בלאט 2 פון 6

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 12:15 pm
דורך יידל
כוכב האט געשריבן:גוט מארגן.

?

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 12:19 pm
דורך כוכב
viewtopic.php?p=275080#p275080

עיין שם ואילך.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 12:28 pm
דורך יידל
אה, נישט באמערקט.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:28 am
דורך שצם_חנכל
דער פותח האשכול האט טאקע געעפענט דעם שמועס איבער רעקאמענדירטע טשענעלס - און אגודלים צו אים פארן מיר פארשטעלן א נייע וועלט - אבער צומאל ווילט זיך לאזן וויסן דעם עולם איבער א ספעציפישע אינטערעסאנטע עפיזאד וואס איז געווארן געליפטערט אין א שוין-פון-פריער רעקאמענדירטע שוי. ובזה החלי, עס איז שוין געווארן דערמאנט דא די באקאנטע שוי "Fresh Air" פארגעשטעלט דורך הרבנית צירל גראס שתחי׳ מיט א אידישע טעם און ענות חן; רביצין גראס איז אויפגעוואקסען אין ברוקלין און ווערט היינט פארעכענט אלץ איינע פון די גאר גוטע אינטערוויורינס צוליב איר אייגענארטיגע סטיל, די פארשידענארטיקייט פון די אינטערוויוס און בעיקר פאר איר גרינטליכע פארשטאנד אין די ווערק און לעבן פון אירע געסט. זי לייגט אריין עטליכע שעה דורכצוטון די בוך אדער מאווי איבער וואס די שמועס וועט זיך באציען און אירע אינטערוויוס זענען טאקע גאר רייך און אינפארמאטיוו.

על כל פנים, מיט עטליכע וואכן צוריק האט זי געכאפט א שמועס מיטן ישראל׳ישער קורצע נאוועלן שרייבער אתגר קרת. אתגר איז שוין מערערע מאל ערשינען אויפן פראגראם אבער דאסמאל האט ער אביסל מער דערברייטערט איבער זיין פערזענליכע לעבן וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר היימישע אידן. דער שמועס האט זיך באצויגען צווישען אנדערע איבער זיין יוגענט אלס קינד פון האלאקאוסט איבערלעבער, זיינע באציאונגען מיט זיין שוועסטער וואס איז היינט אן אולטרא-ארטאדאקסישע אידענע, און זיין בליק איבער חרדים אין אלגעמיין, דאס זענען טעמעס וואס זענען רעלעוואנט פאר אונז - חסידים און אייניקלעך פון האלאקאוסט איבערלעבער - און עס ווערט אראפגעלייגט דורך ר׳ אתגר מיט א געשמאקער שפראך און א בא׳חנ׳טער איזראעלישן אקצענט.

הערט און האט הנאה:
http://www.npr.org/2015/06/16/414896816 ... d-survival

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 8:25 am
דורך שצם_חנכל
צוליב מיינע פארצווייגטע געשעפטען קומט מיר אויס נאכצופאלגען פארשידענע פאדקעסטס אבער דאסמאל וועל איך רעקאמענדירן א צווייטע עפיזאד פון די זעלבע שאו דורך א אנאנדערע האוסט.

Adam Benforado - א ליגעל סקאלער - האט לעצטענס אויפגעדעקט אין זיין נייע בוך - Unfair; וויאזוי פאליציי אויספארשונגען און געריכטליכע טרייעלס ווערן אסאך באיינפלוסט פון אזוינע פאקטארן ווי ראסע, שיינקייט, כאריזמע און זעלבסטזיכערקייט פון די אנקלעגער, אנגעקלאגטע, אדער עדים. ווי אויך די מוד פון די ריכטער/אויספארשער/דזשודי שפילט א שטארקע ראלע און די ארויסקום. Dave Davies כאפט אן אינטערעסאנטע שמועס מיט אדם׳ן און גייט איבער עטליכע פונקטען פונם בוך. דורכאויס די ערשטע האלב פונם אינטערוויו איז מיין איינציגסטע מחשבה געווען ״גוט מארגען יונה״ אויך מיר אן אויפדעקונג, אבער שפעטער אינם שוי גייט דער שרייבער אריין אין א ״ואתה תחזה״ יתרו mode מיט אזוינע עצות ווי א ווירטואלע געריכט מיט אוועטארס און די ריכטער אלץ מאדערעיטארס. די שמועס איז thought provoking פאר די וואס האבן זיך מייאש געווען פון א מער פערפעקטע יוסטיץ סיסטעם און דער בוך ליגט ערגעצוואו אויף מיין צו-ליינען ליסטע.

