בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 4:47 pm
דורך ראש המדברים
בונם האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:וועלכע חלק איז ליגענט?
די עקאנאמיע אין מדינת ישראל שטייט גוט.
דאס האב איך טאקע בעיקר געמיינט, אבער אויך אויף די אנדערע זאכן קען מען זיך דינגען.
זייער עקאנאמיע שטייט גוט? איז פארוואס איז דא דארט פראטעסטען יעדע שני וחמישי אז דער מצב איז שלעכט?
דער מצב פון די רעגירונג איז גוט, אבער די מצב פון די בירגער איז זייער שלעכט ס'איז נאך נישט געווען אזא שלעכטער מצב זייט די י' יאר'ן ווען מ'האט געטיילט עסן מיט קארטלך, די סטאק מארקעט און די בענק מאכן אסאך געלט אבער די 99% זענען אין ביטערע צרות
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 5:49 pm
דורך משה געציל
נישט קיין שקר, אבער עס האט סתם אזוי אויפגעהויבען מיינע אויגען ברעמען ליינענדיג די המספיק גאזעט דעם חודש -וואס לשבחם מיז ארויס געברענגט ווערען אז זייער ארטיקלען און נייעסן ווערען געשריבען אויף א זייער הויכע ניווא- באריכטען זיי אויף די לעצטע זייט שאקירענדיגע אויפדעקונגען וואס די ציונים האבען געטון מיט די עולי תימן.
אן אריין גיין אין די נושא פאנג איך נישט אן פארשטיין ווי דער נייעס איז אריין געפאלען דארט, די אלע יארען וואס איך ליין דעם גאזעט האב איך בטעות נאכנישט געפונען קיין איין נייעס אדער ארטיקעל וואס אנבלאגט נישט צו די מעדעצינישע וועלט. איז דא עפעס א חיוב אז א יעדע צייטונג-סטיל אויסגאבע וואס ווערט ארויסגעגעבען דורך איינער וואס ווייקט זיך אין די שיטה מוז ערגעץ ארויס ווייזען זיין קנואתשאפט אפילו עס פאנגט נישט אן אריין קומען דארט? אויב אזוי זאל ער ווידמען א יעדע חודש א נייעסעל אדער באריכט איבער ציונית, און קלאר שטעלען פאר די אלע ליינער אז די גאזעט ווערט געפירט ע״פ טהרת הקודש. אפשר ווען איך וואלט ווען אויפגעוואקסען אין א צווייטער חדר וואלט איך עס פארשטאנען, אבער כהיום ווייס איך נישט וואס דער שרייבער האט געוואלט מיטן דרוקען די באריכט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:05 am
דורך זר זהב
"די צייטונג" אין אן אונטער קעפל צו די נייעס פון די סופרים קארט רולינג אויף אבאמאקעיר שרייבט ער אז אמעריקאנער גלייכן איצט מער אבאמאקעיר זינט די רולינג. למעשה ווייזן אבער רוב פאולס אז ס'האט זיך גארנישט געטשעינדזש'ד אדער אז ס'גאר שוואכער געווארן.
ר' אלבערט - אבער - האט זעהט אויס אפירגעקראצט עפעס א דיפרענט פאול פון אונטערן טיש און געלאפן מיט א סוב-העדליין וואס "אים" געפעלט.
און אז איך שרייב שוין. נישט פארגעסן חלילה אז גאור וואלט געווען פרעזידענט ווען מ'ציילט ווען ווייטער אין פלארידע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:00 pm
דורך עס עפעס
זר זהב האט געשריבן:"די צייטונג" אין אן אונטער קעפל צו די נייעס פון די סופרים קארט רולינג אויף אבאמאקעיר שרייבט ער אז אמעריקאנער גלייכן איצט מער אבאמאקעיר זינט די רולינג. למעשה ווייזן אבער רוב פאולס אז ס'האט זיך גארנישט געטשעינדזש'ד אדער אז ס'גאר שוואכער געווארן.
