בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:56 am
דורך סאשי פיש
מיט אדמו״ר מ׳פעסט

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:02 am
דורך בשבילי!
מיינסט אוודאי אב''ד פעסט. פעסט האט נישט אן אדמו''ר

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:06 am
דורך [NAMELESS]
זיין פאספארט

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 9:25 am
דורך [NAMELESS]
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וואס איז געוועהן זיין ראלע ביי די אסירי יאפאן סומאטוכע?

פיקטשער'ס אין יאפאן

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:45 pm
דורך Kool man
עפ"י בקשת @דריידל וועל'יך דערציילען אביסעל זיין היסטאריע וואס כ'אב געהערט מפה קדשו פון רבי מיכל'ע אליינץ ביי א שמחה, כ'בין נאך געוועזען א בחור, קאן זיין כ'על עס נישט געדענקען אזוי קלאר, ער שטאמט פון מיהאליוויץ אין טשעכיי, זיין רבי האט געהייסען רבי שמואל רובין זצ"ל, ער איז געוועזען זייער א פרומער און ווארעמער, און געמאכט פון זיינע תלמידים כאניאקעס, ער פארציילט אז זיי פלעגען העלפען יונגעלייט אין שטאט נאך די חתונה אויסשטעלען זייערע קליינע דירה'לעך אז מ'זאל קענען אויסלייגען די בעטען יודישלעך און אויסגעהאלטען, און דער רבי שמואל רובין האט געפירט א קרעמעל פאר זיך, פון דארט נעמט ער די קנאות און זיין רעיון פון קעמפפען קעגען טעלעוויזיע און ווידיא, נאכען קריג איז ער ארויף קיין ארץ הקדושה, ווי ער האט געוואוינט ביז בערך [??] יאר צוריק, ער פלעגט אסאך קומען באזוכען דא, אבער געוואוינט דארטען, דערנאך איז ער דא פארבליבען, ער פלעגט משמח זיין שמחות חתן וכלה וואס האט זיך אנגעהויבען מיט ווערטלעך וואס האט געמאכט דעם עולם לאכען, דערנאך פלעגט ער אריינקריכען אין דיאמאל ביי זיי אין מיהאליוויץ, און געענדיגט מיט פייערדיגע דברות קודש, לעצטענס האבען אים די חסידים געקויפט א שוהלכעל און הויז אין מאנסי, ואו ער האט געפראוועט ביז ממש סוף חייו.

זי"ע

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
ער פלעגט פארציילען יעדע מוצאי שבת פון יעקב אבינו מיט די שעפעלעך און לבן ס'געווען מלא טעם, איך האף אז ס'איז דא טעיפס

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:13 pm
דורך יואליש
ראשעקאל האט געשריבן:זיין פאספארט


זיין פאספארט ברענגט ארויס לעבעדיג זיין אנעקדאט מיט די גרעניץ וועכטער ווי ער האט זיך געהאלטן פעסט און זיי נישט אויסגעזאגט אז ער איז א איד. ;)

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:54 pm
דורך קאפשטיק
זיין אפגעהיטענקייט אין קדושה ענינים איז געווען עד להפליא, ער פלעגט נישט שלאפן אין קיין בעט כידוע

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:03 pm
דורך ראש הישיבה
לאור פוון די הסתלקות ברענג איך דא א תגובה וואס איך האב געשריבן וועגן אים:

טעמע: ר' יענקעלע איז גארנישט?

ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]אדמו"ר רבי מעכיל פון נתניה (פלעגט אסאך ארום פארן) איז געוועהן יאהרן צוריק אין ראדני. עס האט אים פארשמעקט צו פארן צו רבי יענק'ל אויף שבת. ער האט אבער נישט געהאט קיין גילטיגע פאספארט. איז ער ארום און ראדני זעהן ווער עס זעהט אויס ענדליך צו אים. ביז מען האט געטראפן א עלטערע איד, ער האט אויסגעזעהן ענדליך צו רבי מיכל. ער האט אים געבארגט זיין פאספארט.

