה, א פילאזאף אדער וויסנשאפטליכער האט געווענליך נישט פראקטיצירט זיין חכמה נאר געלערנט אנדערע.
דאס וואס חסד איז אוניווערסאל אנגענומען פאר א גוטע זאך איז דווקא יא וויל עס איז פראקטיש און גוט פאר רוב, און חכמה ווייל עס איז באשיינפערליך גוט פאר דער מענטש, גרופע אדער פאלק וואס האט און נוצט עס. ווען חכמה איז א זאך וואס מען קען נישט נוצן אין פראקטישן לעבן וואלט עס נישט געווען אוניווערסאל אנגענומען אלס א גוטער זאך, דאס זעלבע מיט חסד.
(איך מיין נישט אז חכמה אדער חסד מוזן זיין אין יעדן פאל, פאר יעדן אינדיווידואל א בעניפיט, איך רעד נאר פארוואס דער הסכם העולם איז אז זיי זעען גוט).