דער שמועס איז ספעציעל אינטערעסאנט פאר די וואס פאלגען נאך פון דערנאנט חרדישע אידן ביי טרייעלס און אויך פאר די וואס האלטען נאך מיט די Undisclosed פאדקעסט.

הערט און האט הנאה:
http://www.npr.org/2015/07/06/418585084 ... ice-system

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 9:28 pm
דורך שצם_חנכל
לאו דוקא רעקאמענדירט - באזירט אויף די ערשטע עפיזאד - אבער דאך אידיש און ניי.

Tablet magazine שטעלט פאר א נייע פאדקעסט Unorthodox וואס וועט באשטיין פון עטליכע סעגמענטס פון אנאליזן אויף אידישע נייעס איבער די וואך, אינטערוויוס מיט אידישע ארטיסטען און נייעס מאכער, און א וועכענטליכע שמועס מיט א גוי איבער אידישע ענינים.

די וואך קען הערן צווישען אנדערע נאך אביסל [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] איבער די טראגישע אומקום פון מרת פייגי מאיער ע״ה און א לאכעדיגע שמועס מיט AJ Jacobs.

רעקאמענדירטע פאדקעסטס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:17 pm
דורך ירא שמים
די וואך נעמען זיי זיך אהן פאר די מוסדות קעגן די קלאגעס פון מאסטער , סאיז אויך אינטערעסאנט ווי די אידן דארפן דאך זיכען מיט וואס זיי זענען אידן אמאל טרעפן זיי אויס ווי א איד דארף אויסזען און אמאל טרעפן זיי אויס עפעס וואס הייסט א אידישע כאראקטער .

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
פאדקעסט דורך Jew in the city, מיט Emily stern. פרומע ארטאדאקסישע טאכטער פון ראדיא פערסענאלעטי Howard Stern.

ארטיקל אין די אלגעמיינער. http://www.algemeiner.com/2015/11/09/ho ... f-dating/#

רעקאמענדירטע פאדקעסטס

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 11:36 pm
דורך ירא שמים
איינער ווייסט אפשר א גוטע נייעס פאדקעסט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:23 am
דורך [NAMELESS]
כ'האלט עס נאך אינמיטן עקספלארן און ס'איז נישט בחנם, אלזא איך קען עס נאכנישט רעקאמאנדירן, אבער ביטע אויב איינער ווייסט וועלעכע סעריע איז אינטערעסאנט דארטן זאל ער ביטע מעלדן, ייש"כ.
http://brainsciencepodcast.com

Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:כ'האלט עס נאך אינמיטן עקספלארן און ס'איז נישט בחנם, אלזא איך קען עס נאכנישט רעקאמאנדירן, אבער ביטע אויב איינער ווייסט וועלעכע סעריע איז אינטערעסאנט דארטן זאל ער ביטע מעלדן, ייש"כ.
http://brainsciencepodcast.com

איך קען נישט די ספעציפישע פאדקעסט אבער קענסט עס טרעפן בחנם אויף יעדע פאדקעסט עפפ עפל'ס פאדקעסט עפפ גוגל פלעי מוזיק וכדו'

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 12:10 pm
דורך קאמענטירער
איינער ווייסט וויאזוי מען דאונלאודט די פאודקעסטים/שיעורים אויפן פאון?

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 12:14 pm
דורך תנחום
רוב פאדקעסט אפליקאציעס פארמאגן די דאזיגע אפציע

Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 5:26 am
דורך טרויבן88
קאמענטירער האט געשריבן:איינער ווייסט וויאזוי מען דאונלאודט די פאודקעסטים/שיעורים אויפן פאון?