ר' אלבערט - אבער - האט זעהט אויס אפירגעקראצט עפעס א דיפרענט פאול פון אונטערן טיש און געלאפן מיט א סוב-העדליין וואס "אים" געפעלט.
און אז איך שרייב שוין. נישט פארגעסן חלילה אז גאור וואלט געווען פרעזידענט ווען מ'ציילט ווען ווייטער אין פלארידע.
עס זענען דא עטליכע אנקעטעס וועלכע צייגן דאס/
זעה דא:
http://leanforward.msnbc.msn.com/_news/ ... uling?liteאון דא:
http://politicalticker.blogs.cnn.com/20 ... eme-court/
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:04 pm
דורך זר זהב
סארי דיין צווייטער לינק האט גארנישט מיט אבאמאקעיר, ס'האט מיט'ן סופרים קארט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:04 pm
דורך נפתלי
משה געציל האט געשריבן:נישט קיין שקר, אבער עס האט סתם אזוי אויפגעהויבען מיינע אויגען ברעמען ליינענדיג די המספיק גאזעט דעם חודש -וואס לשבחם מיז ארויס געברענגט ווערען אז זייער ארטיקלען און נייעסן ווערען געשריבען אויף א זייער הויכע ניווא- באריכטען זיי אויף די לעצטע זייט שאקירענדיגע אויפדעקונגען וואס די ציונים האבען געטון מיט די עולי תימן.
אן אריין גיין אין די נושא פאנג איך נישט אן פארשטיין ווי דער נייעס איז אריין געפאלען דארט, די אלע יארען וואס איך ליין דעם גאזעט האב איך בטעות נאכנישט געפונען קיין איין נייעס אדער ארטיקעל וואס אנבלאגט נישט צו די מעדעצינישע וועלט. איז דא עפעס א חיוב אז א יעדע צייטונג-סטיל אויסגאבע וואס ווערט ארויסגעגעבען דורך איינער וואס ווייקט זיך אין די שיטה מוז ערגעץ ארויס ווייזען זיין קנואתשאפט אפילו עס פאנגט נישט אן אריין קומען דארט? אויב אזוי זאל ער ווידמען א יעדע חודש א נייעסעל אדער באריכט איבער ציונית, און קלאר שטעלען פאר די אלע ליינער אז די גאזעט ווערט געפירט ע״פ טהרת הקודש. אפשר ווען איך וואלט ווען אויפגעוואקסען אין א צווייטער חדר וואלט איך עס פארשטאנען, אבער כהיום ווייס איך נישט וואס דער שרייבער האט געוואלט מיטן דרוקען די באריכט.
איך האב מיר אויך זייער געוואונדערט דערויף
דער איינציגער לימוד זכות וואס כ'האב געקענט טראכטן איז אז זיי רעדן בעיקר פון די קרענק וואס די תימן'ע האבן באקומען אויפן וועג און נישט פון אלע אנדערע עוולות וואס איז געטוהן געווארן קעגן זיי
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:54 pm
דורך ראש המדברים
זר זהב האט געשריבן:"
ר' אלבערט - אבער - האט זעהט אויס אפירגעקראצט עפעס א דיפרענט פאול פון אונטערן טיש און געלאפן מיט א סוב-העדליין וואס "אים" געפעלט.
.
ער האט לכאורה געניצט די גאלף אנקעטע פירמע פון ווילאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 6:14 pm
דורך אלבערט
ראש המדברים האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:"
ר' אלבערט - אבער - האט זעהט אויס אפירגעקראצט עפעס א דיפרענט פאול פון אונטערן טיש און געלאפן מיט א סוב-העדליין וואס "אים" געפעלט.
.
ער האט לכאורה געניצט די גאלף אנקעטע פירמע פון ווילאמסבורג
געקלערט צו שרייבן דאס זעלבע....
