בלאט 2 פון 6

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:02 am
דורך לעיקוואד
וואס איז דער געדאנק פון דער אשכול?

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:41 pm
דורך קאווע טרינקער
דער ארימע בחור'ל, היינט קוים א 40 יעריגע מולטי מיליאנער, אייזנרייך פון פלעטבוש מאכט יעצט א מיליאן דאללער חתונה ערגעץ אין די נארט וויליאמסבורג געגענט.
איך בין נישט געלאדענט

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:אז מ'נענט נישט קיין PHOTOGRAPHER פאר די שמחה דארף מען שוין נישט האלב פון די לוקסוס, ווייל סייווי גייט קיינער נישט געדענקן ווי אזוי ס'האט אויסגעזען.

און אז מ'מאכט נישט קיין שמחה בכלל דארף מען ניטאמאל די אנדערע האלב לוקסוס

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:20 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער ארימע בחור'ל, היינט קוים א 40 יעריגע מולטי מיליאנער, אייזנרייך פון פלעטבוש מאכט יעצט א מיליאן דאללער חתונה ערגעץ אין די נארט וויליאמסבורג געגענט.
איך בין נישט געלאדענט

אפשר קענסטו געבן מער דעטאלן ווער שער ארימע רייכע פלעטבושער בחור איז

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 1:02 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:02 am
דורך [NAMELESS]
נא, קיינער ברענגט נישט פיקטשער'ס פון די מיליאן דאללערדיגע חתונה היינט נאכט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:11 am
דורך גראף
איך האב באקומען בילדער און קליפס, אבער אפילו איך פארגין עם, כל הכבוד, ס'איז זײן געלט, פארעקלט
עס מיר. נישט נאר די חתונה, נאר בכלל די אלע שמחות װאס מען קטנ'ט אויס אסטראנאמישע סכומים אלץ
כדי יענער זאל עפענען אפאר גרויסע אויגן.

נאכאמאל, איך רעד נישט װעגן עם. איך הער ער איז א גרויסע בעל צדקה, אבער די אשכול בכלליות סאם
טײמס גײט ארײן אין "זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!"

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:34 am
דורך [NAMELESS]
ווער וואס ווי ווען??? לייג ארויף פיקטשערס

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:40 pm
דורך קאסטנער
עזריאל האט געשריבן:ווער וואס ווי ווען??? לייג ארויף פיקטשערס


געזען (ביי יענעם נישט אויף ארויפצילייגן) אין איך טראכט אז עס איז שוין לכו"ע אריבער אלע גרעינצן,

סשיינט ווי ער האט פארלאנגט פין די פלעינערס זאלן אים צישטעלען אפאר אפשענס אין ער האט אויסגעקליבן די וועלכע האט געקאסט די מערסטע, איך גלייס מען רעד פין א אינטערסאנטע אידל סא האט מען זיך ניט אויף וואס צו עסן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:09 pm
דורך פליקער
דולה ומשקה האט געשריבן:עס פעהלט דער מסכת נדה גמרא... (יתכן נוסח אכשרדרא, קען דאך אבער נישט זיין...)

עכ"פ מ'דערקענט וועלעכע גמרא'ס ער לערנט מער אין וועלעכע ווייניגער, אין וועלעכע מ'זעהט שוין דער שימעל פון אויבן.


איינער איז געוועין ביטער הינגעריג און ער האט זיך א ווארף געטיען אויפן נדה גמרא און איר איינגענימען

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:49 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
this is from the million $ wedding

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:50 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
more from the wedding

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:54 pm
דורך לית דין בר נש
איך מעג וויסן פארוואס מען רעדט דא מיט קאוד"ס (מיליאן דולר חתונה)?
דער מענטש וואס האט געמאכט די חתונה בייסט אויב מען שרייבט זיין נאמען?
פליז שרייבטס א נאמען! יא איך ווייס נישט ווער עס האט נעכטן חתונה געמאכט פאר מיליאן דולר!

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:58 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
אייזנרייך [פלעטבוש]

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:04 pm
דורך לית דין בר נש
שוין איז דען א ווינדער?
ער הייסט אייזן רייך און איך הייס לית דין

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:33 pm
דורך Big Boy
In my opinion, a simcha that’s “too nice” takes away from the simcha. People are just busy looking at decoration/singers/music/dresses/suits and they don’t focus on the simcha. If someone has money, they should make nice simchas. But when it’s overdone it loses the “chein”.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:43 pm
דורך שמעקעדיג
עס קען זיין אדער כבוד, ד"V ער איז מער אינטרעסירט אין כבוד ווי אז מען זאל זיך פריען מיט זיין שמחה, אדער קען עס זיין א גוטער רצון צו מהנה זיין זיינע געסט די שענסטע וואס ער קען זיך ערלויבן, ער האט דאך געלט, און ער איז ערלויבט צו שפענדן כפי ראות עיניו, וויל ער זעהן אלע באטייליגטע אויפגעלייגט, עקסייטעד מיט א שמייכל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 7:14 pm
דורך איך אויך
אנדערע מאל קומט עס כדי צו פארדעקן אויפן קרן וד''ל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 7:28 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז דער? און ווי איז עס פאר געקומען?

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:05 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:עס קען זיין אדער כבוד, ד"V ער איז מער אינטרעסירט אין כבוד ווי אז מען זאל זיך פריען מיט זיין שמחה, אדער קען עס זיין א גוטער רצון צו מהנה זיין זיינע געסט די שענסטע וואס ער קען זיך ערלויבן, ער האט דאך געלט, און ער איז ערלויבט צו שפענדן כפי ראות עיניו, וויל ער זעהן אלע באטייליגטע אויפגעלייגט, עקסייטעד מיט א שמייכל.

זאלסט מיר זייער אנשולדיגן, אבער אזא איבערגעטריבענע עקסטעוועגאנטע שחצנות ווייזט אויף מחלות הנפש. דאס גייט נישט אריין אין גדר פון נארמאל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 1:00 am
דורך chusid
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AnJVAbMOXUQ[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qBhZ_KgXfvQ[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uN2suBv-3AA[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PjbRrqm16qk[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=H991IZEnvL4[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=As55OyBGkDA[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DYCxsRzIpaA[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vZBrIDLGH9o[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Np6g-KYiIgo[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Fo_r5YZ6YJg[/youtube]

נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:20 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:זאלסט מיר זייער אנשולדיגן, אבער אזא איבערגעטריבענע עקסטעוועגאנטע שחצנות ווייזט אויף מחלות הנפש. דאס גייט נישט אריין אין גדר פון נארמאל.

שוין אז דו האלטסט אזוי, מי יבא אחרי המלך... זאגסטו אז דו ווילסט נישט געפריווט ווערן מיטן נסיון העושר..?

נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:19 am
דורך געפילטע פיש
איך בין גערן מסכים געפריווט צו ווערן, ווייל כ'ווייס אז איך וועל קיינמאל נישט טוהן אזעלכע זאכן. מאך דיך נישט נאריש, דו קענסט אין איין מינוט אנווייזן וועלכע יונגעלייט אין בעסמעדרעש וועלן מאכן אזעלכע שמחות אויב ווערן זיי רייך, און וועלכע וועלן נישט. ס'האט מער מיטן פסיכא פונעם מענטש ווי מיט וויפיל געלט מ'האט.