אהנקומענדיג קיין בעלגיע דאנערשטיג נאכט האט מען געכאפט אז עס איז נישט זיין פאספארט. האט מען גענומען אין חד גדיא. די עסקנים האבן אויסגעפונען דערפון, געשתדלט, ביז שבת איז ער געוועהן באפרייט.

מוצ"ש ביי מלוה מלכה רופט זיך אהן רבי מיכל, אז ער האט געמאכט א חשבון הנפש פארוואס עס איז אין געשעהן אזא זאך צו דארפן זיצן א גאנצע נאכט אין חד גדיא????? :?

ביז איך האב זיך דערמאנט, אז עס קען זיין עס איז געשעהן ווייל איך האב לעצטע וואך מוצ"ש נישט געזאגט 'וישלח'!!!!!!!! :)

רבי יענק'ל האט זיך צולאכט אינגרויסן: חא חא חא, און יאך זאג אז ווען מען פארט מיט געבארגטע פאספארט איז עס א 'סגולה' צו ווערן איינגעזעצט אין די חד גדיא!!!!!!! :lol:

רבי מיכל האט צוגעענדיגט: ב"ה איך האב נישט געמאכט א חילול השם.... איך האב זיי נישט געזאגט אז איך בין א איד!!! :lol:[/justify]

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:34 pm
דורך א איד
חבל על דאבדין ולא משתכחין, האט זיין אייניקל געוויינט ביים הספד.
אין איך האב מיטגעוויינט, איך האב עם זייער ליב געהאט, און אסאך קונה געווען ביי עם, מיין טאטע פלעגט עם אסאך ארום פירן. און מיט זיין באליבטע שמייכל, עס האט אריינגעגאנגען ביז טיף אין הארץ, און עס ווארעמט נאך ביז היינט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 9:41 pm
דורך שלמה המלך
positive.yid האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: אבידה שאין לה תמורה!

יש תמורה.

אזוי? אפשר זאגסטי מיר ווער? ווי נאך קען מען הערען אזא דאווענען מיט השתפחות הנפש? א קדוש מנעוריו, איין שטיק קדושה וטהרה הלתלהבות דקדושה וכו'
נ.נ. איך וואלט געטוישט ניין ניק פון 'פאזיטיו יוד' צו נעגאטיוו - פרימאטיוו... איך האף אז ביסט נישט בייז, און אז יא איז אויך גארנישט!
הוי זהיר בגחלתן, בעפאר א טפה סרוחה האט וואס ארויסציגרעפצן אויף א קדוש אלוקי דארף ער טראכטען א מינוט....
אין היצט זיי'זשע מוחל און זאג מיר ווער עס די תמורה אויף ר' מיכעלע זצ"ל?

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
אפשר הרה''ק מ'טאהש?

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:08 pm
דורך שלמה המלך
היינט ציטאג?

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:15 pm
דורך chusid
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אפשר הרה''ק מ'טאהש?

פארוואס זאגסטו נישט די מנהיג הדור הרה"צ מ'סקולען שליט"א פאר די געלט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:28 pm
דורך שמעקעדיג
קיינער פון די לייגט נישט אראפ מיט אזא השתפכות הנפש ווי אים.

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:03 pm
דורך positive.yid
איך קוק דירעקט פאזאטיוו.
וואס פעילט אייך מיטן פטירה? א מורה הוראה? א בעל דרשן? מחבר ספר? בעל מנגן? מייסד מוסדות? א בעל עצה?
ער איז געווען א תמימותדיגע אידל וואס האט פארשפרייט קונטרסים קעגען חטא הידוע און טעלעווישן, ביז אפאר חברה האבן געמאכט פאר א רבי. וזרח ובא, ולא נודע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:26 pm
דורך Yossy
געזאגט אמאל א מילתא דבדיחותא ביים טיש פון ברך משה . א איד האט געקויפט די לאטארי האט ער געזאגט זיין חבר אז אויב ער געווינט זאל ער עם נישט זאגען פליצלינג ער זאל חלילה נישט חלישען , האט ער אפגעשמיעסט אז זיין חבר וועט עם מרמז זיין מיט א פסוק , והנה סקימט ביינאכט קלאפט זיין חבר אויפען טיר , ער עפענט אויף אין זיין חבר שרייט. ישקנו מנשיקות פיהו. אינגאנצען עקסייטעט פרעגט ער עם נא וויפיל? ענטפערט ער וויפיל די ווילסט.
דאס איז זיכער ער האט געוויזען אז א ערליכע יוד מיינט נישט מרה שחורה אדער זיין א זויערע פיקעל ווי אסאך היינטיגע וד"ל . אסאך געהערט פון זיין גרויס קדושה.
זי"ע ועכ"י. .