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 5:44 pm
דורך קלאר
AxJx9G7CMAEmH9_.jpg
אויפן קעפל דארף שטיין אז לאפעז זאל האבען געהאלפן די אגודה מיט די ספעשל עד בילל
ווען אין פאקט האט עס לאפעז ניטעמאל
געספאנסערט
איבערצייגט אייך דא
http://open.nysenate.gov/legislation/bill/A10722A-2011
מציצה בפה
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:51 pm
דורך יידל
אין "די אוצר" זע איך א באריכט אז אין די צעטל וועלכע די ניו יארק סיטי אינסטאנצן ווילן אז עלטערן זאלן דארפן אונטערשרייבן פארן מאכן מצב"פ שטייט אז אויב מאכט מען מצב"פ און עס מאכן זיך קאמפליקאציעס גייט מען נישט קענען טראגן די קינד צום שפיטאל, ווייל דאס איז די עלטערנס שולד.
לויט די באריכט פאריגע וואך אין די איד איבער די סיטי הירינג, איז איינע פון די טענות פון התאחדות הרבנים'ס לעגאלע טיעם אז די שטאט האט נישט ארויסגעגעבן די אינהאלט פונעם צעטל וועלכע מ'וועט דארפן אונטערשרייבן.
ווער זאגט דא ליגנט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:35 am
דורך שרגא
אין די בליץ זע איך אן עד פון דאקטאר דוד כהן. איך וויל עקסטער רעדן פון דעם משוגענעם עד וואס מאכט חוזק פון די מענטשהייט צו וועלן איינרעדן מיט אזעלכע שטותים די מאסן וואס לאזן זיך גרינג איינרעדן אין יעדע זאך. נאר דא וויל איך קודם רעדן פון דעם חלק השקר וואס זיי הייבן אן מיט'ן שרייבן אז "ווען מען גוגעלט אריין The best doctor on eartg" קומט ארויף א ליסטע מיט איבער אכציג מיליאן דאקטוירים, די ערשטע אויף די ליסטע איז "דאקטאר דוד כהן"...
זיי שרייבן אבער נישט דעם גרויסן סוד: זיין וועבסייט האט ער א נאמען געגעבן "the best doctor on earth"... אבער יעדער בליץ קויפער וועט זיך מיר שווערן אז דאקטאר דוד כהן איז דער בעסטער דאקטאר אויף דער וועלט. זיכער וועט ער זיין גרייט צו צאלן גרויס געלט זיך צו לאזן היילן ביי דעם גרעסטן דאקטאר צווישן נישט ווייניגער פון אכציג מיליאן דאקטוירים... פעך.
אגב זע איך נישט אז ס'זאל ארויפקומען א ליסטע פון מיליאנען דאקטוירים, נאר "רעזולטאטן"...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:38 am
דורך שמואל הלוי
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:53 am
דורך שמעקעדיג
די עכטע שאלה דא איז: איז עס אמת? האט דא איינער רעפערענצן? אז די פרינצן פון סאודי אראביע נוצן אים, איז דאך יש דברים "בגוי"... עכ"פ האט איינער עפעס עקספיריענס? אויב טויג ער, איז א כפרה די אדווערטייזמענטס, אויב נישט, איז די קשיא נאך שטארקער.
די "פעך" גייט ארויף אויפן בליץ - וועלכע זענען נישט די ערשטע דאס צו אדווערטייזן, דער דר. כהן טוט עס שוין יארן אין פארשידענע אויסגאבעס - צי אויפן דאקטאר אליינס? אויב איז ער אזא גוטער דאקטאר וואלט מען אים דאך געדארפט נאכלויפן אין די גאסן, אזש ער וואלט נישט געהאט קיין צייט זיך צו אדווערטייזן און ווארטן אויף פאציענטן..!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:54 am
דורך זר זהב
אויף 13'טע עוו. זעהט מען כסדר אראבישע פרינצן שפאצירן, כ'קיינמאל נישט געוואוסט ווי זיי גייען.