טשעק אויס די עפפ, עס איז מוראדיג
https://play.google.com/store/apps/deta ... castaddict

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 5:38 pm
דורך מונטסורי
א חבר מיינער האט מיר וויילע צוריק רעקאמענדירט היסטאריע פאדקעסטס, איך האב אנגעפאנגען אויסצוהערן און דערווייל נישט אויפגעהערט, עס טוט מיר ממש באנג אז איך האב נישט געהערט דערפון עטליכע יאר צוריק, אלזא לאמיר מיטטיילן מיט די חברים דא און אפשר וועט איינער הנאה האבן דערפון.

״היסטאריע פון רוים״
טאקע נישט דער זיידע פון אלע היסטאריע פאדקעסטס, אבער דאך איינע פון די גאר פריע און האט מסתמא אינספירירט רוב פון די שפעטערע היסטאריע פאדקעסטס. די פאדקעסט ציט זיך פון רוים׳ס פארנעפעלטע גרינדונג ביז די גלות פון דער לעצטע רוימישער קייסער ראמיולעס אגוסטעלעס. די פאדקעסט איז גאר רייך אינטערעסאנט און באלערנד. דער פאדקעסטער, מייק דאנקין, פאנגט אן די פאדקעסט תשס״ז אלץ א כמעשה׳דיגער אמאטור אבער אנטוויקעלט זיך דורכאויס די יארן צו ווערן גאר א גוטע רעדנער מיט א געשמאקע חוש צו הומאר. זינט ענדיגען די ״היסטאריע פון רוים״ פובליצירט דאנקין א פאדקעסט סעריע ״רעוועלוציעס״ וואס האט שוין געדעקט די רעוועלוציעס פון ענגלאנד, פאראייניגטע שטאטען, פראנקרייך, הייטי, דרום אמעריקע, יולי 1830 רעוועלוציע (פראנקרייך), 1848 רעוועלוציעס (ספעציעל אינטערעסאנט פאר אונגעריש אפשטאמיגע), פאריזער קאמונע, מעקסיקא, און האלט יעצט אינמיטען רוסלאנד. ״רעוועלוציעס״ פאדקעסט איז אויך גאר שטארק רעקאמענדירט ספעציעל די פראנצויזישע רעוועלוציע סעזאן (אגב, דאנקין האט אויך פובליצירט א בוך וואס ליגט נאך דערווייל אויף מיין צו-ליינען ליסטע ״די שטורעם ביפאר די שטורעם: די אנפאנג פון די ענדע פון די רוימישע ריפובליק״).

״די אור-אלטע וועלט״
אלץ א מינדערוויכטיגע טעריטאריע אויף די פעריפעריע פון די רוימישע אימפעריע ווערט ארץ ישראל גאר קנאפ געדעקט אין ״די היסטאריע פון רוים״ פאדקעסט. זוכענדיג עפעס מער האב איך אנגעטראפען דעם פאדקעסט וואס הייבט זיך טאקע אן אין די ערשטע סעזאן ביי די עלטסטע ציוויליזאציעס וואס מיר ווייסן ביז די רוימישע ריפובליק, אבער אין די דריטע סעזאן (B סעריע) דעקט ער די געשיכטעס פון די דינאסטיעס אין די ווייטע מזרח, בשעת רוים זעצט פאר צו שטייגן אלץ אומפארמיידבארע וועלטסמאכט, ארץ ישראל בזמן בית שני ווערט אויך גאנץ ברייט געדעקט. די אויבנדערמאנטע סעזאן דעקט אסאך פון די זעלבע יארן ווי ״די היסטאריע פון רוים״ אבער פון אן אנדערע קוק ווינקעל, די תוכן טוט כמעט נישט איבער'חזר'ן וואס איז שוין געדעקט אין ״די היסטאריע פון רוים״. עס האט מיר גענומען עטליכע עפיזאדן זיך צוציגעוואוינען צו סקאט טשעסווארטה'ס פאדקעסטען סטיל אבער לבסוף איז ער אויך גאר א געשמאקע פאדקעסטער.

