בלאט 2 פון 5
Re: נייעס פון גרויסע קאמפאניס
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:55 pm
דורך שמערל
דאכט זיך עס רייסט נאר אויף אין הייסע נאסע פלעצער, לדוגמה מיאמי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 7:19 pm
דורך אליצפן
למעשה האב איך היינט געהערט אויף די נייעס אז די טשאנסן פון געשעדיגט ווערן דורך איינס פון די עירבעגס איז איינס אין פינף מיליאן, פיל א קלענערע טשאנס ווי ווערן געטראפן דורך א בליץ למשל, וואס איז איינס אין 250,000 מילא דארף מען נישט זיין צו באזארגט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:34 pm
דורך שמעקעדיג
-
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:30 am
דורך שמעקעדיג
יעצט איז געקומען די רייע אויף עי.טי.ענד.טי.
די FCC האט זיי בא'קנס'עט מיט 100 מיליאן טאלער, פארן צוזאגן אנלימיטעד דאטא פאר קאסטומערס און דאן נאך א געוויסע מאס איז עס געווארן שטייט (געטראוטעלט)
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2486229,00.asp
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:56 pm
דורך אליצפן
א מחיה! נידער מיט די פארשאלטענע סעלפאון קאמפאניס און זייערע עקלהאפטיגע אויפפירונג.
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 11:53 am
דורך שמעקעדיג
עמעזאן מאכט היינט א ריזיגער סעיל מיט מציאות וואס (לויט זייערע ווערטער) שטייגט איבער דעם שווארצן פרייטאג.
דאס אלעס בלויז פאר PRIME מעמבערס.
======
EDIT - לויט די רעפארטס איז עס געווען א היבשער דורכפאל, א אומגעלונגענע סעיל.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:30 pm
דורך שמעקעדיג
היינט האט זיך די בארימטע פעיפעל קאמפאני אפגעטיילט פון איבעי, און צוריק געווארן אינדעפענדענט.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:33 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
היינט גייט JET לאנטשן זייער וועבסייט פאר די פאבליק
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 7:03 pm
דורך שמעקעדיג
סיטי באנק
.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:28 pm
דורך chusid
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:08 pm
דורך הרב_שלום
Jet.com Get $15 your first order of $50 and more use this code F3F378F
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 1:22 pm
דורך שמעקעדיג
די ביזנעס וועלט רעש'ט זיך פון א דיעל וואס די קאמפיוטער קאמפאני "דעלל" האט געמאכט לעצטע וואך – די גרעסטע אין זייער היסטאריע. דעלל וועט אפקויפן די ריזיגע קאמפאני EMC, וועלכע צייכענט זיך אויס מיט דאטא טעכנאלאגיע פאר ביזנעסער, מיט פארשידענע פראגראמען און סטארעדזש, און אזוי ארום האפט דעלל אז זיי וועלן באקומען א גרעסערע פארציע פון די ביזנעס וועלט מארקעט ווען זיי קויפן קאמפיוטערס. זיי קויפן אפ די קאמפעני פאר די שטוינענדע פרייז פון 67 ביליאן (!) דאלער. שטייצעך נישט אלעס איז גלאטע קעש, מען וועט זיך שפילן מיט די סטאק/שעיר האלדערס און די גאנצע עקוויזיציע וועט נעמען לאנגע חדשים מיט אסאך שוועריגקייטן אדורכצושוויצן, אבער פארט איז דאס א היסטארישע אפקויף (אדער צוזאמעשטעל/מערדזש, ווי א טייל רופן עס) אין די טעק אינדוסטרי וואס איז ווערד צו פארצייכענט ווערן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 1:23 pm
דורך שמעקעדיג
אין אנדערע נייעס, היות די אלטמאדישע הארד דרייוו'ס גייען צעביסלעך ארויס פון סטייל, און די נייע, שנעלערע מאדערנע SSD דרייווס נעמען איבער די מארקעט, האט די קאמפאני "וועסטערן דיזשיטעל" – וועלכע איז געווען פון די גרעסטע דאמינירענדע קאמפאניס פונעם אלטן טעכנאלאגיע הארד דרייוו – באשלאסן אפצוקויפן די באקאנטע קאמפאני "סענדיסק" – וועלכע איז אייך ווארשיינליך באקאנט פון אייערע SD קארטלעך אדער USB פלעש דרייווס, און זיי ספעציאליזירן זיך אין די נייערע פלעש סטארעדזש טעכנאלאגיע, און האט שוין ערצייגט גאר שנעלע SSD דרייווס, און האט שוין עקספיריענס און א גוטע היסטאריע אין זייער פעלד איבער 27 יאר. אצינד וויל וועסטערן דיזשיטעל זיי אפקויפן פאר 19 ביליאן דאלער. אינאיינעם וועט עס זיין א פערפעקט מעטש, ווייל אויסער דעם וואס ביידע האבן עקסטער עקספערטיז אין זייער פעלד, איז היינט זייער גאנגבאר צו קויפן א "הייבריד" דרייוו, דאס איז א געמישטע פון ביידע טעכנאלאגיעס, די אלטע איז שטייטער אבער ביליגער אויף די גיגאבייט און די נייע איז טייערער אבער פיל שנעלער, און אזוי האט מען די מעלות פון ביידע. דאס וועט אויך פארקומען אין בערך א יאר ארום, סוף 16'.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
די באקאנטע דעפארטמענט געשעפט טארגעט האט געמאלדן אז נאך כסדר'דיגע פארלוסטן אין 13 לאקאציעס/ברענטשעס, וועלן זיי דאס אפשפארן. קיין איינע פון די 13 איז נישט אין ניו יארק.
