בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 9:28 pm
דורך פלאוויוס
ס'דערווארעמט דאס הארץ צו זען אז ס'זענען נאך דא אידן אין אונזער צייט (אין תוך תוכו פונעם אמעריקאנער חרדישן מאטעריאליזם) וואס ארץ-ישראל ליגט זיי אויפ'ן באוואוסטזיין. כה לחי! איך האף אז איר וועט האבן א גרויסע הצלחה.
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:08 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן: אויבנאויף איז דער מצב אין חוץ לארץ פיל בעסער געאייגנט צו פירן א רואיגער אידישער לעבן.
?
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:23 pm
דורך [NAMELESS]
מיר ציט קיין ארץ ישראל בעיקר צוליב דער גרויסער אויפוואכונג פונעם אידישען 'קולטור ' אויב מען מעג עס אזוי ריפן, צו עס איז די שפרולעדיגער תורה וועלט מיט די צענדליגע ישיבות אין ת''ח וואס גיסן זיך דארט, אויך איז דער מצב הלכה דארט אסאך שטערקער ווי יעדע פשוט'ע כולל אינגערמאן איז שטארק דורך געברענט אין הלכה, סאיז מצוי דארט אידן צי רעדן אין לערנען וועלכע מקצוע מען וויל אין הלכה לומדעס מחשבת ישראל וכו', ווי אויך לגבי דער אקעדעמישע חלק איז דארט דא אסאך ידענים וחוקרים אפילו אונעם היימישן ציבור ווער רעדט נאך פין די אקעדעמיעס גופא, בקיצור א גרויסע חלק פין וואס דער עולם זוכט דא אויף ק''ש גיסט דארט אין די גאסן בשפע
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:25 pm
דורך לעיקוואד
גראדעמעכעלע האט געשריבן: בקיצור א גרויסע חלק פין וואס דער עולם זוכט דא אויף ק''ש גיסט דארט אין די גאסן בשפע
דער צמח צדק האט געזאגט "מאך דא ארץ ישראל".
(אוי, פארגעסן אריינסיינען מיט מיין נקודה החבדית ניק

)
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:37 pm
דורך ונבנתה העיר
פאר אמת'ע ציונים העלפט עס נישט...
כ'האב אמאל געזאגט פאר הציוני רב"צ ליפשיץ 'מאך דא אר"י', האט ער מיר געזאגט: יא יא, דיין רבי האט עס מיר שוין געזאגט אויף יחידות.
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:58 pm
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן: בקיצור א גרויסע חלק פין וואס דער עולם זוכט דא אויף ק''ש גיסט דארט אין די גאסן בשפע
דער צמח צדק האט געזאגט "מאך דא ארץ ישראל".
(אוי, פארגעסן אריינסיינען מיט מיין נקודה החבדית ניק

)
אפשר טאקע, מען קען דא בויען א כותל המערבי אין ניו יארק און א כיפת הסלע אין קאליפארניע און ס'וועט זיין שלום על ישראל.
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:59 pm
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:יאיר האט געשריבן: אויבנאויף איז דער מצב אין חוץ לארץ פיל בעסער געאייגנט צו פירן א רואיגער אידישער לעבן.
?
פאר אנהייבערס, דא איז נישטא דער מצב מלחמה.
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:34 pm
דורך איך אויך
יאיר, כנראה האסטו קיינמאל נישט שפאצירט לעבן די אונגווארער בנין אדער האסטו נישט אין אכט גענומען ר' מנשה'ס איידיעס.
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:38 pm
דורך יאיר
איך אויך האט געשריבן:יאיר, כנראה האסטו קיינמאל נישט שפאצירט לעבן די אונגווארער בנין אדער האסטו נישט אין אכט גענומען ר' מנשה'ס איידיעס.
לא הבנתי. דו מיינסט צו זאגן אז אידן דארפן א מדינה צו פארזיכערן אז א האלאקאוסט געשעט נישט?
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:43 pm
דורך איך אויך
ניין כלל נישט. גיי באטראכט פון די נאנט די גרויסע אונגווארע בנין אויף די זעכצענטע שטאראסע און דערנאך קום צוריק.
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:22 am
דורך יאיר
אקעי. צום ווידערזען.
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:40 am
דורך פלאוויוס
@יאיר, "איך אויך" באציט זיך צו דעם וואס דו האסט געשריבן אז מ'קען בויען דאהי א כותל המערבי מיט א כיפת הסלע. נעבן דעם אונגווארער בית-מדרש איז אויפגעבויט א קליינער כותל המערבי, מיט נאך עפעס א מקום קדוש (קבר רחל דאכט זיך?)
נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:24 am
דורך זורח
אין pdf פורמאט