"היסטאריע אין די ביבל"
הונגעריג פאר נאך אינפארמאציע איבער מאדערענע וויסענשאפט און טעאריעס אויף אידן און ארץ ישראל בזמן בית ראשון ושני, בין איך אנגעקומען צו דעם פאדקעסט דורך גערי סטיווענס. איך האלט יעצט נאך די ערשטע סעזאן ווי ער האט געדעקט בריאת העולם ביז אנפאנג פון גלות בבל. אויך האט ער א סוב-סעריע פון עפיזאדן וואס לויפט אויסגעמישט מיט די רעגולערע עפיזאדן ווי ער שמועסט לייכטערהייט על הא ועל דא מיט סטיוו גויערע פון די "היסטאריע פון די פויבסטענטום" פאדקעסט. די שמועסן עפיזאדן זענען נישט פארגעשריבען און דעריבער נישט אזוי מסודר, איך האב זיי אויסגעהערט עקסטער נאכן ענדיגען די מסודר'דיגע רעגולערע עפיזאדן, איך האלט נאך יעצט פאר די צווייטע סעזאן אבער קומענדיג אויף מיין ליסטע איז טאקע די ״היסטאריע פון די פויבסטענטום״ פאדקעסט.

איך נעם נישט קיין אחריות איבער די כשרות פון די אויבענדערמאנטע פאדקעסטס, קיין איינע פון זיי זענען היסטאריע פון א ארטאדאקס-אידישען קוק-ווינקעל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 6:11 pm
דורך נומער5
איינער האט עפעס גוטע רעקאמאנדעישאנס לעצטיגע סחורה וואס מען קען דאונלאוידען?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 6:00 pm
דורך סאנטיאגא
https://youtu.be/M_HCZVCzcfA

זייער אן אינטערסאנטע שמועס מיט די גרינדער פון די נייע סעווינגס אקאונט עפפ Yotta מיט א אייגנארטיגע צוגאנג אוועקצולייגן געלט. בתוך הדברים פארט די שמועס דורך, פינאנץ, אינוועסטמענט בענקינג, און אינטערסאנטע איידיעס פון סטארט אפ קאמפעניס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:29 am
דורך נומער5
איך בין שוין לאנג א חסיד פון גרעהעם סטעפאן פון זיין מעין טשענעל ווי ער קאווערט פינאנסן אין אינוועסטמענט מיט א סענס פון הומאר.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 9:32 pm
דורך סאנטיאגא
אינטערסאנט. פון דעם פאדקעסטער legend דזשאו ראוגן האט נאך קיינער נישט גערעדט. ער איז מורא'דיג זיס און לייקעבעל. דזשאו איז אן איטאליענער/איירישער קאמידיען און געוועזענע host פון fear factor און יו. עף. סי. קאמענטעיטער. זיין עיקר קאריערע איז אין סטענד-אפ קאמעדי, און אויף די זייט טוט ער פאדקעסטן, אנגעהויבן האט זיך עס אויף א קליינע פארנעם, מיט "אפאר לצים" נישט חלומ'ענדיג פון די פאטענציאל, און איז זיך צוואקסן און צופרוכטבארט. לויט וויקיפידיע האט די שאו אין 2019 געהיט 190 מיליאן דאנלאודס חודש'ליך.

The Joe Rogan Experience גייט שוין אן 13 יאר און די לעצטע 6 יאר האט עס ממש אויפגעריסן, און אין די קאראונע צייטן איז ער געווארן ממש ווי מ'זאגט ״סופער פעימעס״ ווען ראוגן האט געמאכט א יד אחת מיט ספאטיפיי - די נומער איינס סטרימינג סערוויס, מיט אריבער דריי הונדערט פינף און זעכציג מיליאן חודשליכע אקטיווע באנוצער (יא, מער ווי עפל! דו לוזער... כ'האב געטשעקט) און נומער איינס פאדקעסט פלאטפארמע - פאר הונדערט מיליאן דאלער צו עירן עקסלוסיוו אויף די ספאטיפיי עפפ - אוועק פון יוטוב עמטליך, מיט א באנוס פון ווידיא סטרימינג אויף איטליכער עפיזאד, אנדערש ווי געווענליך וואס ס'איז בעיקר א פלאטפארמע צום הערן.