אפשר באלאנגט די נייעס דא?
viewtopic.php?f=51&t=7741
Chipotle Mexican Grill איז אויף געהאקטע צרות
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:09 pm
דורך בלויע רעקל
סימבאל CMG, זיי זענען א מעקסיקאנער רעסטוראנט, די עסן דארט איז געווען פארדארבן, און מען איז חושש אז די חברה האבן געוואוסט דערפון, און געקויפט ביליגע רייז כדי צו האבן ב בעסערע P/L, די סטאק איז שוין אראפ כמעט 50 פראצענט, די מומחים זאגן אז עס איז נישט ווערט קיין פרוטה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 3:42 pm
דורך בלויע רעקל
נייקי - Nike, האט געהאט א גוטע פערטל, אבער זי איז געפאלן ווייל די אינוועסטארס האלטן אז זי האט נישט קיין פלאץ צו וואקסן מער.
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:17 pm
דורך בלויע רעקל
chipotle איז אונטער אינוועסטיגעשאן, די סטאק איז יעצט $429, גיי ווייס פארוואס עס איז ווערט א דאלאר.
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 5:34 pm
דורך שמעקעדיג
די אויטא קאמפאני "וואלקסוואגען" האט זיך איינגעקויפט מפטיר יונה ווען זיי האבן פרובירט אויסצושפילן דעם סיסטעם, און געמאכט א שפיצל ווען מען האט געטעסט זייערע קאר'ס פאר אמישענ'ס (ווי גוט עס איז פאר די ענווייראנמענט ואכמ"ל), זיי האבן אונטערגעשטעלט א ספעציעלע טריק אז בשעת'ן טעסטן זאל עס ווייזן ווייניגער ווי עס גיט באמת ארויס, און דורך דעם באקומען דעם תעודת אישור פון די אי.פי.עי. אגענטור.
מען האט זיי אפאר חדשים צוריק געכאפט, און עס איז ביטער ווי א זית. די שטראפן פאר אזא עוון בל יכופר במזיד איז גאר שווערע.
עס דראעט יעצט פאר וואלקסוועגאן צו באצאלן די אסטראנאמישע סומע פון
48 ביליאן דאלער!! (דאס איז 95 מאל מער ווי [tag]שלמה המלך[/tag]'ס
גרויסע לאטערי)
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 5:39 pm
דורך שלמה המלך
איך האב מיך געוואונדערט וואס "וואלקסוועגאן" וויל יעצט פון מיר???
איך האב געמיינט פשוט אזוי ווי אלע בעטען מיך יעצט איך זאל דרייווען זייערע וויקעלס, אבער ניין! זיי גייען פשוט צי פילאנטראפען פאר נדבות!
#נישטגעראכטן
נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 10:47 pm
דורך בלויע רעקל
וואלקסוועגן גייט נישט אונטערגיין, עס העט אביסל פאלן...
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 1:24 pm
דורך שלמה המלך
שמעקעדיג האט געשריבן:עס דראעט יעצט פאר וואלקסוועגאן צו באצאלן די אסטראנאמישע סומע פון
48 ביליאן דאלער!! (דאס איז 95 מאל מער ווי [tag]שלמה המלך[/tag]'ס
גרויסע לאטערי)
שעפעלע: עס איז שוין נישט 95 מאל מיין פארמעגען!, און נאך אביסל קיקט אויס ווי איך שטיי אין א סורפלאס!
נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 4:37 pm
דורך שמעקעדיג
וואלמארט פלאנט צו שפארן דעם קומענדיגן יאר 269 געשעפטן! 159 דערפון אין די פאראייניגטע שטאטן, און די איבריגע אויף אנדערע פלעצער. עס וועט אפעקטירן ארום 16,000 ארבייטערס וואס וועלן בלייבן אן פרנסה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2016 7:29 am
דורך שמעקעדיג
נעקסט אין די רייע קומט SEARS. זיי גייען פארשפארן 50 געשעפטן ביז 2 חדשים.