בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט געזאגט אויף גראדע דאס וואס ער האט געשריבן אויף צמח אטלס, אז דאס מוסר האט געלאזט אויף אים אזא השפעה אז אפילו ווען ער איז נישט געווען שומתו''צ האט ער פין עוה''ז נישט געקענט הנאה האבן, אזוי אויך חיים גראדע די השפעה וואס די תורה פונעם חזו''א האט אין געלאזט א גאנץ לעבן צוריסן צווישן די צוויי וועלטן, ער שרייבט אויך אין זיין צמח אטלס אז ווען איינער האט געפרעגט דעם חזון איש צו ער האלט נישט אז חייקל גייט פארלאזן די תורה, האט ער געענטפערט איך ווייס נישט צו חייקל וועטפארלאזן די תורה אבער די תורה וועט אים קיינמאל נישט פארלאזן, אין כנראה אז אפילו ווען ער איז.געווען אינגאנצן פריי האט ער געוויסט אין הארץ אז דער אמת'ע לעבן איז ביים חזו''א נאר ער האט זיך נישט געוואלט טוישן זיין לעבנסשטייגער (ער איז נישט געפארן קיין א''י כל זמן דער חזו''א האט נאך געלעבט כנראה האט ער זיך.גישעמט פין אים אין געוויסט אז דער חזו''א וועט אים מחזיר זיין) אין דאס זענען די געפילן וואס געבן זיך.ארויס פין אים אין זיינע ווערק,

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
דא איז נאךא פאעם וואס ער האט.געשריבן אויפן חזו''א איבערגעטייטשט אין עברית

file-3.jpg
file-3.jpg (286.93 KiB) געזען געווארן 7101 מאל


אין דא איז א בריוו וואס הגרי''ד סולווייטשיק זצ''ל האט אים געשריבן, [tag]אחד העם[/tag] מסתמא האסטו דאס געמיינט, ער ברענגט טאקע ארויס דאס וואס דו האסט געשריבן אז אין גראדעס ווערק קימט דער חזו''א צום לעבן נישט נאר אין חידושים בהלכה נאר אויך אין מענטשליכע געפילן אין שפירען ווי זיין גרויסקייט קימט צום עכטן קלימאקס,

file-4.jpg
file-4.jpg (174.92 KiB) געזען געווארן 7101 מאל

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 10:25 pm
דורך אחד העם
גראדעמעכעלע,
יעצט קומט זיך דיר אן אמת'ען דאנק, האסט מיר איינגעשפארט ארבייט, כמוטשע זיך שוין די לעצטע האלבע שעה ארויפצולייגען א בילד פינעם בריוו פון הרב סולובייציק. תודה, כה לחי!
און דאס וואס די האסט געשריבען איין תגובה פארדעם, האב איך אויך געוואלט שרייבען, די שרייבסט בלשון ספק, איך וואלט דאס געזאגט בלשון וודאי, דאס איז זיכער וואס האט געטריבען חיימען. נכונים דבריך.
און דעם אינטערוויאו וואס מיר האבען געשמועסט, איז רבי חיים מסביר באריכות די השפעה פון די מוסרניקעס אויף אים, מיט א ביאור אז די מוסרניקעס זוכען אלס דעם אייגענעם אמת, דעם אמת פון זיך, די עיקר עבודה איז געווען זיך נישט צו נערן, ער זאגט אז אפילו ער האט פארלאזט גאט און זיין הויז, דעם אמת ווייסט ער נאך אלס און נערן וועט ער זיך נישט, איך זאג עס אזוי איבער מען דארף דאס אויסהערן.
דאס וואס די שרייבטס אז ער האט נישט געוואלט גיין קיין ארץ ישראל ווילאנג די חזון איז לעבט, עס איז ענדליך צו דעם פאקט אז ער האט נישט געקענט פארלאזען דאס בית מדרש ווילאנג דער חזון איש איז געווען און ווילנא, דער פשט פון דעם איז גאר א טיפער, עס עקזיסטירט אינעם אינערען גייסט, עס איז נישט דווקא משום טעכנישע און פיזישע בושה, כאילו אז ער קען זיך נישט זעהן מיט זיין רבין אזוי, עס איז עפעס טיפער און גייסטישער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:21 am
דורך [NAMELESS]
דא לייג איך א שטיקל פון דער אינטערוויא וואס @אחד העם האט דערמאנט, ווי חיים גראדע רעדט איבער וואסערע פאקטארן האבן געהאט א השפעה אויף זיינע ווערק,
ער ערקלערט אז ער איז אויפגעוואקסן אין ביהמ''ד פון די מוסרניקעס וואס זייער כאראקטער איז דער בקשת האמת פון זיך אליין זיך נישט משחד זיין אין מכשיר זיין די אייגענע מעשים ,אין ווי ווייט איך בין נאר אוועק פון דער ביהמ''ד איז דער השפעה געבליבן אין מיר, א מענטש קען טון שלעכטס. אבער זיך מכשיר זיין אז עס איז גוט דאס נישט, אין ער זאגט אז ווי לאנג דער חזו''א איז געווען אין ווילנא כאטש זייער קשר איז נישט געווען שטארק האט ער נישט געקענט אינגאנצן פארלאזן דער ביהמ''ד,
אויך ברענגט ער ארויס אז ער האט א אינירליכע באדערפעניש ארויסציברענגן די פאזעטיווע העראשקייט פין זיינע העלדן אין זיין פראעזיע אין פאעזיע ווי גרויס א מענטש קען אנקומען, אין דאס קימט פין זיין חלום אויך אזוי צי זיין נאר ער האט נישט געהאט די כוחות דערצו,
קודם רעדט דער אינטערויער טאבאטשניק אין גראדע ענטפערט אים
איטערוויא מיט חיים גראדע