ראוגן איז נישט אבי פאפולער פאר גארנישט, ער ברענגט אן אינטערסאנטע כאראקטער צום טיש וואס קעיטערט צו אסאך סארטן צוהערער. סיי פון אן אינטערטעינמענט פוינט אויף וויא, און סיי פון אן אינטלעקטואלע פוינט אף וויא. ער איז א מאדנע געמיש פון א jolly personality און א טיפע ידען. קודם די קאמישע זייט, ער האט א נאטירליכע געשמאק אין זיך. ער איז נישט קיין גיק, יעדער אמעריקאנער און יוראפעישער קען רילעיטן צו אים. איז שוין בא'טעם'טער אים צו הערן ווי א צווייטן. ער שעצט זייער קאמעדיע, ער וועט למשל איינלאדענען זיינע קאלעגעס אין די קאמעדי ליין אפט, ביל בור, ארי שאפיר, אלייזע שלעזינגער, טאם סעגורע, ביל מאער ועוד. שפעטער האט ער די קאמבעט ספארטס זייט צו זיך ווי ער ריעקט צו פייטס און רעדט מיט טשאמפיאנען ווי מייק טייסאן און סתם דער און יענער. נאכדעם האט ער די הויעכע שישקע לעיער צו זיך ווי ער קען ארויפברענגן, אנגעזעהענע און אינטעליגענטע מענטשן וואס האבן א אליינס פלאטפארמעס ווי דאוקינס, סעם העריס, דזשארדען פיטערסאן, דזשעי לענא, מיילי סיירעס, ניעל דיגרעס טייסאן, אילאן מאסק (עטליכע מאל) און בערני סענדערס, און סתם פארברענגען און שמועסן בשעת ער וועט פארייכענען פארשידענע קטורת און געווירצן, אן אנדער מאל קען ער ארויפברענגען די קעניג פון קאנספיראציע טעאריעס הכנבד אלעקס דזשאונס און אים "לאזן האבן די מייק" ווי מ'זאגט..

קאנטראווערסיע שפילט נישט קיין קליינע ראלע, געוויסע פרינדזש לינקע זענען ממש פאר אים אונטערצוברענגען נאך פארשידענע קלאגעס אמת'ע האלבע און גאנצע ליגנטס וואס ער האט געזאגט אדער געטוהן וועגן וואקסינס און איווערמעקטין. בעת וואס אנדערע סענטריסטס, פראגרעסיוו'ס, און רעכטע זענען שטארקע נאכפאלגער זיינע. די מעינסטריעם מידיא בעיקר סי. ען. ען. גלייכט אים נישט שטארק און האט אים שטארק אראפגעריסן דעמאלטס - מיין אפיניען ווייל ביי יעצט שטייגט ער זיי שוין היבש איבער מיט די ציפער פון קוקערס, למשל די בערני סענדערס עפיזאד אליינס איז שוין געשפילט געווארן איבער 15 מיליאן מאל אויף יוטוב. אבער למאי נפקא מינא די פאליטיק? די מידיא פונדיטן קען זאגן און זינגען, זיי ווייסן ממילא אז מ'טראסט זיי שוין נישט - אנשטאטס וואס זיי זאלן טוהן זייערס זענען זיי פארנומען ווער נאך ס'איז פעיק ניוז...