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:33 pm
דורך positive.yid
זיינע מילתא בדיחות.... שוין, לאמיר נישט רעדן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:09 am
דורך שלמה המלך
זיי נישט ברוגז די האסט דעם יוד נישט געקאנט! אפשר געזעהן אמאל אויף א חתונה ווען זינגט תנו רבנן, אדער גאר גיין נאך געלט וכדו', מען קען אסאך מאריך זיין אבער ס'איז אשאד די צייט, ער איז געוועהן א איד וואס מ'האט געקאנט ווייזען פאר די קונדער צי קוקען ווי ער זאגט א ברכה, וויזוי ער דאווענט, וויזוי ער גרייט זיך צי א מצוה וויזוי ער וויינט זיך אויס פאר די חנוכה לעכט צינדען וכדו' וכדו' ווער עס האט זיך געדרייט לעבען אים האבען זיך געווארעמט די נשמה און געהאט ואס צי ווייזען פאר די קונדער אזש אז מיין זוהן נאךל פאר די בר מצוה האט געוויינט נעכטן ביי די לויה! יא יעצט קען מען זאגען "מי יותן תמורתו" צו וועמענ'ס חנוכה ליכט זאל איך זיי טראגען זעהן ווי זלגו עניו דמעות מיט אן אויסנאם השתפכות הנפש אז ער בעט זיך ווי א קינד ביים כל יכול אז ער זאל זוכה זיין צי די אור פון די תורה הקדושה, און זוכה זיין אז 'ויהיה זרעי וזרעי זרעי ת"ח וחסידים וכו''.
ער האט טאקע נישט פארמאגט א שיינע קווייער אדער א גיטער גבאי וואס זאל אים מארקעטען פאר זיין ריכטיגער וועליו!! איז וואס?
אבער אל תענה כסיל - זיצען דא אין ק"ש אין מחליט זיין ווי גרויס איז געוועהן זיין הוראה, בעל דרשן, מייסד מוסדות וכדו' איז אביסעל צי געמיין.
נאר וואס'שזע דען, די ביסט א גרויס רחמנות, ביי דיר איז דאס די עיקור און האסט קיינמאל קיין בעסערס נישט געזעהן, איז סתם א איד א צדיק וקדוש וויבאלד ער איז א ענוותן ושפל ברך, שייף עייל ושייף נפיק איז נישט אינטערעסאנט! האט נישט געהאט קיין לעלוס ביי די אייניקלעך'ס חתונה איז נפתר פיפטער אבי געזינט!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:28 am
דורך איך אויך
אבער וואסי טאקע פשט פון די ניוול פה ווערטלעך וואס ער פלעגט זאגן?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:40 am
דורך shem-tov
איך אויך האט געשריבן:אבער וואסי טאקע פשט פון די ניוול פה ווערטלעך וואס ער פלעגט זאגן?


אריין אין אכשר דרא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:50 pm
דורך גנדי
ר' מעכעלע זצ"ל איז געווען מיין הירא!

אלץ קינד האב איך געהערט א ווערטל פון אים ביי א שמחה. וועגן א איד וואס איז געגאנגען הכנות גלייך מוצאי שבת... די עולם איז געווען ראפ"ל...

ער האט געוויזען פאר די וועלט אז מען קען זאגען בית כסא ווערטלעך ברבים און נאך אלץ זיין אן ערליכע פיינער ליבליכער איד.

הלואי וואלטן אסאך היינטיגע רביס געווען ווי אים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:55 pm
דורך איך אויך
די ווערטלעך מיין איך טאקע ,כ'מיין ער האט געהאט א ביהכ''ס פעטיש.