בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:04 pm
דורך בן תמליון
באמת אין א דילעמא. כאטש א האלבן דאזן זעה איך אויף די זעלבע ליניע. איך שפיר וועלן נאר פאר דריי וועט בעול'ען די אנדערע וואס האבן אריינגעלייגט קאפ און הארץ פונקט אזוי. וואס טוט מען?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:34 pm
דורך דריידל
א גוט ווארט

אוי חנוכה

טב למיתב

די לשון קודש'ע זענען ביי מיר נישט געווען קיין אפשען ווייל כ'האב פשוט נישט געהאט קיין נערווען זיך צו ברעכן קאפ דערויף. ס'איז יתכן אז ס'ליגט דארט אפשר מער כוחות, אבער איימסארי אז איך געפון מיך דא אין ק"ש ווייל איך ענזשוי א פלאץ ווי מ'פארברענגט אויף מאמע לשון. בכלל בין איך א קנאפער מבין אויף פאזיע, סא טאמער האב איך נישט געשטימט פאר אייער ארטיקל דארפט איר נישט ווערן אפענדעט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:38 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]הערשי[/tag],

אמרתי און ימי בינה האבן ביידע באקומען עקסטענסיוו ביאורים, בכמה אנפין, סיי פון אנכי הדל און סיי פון לעיקוואד, ועוד.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:44 pm
דורך הערשי
נישט אויף אלע שורות, און נישט מכוון געווען אינגאנצן לפי האמת, לפי דעתי.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:51 pm
דורך נעגאשיעיטאר
"ימי בינה" הוא פיוט מסוג אחר!

נראה לי אשר לא אחר מ"דונש" בעצמו התגלגל לכאן לתרום לנו את הימי בינה... חבל שיש שלא מבינים את לב המתפייט בלשון הקודש. איזה חן יש לפיוט מקצועי בשפה שבה ניתנה התורה!

השני בתור, עבורי, הוא "השבינו". יפה מאוד בסגנון ובטעם נעים.

כל השאר, לטעמי בלבד, הם בדרגת מצוה טאנץ גראמען, בלי כושר פיוטי כלל, ולכן לא הצבעתי זולת על השנים האלו.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 11:56 pm
דורך אפטעמיסט
אשאל לך שאלה ידידי המתווח, איך הכניסו אותך אל תאי הבחירות, הלא אין לך העשרים תגובות הנדרשים?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:00 am
דורך פישלע העררינג
אפטעמיסט האט געשריבן:אשאל לך שאלה ידידי המתווח, איך הכניסו אותך אל תאי הבחירות, הלא אין לך העשרים תגובות הנדרשים?

ער האט בייגעשטייערט איינער פון די 36 שושנים. זעה די ליסטע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:37 am
דורך אפטעמיסט
אבטולמוס האט געשריבן:ווייל כ'בין אליין נישט קאנפידענט מיט מיין אויסוואל


וואו איז "פראדאקטיוו" ווען מ'דארף זיי?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:43 am
דורך מצטמק ויפה
א גוט ווארט, שטארקע נקודה.

שובה/השבינו, גוט אויסגעלייגט און שיינע גראמען.

טב למיתב, רייך און שיין צולייגט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:01 am
דורך יואב
אשאד מ'קען נאר שטימען פאר דריי. איך האב געברויכט שטיין און וועלן עידית מעידית.

נאך א לענגערער זיצונג מיט אני הקטן בכבודי ובעצמי האב איך דערלאנגט מיין שטימע נומער איינס פאר "בני בינה". א הערליך שטיקל, שטארק פאעטיש, רייכע שפראך, טיף און שיין מסודר.

או חברותא האט פשוט גערעדט צו מיין הארץ, האט די פאעמע באקומען מיין צווייטן קליק.