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 11:57 am
דורך ליפא
עטליכע וואכן צוריק איז געווען פריימערי וואלן איבעראל. דער אלטע געזעצענער קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער איז געלאפן פאר ריעלעקשען, און צום ערשטע מאל האט ער געהאט א קעגנער איינער א דרייסיג יעריגע אליווער מיכאל ראזענבערג, דער מיכאל איז א געוועזענע רעפוליקאנער און אפענע געי. ער איז געלאפן בעיקר אויף די איראנע דיל אישו וואס דער אידישער ליבעראלער נאדלער האט געשטיצט.
דער דעילי ניוס האט אינדארסט ראזענבערג טאקע וועגן נאדלער'ס איראן שטיצע, אויך האט מען ערווארטעט אז אין די אידישע געגענט פון באראפארק וועט רז''ב גוט אנציען וועגן די איראן אישו.
די רעזולטאטן איז נישט געווען א סורפרייז. נאדלער האט געווינען 90% צו ראז''ב'ס 10%!....
אבער... אין בארא פארק האט רז''ב שטארק געווינען איבער נאדלער. כמעט אלע 3000 וואוטס וואס ער האט בכלל באקומען איז געקומען פון בארא פארק.
Nadler’s overall lead was much smaller in the Brooklyn part of his district. Nadler eked out a win by one single vote with 100 percent of precincts reporting. However, in the 48th Assembly District, which is largely comprised of the Borough Park Orthodox Jewish community, Rosenberg beat Nadler 78 percent to 22 percent.
“Brooklyn voters didn’t forget Nadler’s support of the Iran deal despite an unqualified challenger,” Councilman David Greenfield (D-Brooklyn) told Jewish Insider. “It’s up to Nadler to repair the trust that he’s lost from his Brooklyn constituents.”
דער דעלי ניוס האט געשפירט פאר וויכטיג צו שרייבן אן עדיטאריעל אויף די בארא פארקע רעזאלטס:
''די אנטי נאדלער לענדסלייט''
שרייבן זיי דארט אז בארא פארק האט געשיקט א שטארקן מעסעדזש פאר דעם נאדלער.
IMG_20160715_114312.jpg
דער ליצנות טיפש בלעטל פון ר' אהרן ט''ב האט פארגעסן אז היינט איז 2016 און מ'קען נישט בי עסן יעדן, נישט יעדער האט גדר. דארט איז געווען אזא עדיטארעל:
''בארא פארק האט טאקע געשיקט א מעסעדזש''
rps20160715_115234.jpg
יעדע אות שקר. ער וויל יעדן פארנארן אז די ציוניסטישע פראפאגאנדע קעגן נאדלער איז נישט געלונגען... און דער ווייסט גאנץ פיין אז ס'איז געלונגען בעסער ווי געראכטן. רז''ב האט צושמעטערט נאדלער אין ב.פ. 80% צו 20% פאר נאדלער.
וויאזוי שפירט אזא שרייבער גוט מיט זיך ווען ער ווייסט אז ער פיטערט זיינע אקסישע ליינער מיט פלעט אוט לייעס????
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 4:44 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא: דו פרעגסט וויאזוי דער טיפש איום ונורא שמואל שלמה טעללער פונ'ם בלאט פיהלט ווען ער שטאפט זיינע ליינערס מיט טיפשות'דיגע שקרים...!
אזוי ווי זיין רעבבע סענדער דער דייטש האט געפיהלט ווען ער האט געשטאפט זיינע ליינערס מיט אפענע און גראבע שקרים. די גאנצע חילוק איז נאר אז דאמאלס איז נאכנישט געווען די טמא'נע אינטערנעט. און ר'האט געקענט איינרעדן פאר זיין עולם אלעס.
בד"וו: דער כעלעמער, שמואל שלמה טעללער קען אפילו נישט די א"ב פון דיקדוק. ווען ער שרייבט דאס ווארט ..."ציונות"...אלס שם דבר, שרייבט ער עס מיט א יוד. .."ציונית"...זי די ציונית...
