בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:19 pm
דורך קאצקע ציקער
כוכב האט געשריבן:לכאורה זאל מען עס האלטן בסוד, אבער אולי זאל מען אנפרעגן נהורא אדער יאיר צי ס'איז יושר. איך בין שוין צעמישט.

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז טאקע די סיבה פון בכלל האלטן בסוד די נעמען פון די שרייבערס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:23 pm
דורך שעפטל
ישראל קאפקע האט געשריבן:די באלדס זענען די וועלכע דו האסט אויסגעוועלט, זעט זיך אויס אז דו האסט א גוטע נאז.

לפי דעת [tag]יאיר[/tag] האט דאס שוין גארנישט מיטן נאז... ס'איז מער א מציאות...
יאיר האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.


***

קאצקע ציקער האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, וואס איז טאקע די סיבה פון בכלל האלטן בסוד די נעמען פון די שרייבערס?

ס'קומט דאך נאך א ראונד. ס'איז בעסער צו שטימען פארן פאזיע ווי פארן שרייבער...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:23 pm
דורך ונבנתה העיר
אפשר האט זיך די פאעזיע וואוט פשוט צוטיילט צווישן די טיעפערע, בבחינת divide the vote.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:24 pm
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

און א שיין פראצענט וואס אפילו זיי נייטיגן זיך נישט און א גוט ווארט, שלום בית איז נישט ממש ווי די אידן מיט דער תורה, צום בית כסא אבער וועלן אלע זיך אונטערגעבן. דאס פארשטייען אפילו די נישט מבינים. בית כסא האט אנגעצויגן אזויפיל ווי צוויי און פרעציג שטימען. סארא בושה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
לעיקוואד, דאס איז די מציאות, ס'מיינט נישט אז ס'ריכטיג. בכלל איז דא א שיינע עולם וואס איז דא נישט זיך עפעס צו לערנען אדער שטייגן, זיי זענען דא זיך אויסצוטשוכן, אן ניצן איין עקסטער אונס פון טראכטן. אויך אין פאליטישע וואלן זעהט מען דער עולם וואוט פאר דער בעסטער פשוטעסטער גוטע קאמיוניקעטער, נישט דער גרעסטע חכם.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:25 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך האב געשטימט פאר
א גוט ווארט
נהי בכי
שובה השיבנו

בין איך גענוג קלוג? א נער? א אויבער חכם? גוטע שלום בית?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:27 pm
דורך לעיקוואד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:לעיקוואד, דאס איז די מציאות, ס'מיינט נישט אז ס'ריכטיג. בכלל איז דא א שיינע עולם וואס איז דא נישט זיך עפעס צו לערנען אדער שטייגן, זיי זענען דא זיך אויסצוטשוכן, אן ניצן איין עקסטער אונס פון טראכטן. אויך אין פאליטישע וואלן זעהט מען דער עולם וואוט פאר דער בעסטער פשוטעסטער גוטע קאמיוניקעטער, נישט דער גרעסטע חכם.

אז דאס איז די מציאות ווייסט יעדער.. איבער דעם בין איך דא מסביר זיין אז עס האט נישט קיין פשט אזוי.. אויב עס איז דא צו וועם צו רעדן איז א צווייטער חקירה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:28 pm
דורך אפטעמיסט
א שטיקלע פלא אז דער עולם האט אזוי בויקאטירט די לשה"ק פאעזיעס.

יאיר זאגט אבער גוט. כ'קען מיר נאר פארשטעלן וויפיל שטימען א פאעמע אין לשה"ק קעגן די נשים חושקניות וואלטן אנגעצויגען!

הייל אידיש, הייל אידיש!!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:29 pm
דורך ונבנתה העיר
יואב האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

און א שיין פראצענט וואס אפילו זיי נייטיגן זיך נישט און א גוט ווארט, שלום בית איז נישט ממש ווי די אידן מיט דער תורה, צום בית כסא אבער וועלן אלע זיך אונטערגעבן. דאס פארשטייען אפילו די נישט מבינים. בית כסא האט אנגעצויגן אזויפיל ווי צוויי און פרעציג שטימען.

פונקט האט מיר איינער געשריבן ווי שוואך (נע, שבח) דער בית הכסא איז, ווי זאגט טשורטשיל: some chicken...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:30 pm
דורך ונבנתה העיר
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר
א גוט ווארט
נהי בכי
שובה השיבנו

בין איך גענוג קלוג? א נער? א אויבער חכם? גוטע שלום בית?

א צובראכענער בעל תשובה...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:30 pm
דורך יאיר
רויטע וואנצעס האט געשריבן:לעיקוואד, דאס איז די מציאות, ס'מיינט נישט אז ס'ריכטיג. בכלל איז דא א שיינע עולם וואס איז דא נישט זיך עפעס צו לערנען אדער שטייגן, זיי זענען דא זיך אויסצוטשוכן, אן ניצן איין עקסטער אונס פון טראכטן. אויך אין פאליטישע וואלן זעהט מען דער עולם וואוט פאר דער בעסטער פשוטעסטער גוטע קאמיוניקעטער, נישט דער גרעסטע חכם.