איך בין נישט דוקא מסכים מיט יעדע מיינונג זיינע, איך קוק אים שוין גענוג לאנג און כ'האב שוין געהערט געניג נארישקייטן ארויסקומען פון זיין פיסקל. כ'בין אבער נתפעל פון די לעיערס וואס דער מענטש האט אין זיך. איך האלט יעדע זאך וואס מ'טוט גענוג לאנג האט אן אפעקט, און ס'איז קלאר אז דאס איז די מוסטער פון א מענטש וואס איז געווארן שארפער, טיפער, נייגעריגער נאר פון יארן זיצן און שמועסן מיט אזויפיל סארטן מענטשן, אריינגערעכנט גענוג און נאך געסטס וואס זענען קלוגער פון אים, פון אלע מינע בעקראונדס, עידזשעס, פאליטישע לינינגס, און פראפעשנס. ער רעדט מיט דעמי לאוואטאו, קעווין הארט, עדווארד סנאודן, פון סייענטיסטן און דזשורנאליסטן, צו מענטשן וואס זענען שוין געווען אין ספעיס. און דאס איז זיין מעלה און לכאורה פארוואס ער איז אזוי אויפגעפיקט. ער שטופט נישט קיין אגענדעס, ער רעדט מיט וועם ס'געפעלט אים, ער רעדט ווי לאנג און ווי קורץ ער וויל, ער ליינט נישט פון קיין טעלעפראמטערס, ער קען סאונדן נאריש און קינדיש, אדער זייער אינטעלקטועל. פאדקעסטינג בכלליות ווערט מער און מער הייס, טאקע ווייל ס'איז די מערסטע ארגינעלסטע פארמאט וואס ס'איז דא צו קאמיניקירן אינפארמאציע, די מידיא איז פאלש און פארמאל, זיי ליינען פון צעטל ארויס, אז ס'איז שוין יא עפעס אינטערסאנט האקט מען אריין מיט זעקס עדס און פאר מ'דרייט זיך אויס איז עס דערנאך, טוויטער איז לימיטד, פעיסבוק? וואס איז דאס אפילו, זאקערבערג איז נישט עקסטער באליבט. טיקטאק? נישט געמאכט פאר דעם. אויסער אז דו קענסי מאכן דיין פוינט אין א מינוט אדער ווייניגער, בלייבט איבער יוטוב, און פאדקעסטס.

פונקט האב איך געקוקט דעם עפיזאד, מיט א אידישע רעפארטער פון די ניו יארק טיימס. א שעה אריין ברענגט זי ארויף אנטיסעמיטסם און דערמאנט חסידים פון קראונהייטס. און זיי טענה'ן זיך ארום וועגן ארץ ישראל.
ער האט שוין ארויפגעברענגט מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן אין עקסטרעמע קאמינוטיס ווי עקטרעסס Leah Remini וואס איז אויפגעוואקסן אין די שרעקעדיגע קולט Scientology און Yeonmi Park א יונגע פרוי וואס איז אנטלאפן פון צפון קארעא. איך פערזענליך לייג די צוויי אלס וויכטיגע must listens

ס'איז דא אסאך אינטערסאנטע חומר. הייב אן הערן! און ווער נישט אנטוישט אויב איין שמועס הערט זיך ווי א קינדער שמועס. כ'האב דיר געזאגט. ס'איז דא פארשידענע לעיערס...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:23 pm
דורך מונטסורי
יישר כחם!!

עני רעקאמענדאציע פאר א ספעציפישע עפיזאד? כ׳האב אים נאך קיינמאל נישט געהערט, וואו פאנגט מען אן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:38 pm
דורך סאנטיאגא
מונטסורי האט געשריבן:יישר כחם!!

עני רעקאמענדאציע פאר א ספעציפישע עפיזאד? כ׳האב אים נאך קיינמאל נישט געהערט, וואו פאנגט מען אן?
יו'ר ווערי וועלקאם, שכח פארן ליינען.
נישט קיין חילוק עכט. איך האב דערמאנט דריי אנדערע צום סוף. די ניו יארק טיימס (פאר מיר על כל פנים נאכן זעהן מערערע) איז נישט עפעס משוגע צו ווערן, אבער אפשר פאר א גרינער קען עס זיין א גוטע אינטערדאקשן

אדער טוה אנדערש געב מיר 3 פעוואריט נושאים, און איך וועל דיר שוין עפעס אנ'שדכן'ען..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:12 am
דורך מונטסורי
אקעי, לאמיר זאגן היסטאריע, רעליגיע, און פיוטשעריזם (אויב ס׳האט נאכדערצו עפעס א אידישע angle איז דאך לית טב מיניה).

לאמיר זען דו רעקאמענדעישאנס דו קענסט דעליווערן :D

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:03 am
דורך נומער5
פאר ווער עס האט ליב קריים פאדקעסט אבער נישט די טיפיקעל מערדערייען וואלט איך רעקאמענדירט criminal