פארן בית הכבוד האב איך געשטימט ווייל ער איז דער קאנדידאט וועמען איחוד הרבנים און יונייטעד-רבינו-תם גאטקעס האבן אינדארסירט און באפוילן טף וזקנים אפגעבן זייערע שטימען משום הכרת הטוב. דער קאנדידאט וואס האט אונז געהאלפן, העלפט אונז און וועט ווייטער שטיין צו דער רעכטער האנט פון אנ"ש מיט א געטריישאפט. מפי השמועה האט ער זיך אויסגעדריקט די וואך ביי א בליץ-באזוך אצל קאק אדמו"ר שיט"א גרויס פארשטענדעניש צו אונזערע ספעציעלע געברויכן, און האט פארשפראכן צו צושטעלן מער בודקעלעך און שטערקערע עקזאסטינג-כוחות דורכאויס שבתים וימים טובים ווען כלל ישראל איז זקוק לסייעתא דשמיא מרובים.

טב למיתב איז געווען א קאנדידאט וועמען כ'האב מתחילה שטארק אין אכט גענומען, זיינע שטעלונגען האבן אויסגעקוקט צו אדרעסירן מיינע אינטערעסן. זייענדיג אבער שוין אויפ'ן וועג צו דער שטים-בודקע האב איך געטריפט אויף פאשקעווילן וועלכע האבן געשריגן מיט פיר-קאנטיגע אותיות אז דער טב שטיצט תועבה בפומבי און צו שטימען פאר עמען איז בהרג ואל יעבור.

שפעטער האב איך געכאפט אז ס'איז בלויז געווען א מיטל פון voting intimidation, אבער ווי זאגן זיי, מ'קען מער נישט צוריקדרייען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:04 am
דורך בשבילי!
איך האב מורא אז דו האסט געשטימט פארן בית הכבוד פאר מער פערזענליכע סיבות...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:18 am
דורך אפטעמיסט
עפעס שמועסט מען אויף ק"ש וואטסעפפ גרופע אז נידערמאן ארבעט אויף א בלאק-וואוט. איינער קען באשטעטיגן?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:12 am
דורך כוכב
במר נפשי אבקש פון יעדע איינציגסטע ניק, גייט ארויס שטימען, נעמט אנטייל אין די וואלן, כ'קען נישט יעצט מאריך זיין מחמת קישוי השעבוד, אבער נעמט דאס נישט פאר לייכט, אויב האט איר נאכנישט געשטימט גייט שטימען.
טענקס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:23 am
דורך אפטעמיסט
דער מערכת שטעלט צו פרייע טראנספארטאציע צו די שטים בודקעס. עסקנים וטובי הציבור זענען גרייט צוצוהעלפן די וואס זענען נישט קיין רעגיסטרירטע וויילער. געדענקט! יעדע שטימע איז קריטיש וויכטיג. א שטימע פאר רעמפא איז א שטימע פאר זיך. פאר מער דריקט דריי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:30 am
דורך רויטע וואנצעס
איך זעה כוכב קען נישט מאריך זיין, ער איז שוין הייזעריג פונעם קאמפיין, וועל איך נעמען די מייק:

טייערע ברודער כלנו בני איש אחד! איך שרייב צו אייך היינט מיט זודיגע טרערן, ציטערדיגע הענט און א פעדער פון א בת היענה,

גייטס ארויס שטימען!!!

דער עתיד פונעם שטיבל איז אין אייער הענט! דער עתיד פון די מושג קאווע איז אין אייער הענט! דער עתיד פון עמעזאן איז אין אייער הענט! דער עתיד פון נאך פארמעסטן ליגט אין אייער הענט! דער עתיד פון כוכב זאל מיט אונז בלייבן, ליגט אין אייער הענט!

נארמאל איז אומלעגאל פאר טויטע צו שטימן, אבער מיט ספעציעלע ערלויבעניש האבן מיר ארלעדיגט ביי די באהערדע אז אפילו טויטע אדער פארשלאפענע ניקים קענען שטימן. איש בל יעדר! יעדער וואס איז 20 תגובות אלט און העכער איז בארעכטיגט צו שטימן!