דעמאלט זאל מען שרייבן אונטער דעם אייגענעם נאמען און מאכן געהעריגע פאליטישע קאמפיינס, ווי פישעלע האט פארגעשלאגן. מען קען ארויסשטעלן קאלירטע פלאקאטן מיט באמבאסטישע פראזן ווי "לויפט און שטימט פאר יאיר'ס פאעם!!!!" "בית הכבוד!!! בית הכבוד!!! קומט שטימען פאר בית הכבוד!!!!"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
ישראל קאפקע האט געלאביעט אז מ'זאל נישט אפגעבן די בחירות פאר די העברעישע פאעזיעס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:32 pm
דורך אפטעמיסט
איך פיהל יעצט ווי בעני פאלעטשאק נאך א וואל-קאמפיין. איינער האט טיילענאל?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:33 pm
דורך יאיר
ס'איז לכאורה נישט די לשון הקודש, נאר דער עולם האט פשוט נישט פארשטאנען די לשון הקודש פאעמס האט מען זיך אפגעהאלטן פון שטימען. דער שאון השעון וועט מן הסתם יא זיין א געווינער אדער א לויפער-ארויף.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:33 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

און א שיין פראצענט וואס אפילו זיי נייטיגן זיך נישט און א גוט ווארט, שלום בית איז נישט ממש ווי די אידן מיט דער תורה, צום בית כסא אבער וועלן אלע זיך אונטערגעבן. דאס פארשטייען אפילו די נישט מבינים. בית כסא האט אנגעצויגן אזויפיל ווי צוויי און פרעציג שטימען. סארא בושה.

יואב: איך שעם מיך טאקע. פליס קוק נישט. דו זעהסט נישט ווי מיין פנים פלאמט פאר בושה. אבער איך האב דאך געשטימט פאר "בית הכסא" אלס איינס פון די בעסטע פאעמעס דא... :lol: :roll: ...או.קעי... :oops:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:34 pm
דורך שמעון וואלף
קאצקע ציקער האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:לכאורה זאל מען עס האלטן בסוד, אבער אולי זאל מען אנפרעגן נהורא אדער יאיר צי ס'איז יושר. איך בין שוין צעמישט.

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז טאקע די סיבה פון בכלל האלטן בסוד די נעמען פון די שרייבערס?


אז מ'ווייסט די נעמען וועט מען זיין סאבזשעקטיוו ביים וואוטן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:35 pm
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:ס'איז לכאורה נישט די לשון הקודש, נאר דער עולם האט פשוט נישט פארשטאנען די לשון הקודש פאעמס האט מען זיך אפגעהאלטן פון שטימען. דער שאון השעון וועט מן הסתם יא זיין א געווינער אדער א לויפער-ארויף.

איך בין רוב זיכער אז וואלט די קונסטליכע פאעמע "אמרתי" געשריבן געווארן אין א לויטערן לשון קודש, נאכמער אזוי אויב וואלט דאס פיי ווארט זיך נישט געטראפן דארט, וואלט דאס אנגעצויגן מער ווי 19 וואויטס. איז עני וואן מיט מיר?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:36 pm
דורך לעיקוואד
די חכמים שפילען sour grapes ווי sore losers ווי געווענטליך :oops: ;) ..

כ'האב געטראפען אין קומראן א פסוק פון משלי יאיר שטייט אזוי:
לאך נישט פון יענעם נאר ווייל ער איז נארישער פון דיר, ער וועט נאך געווינען די וואלן און דיר ארויסווארפען פון שטאט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:36 pm
דורך ישמעאל הכהן
יאיר האט געשריבן:דער שאון השעון וועט מן הסתם יא זיין א געווינער אדער א לויפער-ארויף.

I don't think so

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:38 pm
דורך יאיר
איך האב גראדע געשטימט פאר'ן בית הכבוד פאעם. איך האלט אז עס ליגט דערין פאעטישע טאלאנט און איז נישט סתם אבי גראמען.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
לא לחכמים לחם. פארוואס? ווייל די עולם גולם פארשטייט נישט און קויפט נישט זיין ארט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:44 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:לא לחכמים לחם. פארוואס? ווייל די עולם גולם פארשטייט נישט און קויפט נישט זיין ארט.

רויטע וואנצעס: איך ווינטש איהם אריכת ימים ונשים. אבער דער פאקט איז אז אלע גרויסע ארטיסטן זענען ביי זייער לעבן געשטארבן 3 מאל א טאג פאר הונגער. ערשט נאך זייער מאה ועשרים האט מען אנגעהויבן אפצושאצן זייער ארטיסטישן טאלאנט. למשל דער האלענדישער ארטיסט וואן גאוגה.. (גאו) איז געשטארבן פאר הונגער. ער האט נישט געקענט באקומען קיין ח"י צ"ל פאר זיינע מאלערייען. ערשט נאכדעם וואס ער איז געשטארבן האבן זיינע ווערק זיך פארקויפט פאר מיליאנען...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:45 pm
דורך יואב
נישט אז איך האב עפעס דערקעגן דאס פיי ווערטל חלילה וחס. אבער ס'ווענד זיך אין וועלכער משפחה דו לייגסט דאס אריין. אז וויל איך שטימען פאר א שיינעם פיוט אויף לשון קודש, האט דאס מיך באלד אוועקגעשלעפט. ס'באלאנגט נישט דארט. מ'קען נישט גיין א ברייט-ברומיגן פלאכן הוט ווען דאס רעקל לאזט זיך איז אין בעסטן פאל אויס דארט ווי אנדערע האלטן גאר דעם גארטל. ( לעיקוואד לכאורה וועט האלטן אז יא, איך בין נישט מחולק מיט עמען פון א פונדעמענטאלן קוק-ווינקל.)

אויב וואלט דאס געווען אין דער טב פאעמע צום ביישפיל, אדרבה, גיב צוויי.