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:52 am
דורך אחד העם
לאנג לעבן [tag]גראדעמעכעלע[/tag]!!
איך בין דיר זייער דאנקבאר.

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
219-Grade-Khaim-Dos-Bin-Ikh-r28-f145.png
219-Grade-Khaim-Dos-Bin-Ikh-r28-f145.png (87.29 KiB) געזען געווארן 4356 מאל

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כ'וויל בעטען דער עולם, טאמער איינער קען מיר ווייזען א לינ"ק צו ווי מ'קען באקומען דער בטך "צמח אטלס" אויפ'ן אינטערנעט אין א PDF. איך האב עס דוכט זיך אמאל געזען, ואיננו כי לקח אותו...
סתם אזוי וואלט געווען ראטזאם ווען מ'עפענט אן אשכול פאר די סארט לינק"ס צו ביכער און ארטיקלען מיט א מראה מקום פאר היימישע היסטאריקער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 1:51 pm
דורך Chuchem
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:כ'וויל בעטען דער עולם, טאמער איינער קען מיר ווייזען א לינ"ק צו ווי מ'קען באקומען דער בטך "צמח אטלס" אויפ'ן אינטערנעט אין א PDF. איך האב עס דוכט זיך אמאל געזען, ואיננו כי לקח אותו...
סתם אזוי וואלט געווען ראטזאם ווען מ'עפענט אן אשכול פאר די סארט לינק"ס צו ביכער און ארטיקלען מיט א מראה מקום פאר היימישע היסטאריקער.

Is it available to purchase online a second hand copy?

Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 4:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב דער בוך אין PDF אויף עברית. טאמער מ'איז אינטרעסירט קען איך עס ארויפלייגען.

Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 4:14 pm
דורך chaims
יא ביטע

I can't believe I just said that...

Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 4:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וועל עס לייגען אויף dropbox האפעדיג מארגען פאר מיטאג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 7:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געניצט אן אנדערע וועבסיי"ט ארויף צו לייגען דער פייל. נא דיר http://www.sup.co.il/74138210

Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:53 am
דורך chaims
ישר כוח ליטוואק!!

I can't believe I just said that...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:19 am
דורך אחד העם
ארבייט נישט ביי מיר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:32 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'שטייט אויפ'ן סקרי"ן 'הורד את הקובץ עכשיו' אויפ'ן טמא'נעם שפראך. דרוק דארט ותמצא הרבה נחת.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:49 pm
דורך אחד העם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'שטייט אויפ'ן סקרי"ן 'הורד את הקובץ עכשיו' אויפ'ן טמא'נעם שפראך. דרוק דארט ותמצא הרבה נחת.

כהאב געדריקט דארט, אבער איך קען נישט עפענען די פייל.
און די נאמען פון די פייל קומט אויס מוראדיג מאדנע.

Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:53 pm
דורך chaims
אויף מיין פאן האט עס טאקע נישט געארבעט אבער אויפן קאמפיוטער איז עס. אויסגעקומען זייער גוט

I can't believe I just said that...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
עס ברויך דא באמערקט ווערן אז די העברעאישע ווערסיע איז נישט בשלימות, די מלחמת היצר האקט זיך אפ אינדערמיט, אין די יידישע און אין די ענגלישע גייט די מעשה א סך ווייטער, וחבל.

Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מלחמת היצר אויף אידיש איז 'מיין קריג מיט הירש ראסיינער', ניין?
איך האב עס אויף ענגליש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:25 pm
דורך [NAMELESS]
ניין, ס'איז נישט דער זעלבער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:00 pm
דורך [NAMELESS]
דא האט איר עס אויף גוגל דרייוו
https://drive.google.com/file/d/0B0POTl ... sp=sharing

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 7:22 pm
דורך אחד העם
א דאנק אייך מיכל

Re: עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:35 pm
דורך chaims
האט איינער די ארגינאלע בוך אין יידיש אדער ווייסט ווי מען קען עס באקומען?

I can't believe I just said that...