שטימטס אין די מאסן!!!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:38 am
דורך מאטי
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:53 pm
דורך דריידל
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:09 pm
דורך ברסלבער
שוין אפגעגעבן די שטימע פאר די ערשטע צוויי רונדעס וואלן. איך האב געשטימט פאר די פאעזיעס וואס האבן די מערסטע גערעדט צו מיין הארץ. די פינקטליכע אויסוואלן זענען אפגעהיטן ביי די רעדאקציע, משום עינא בישא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:18 pm
דורך פלאוויוס
אבטולמוס האט געשריבן:עס איז מיר בכלל נישט גרינג געווען אויסצואוועלן דריי פון די 12. קודם האב איך געקלערט צו לייגן אין א זייט די פאעמעס פאר וועלכע איך וועל זיכער נישט אפגעבן מיין שטימע, אבער נאר צוויי האב איך געקענט שטעלן אין דער קאטעגאריע... יעצט וויאזוי וועלט מען אויס דריי פון צען קינסטליכע ווערק?

שטימען מוז מען דאך, און בלית ברירה בין איך ארויסגעקראכן מיט מיינע ענדגילטיגע דריי, אבער כ'בין גארנישט אזוי זיכער אז אויב כ'וועל מארגן איבערקוקן וועל איך נאכאמאל האלטן אז דווקא די דריי דארפן קענען געווינען.

וועל איך דעריבער נישט מגלה זיין פאר וועלכע דריי איך האב געשטימט, ווייל כ'בין אליין נישט קאנפידענט מיט מיין אויסוואל.

גלייכצייטיג וויל איך באגריסן די ערנסטע באלוינונגען וואס כוכב האט דא אהערגעשטעלט. דאס איז א שטארקער סורפרייז, און א "טשערי אן דה קעיק".


דאס איז אקוראט וואס איך פיל!! כ'דריי מיך מיט ייסורי חרטה פאר'ן נישט שטימען פאר דעם אדער פאר יענעם. את הנעשה אין להשיב, בין איך מיך מצטרף צו דיין גילוי דעת.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:20 pm
דורך פישלע העררינג
מיין גרעסטע דגוש גייט פאר "קונסט". קונסט מיינט אז סיי עס איז קונסטלעך און סיי עס איז פארשטענדלעך.

אבער געקונסטלט מוז עס זיין.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 4:59 pm
דורך שמעקעדיג
איך גיי מיט דריידל'ס מהלך, איך שטים נישט, איך פייף אריין אין דעם חוב קדוש גענוי ווי מיינע רבי'ס האבן מיר געלערנט זינט די וויגעלע, בכלל גלייב איך שוין נישט די אלע הבטחות, הערסטו, "א שטימע פאר מיר", כ'מיין, יענער וויל אן עמעזאן קארטל ממילא זאל איך זיך יעצט גיין ברעכן קאפ אויף פאעיעס און חרוזים וועלכע איך פארשטיי נישט צו זיי?, כ'פארשטיי נישט צו פאליטיק און וואלן, און נישט צו קיין שמאעזיעס. ביטע לאזט מיר ארויס, הערט אויף צו רופן מיין טעלעפאן יעדע 5 מינוט, ובזה יצאתי, לטב ולחיין ולשלם אמן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:03 pm
דורך כוכב
כהאף סאיז נאר סארקאסטיש. עס איז חיוב גמור פאר אלעמען צו שטימען איש וביתו (אויב זי האט א ניק... )

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:10 pm
דורך דריידל
אוודאי געוויס. איך האב מיך געטרויט ארויפצולייגן דעם איסור קעגן בחירות בלויז נאכדעם ווי כ'האב קלארגעשטעלט אז איך האב שוין אפגעגעבן מיין שטימע.