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 2:37 pm
דורך מח-החושב
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 2:38 pm
דורך מח-החושב
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 1:59 pm
דורך איש את רעהו
ספענדן שווערע טויזענטערס פאר ציוניסטישע פראפאגאנדע און ארויסשלעפן בלויז '800' וויילער איז א דורכפאל און ליצנות
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 2:13 pm
דורך קנאק-יענקל
berlbalaguleh האט געשריבן:ליפא: דו פרעגסט וויאזוי דער טיפש איום ונורא שמואל שלמה טעללער פונ'ם בלאט פיהלט ווען ער שטאפט זיינע ליינערס מיט טיפשות'דיגע שקרים...!
אזוי ווי זיין רעבבע סענדער דער דייטש האט געפיהלט ווען ער האט געשטאפט זיינע ליינערס מיט אפענע און גראבע שקרים. די גאנצע חילוק איז נאר אז דאמאלס איז נאכנישט געווען די טמא'נע אינטערנעט. און ר'האט געקענט איינרעדן פאר זיין עולם אלעס.
בד"וו: דער כעלעמער, שמואל שלמה טעללער קען אפילו נישט די א"ב פון דיקדוק. ווען ער שרייבט דאס ווארט ..."ציונות"...אלס שם דבר, שרייבט ער עס מיט א יוד. .."ציונית"...זי די ציונית...
סתם אזוי אראפגעריסן א אינגערמאן א ירא שמים, וואס כאטש איך בין בכלל נישט איינשטימיג מיט זיינע שיטות און שרייבאכץ, איז ער נאך אלץ באמת א טייערער אינגערמאן, וואס זיינע שיטות אין קנאות מיינט ער נעבעך ערנסט.
קענסט האלטן אז ער איז נישט גערעכט אין אלגעמיין, אבער זיינע שיטות זענען ביי אים אויסגעבויעט, נישט קיין פליפ פלאפ, ווי אנדערע קנאות פאן-טרעגער.
און בנוגע דעם יעצטיגן אויסברוך, להוי ידוע אז ער האט נישט קיין שום שייכות מיטן "עדיטאריעל" אין יענעם נארישן צייטונג. ער שרייבט בלויז ארטיקלען וואס האבן זיין נאמען דערויף, דעם חסידי'שן עדיטאריעל און זיינע אנדערע ארטיקלען, קרית מלך רב און נאך עטליכע קלייניקייטן, און ס'קומט אים נישט די טיטלען מיט וואס דער בעל עגלה האט אים באצייכנט.
און אפילו ער קען נישט קיין דקדוק, איז מען נאך נישט חייב סקילה.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 4:40 pm
דורך איך אויך
דער בלעגלה באנעמט זיך זייער שיין לגבי וואס דער צובראכענעם טעלער פארדינט זיך.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 7:45 pm
דורך berlbalaguleh
קנאק-יענקל: לאמיך דיר ענטפערן פארוואס הרב שמואל שלמה טעללער פארדינט די טיטלען מיט וועלכע איך האב איהם באצייכנט.
ער איז אייביג ביזי (כמעט א יעדע וואך) מיט שילדערן פאר די ליינערס וואספארא טיפש און אוממענטש בנימין נתניהו איז. דאס איז דאך דא נישט די אישו. קיין איינציגער פון די ליינער פון בלאט האלט נישט ביי טון ביזנעס אדער זיך משדך זיין מיט נתניהו. אויך איז קיינער נישט קיין מחותן מיט איהם. ער דארף צו שרייבן און ארויסהייבן די רשעות (לשיטתו) פון די מדינת ישראל פאליסיס, און וויאזוי דאס שאדט פאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני.
און איבער נישט וויסן דעם ריכטיגן אויסלייג פון דעם ווארט ..."ציונות"...דאס איז דאך זיין (כמעט) איינציגע און אויסשליסליכע טעמע איבער וואס ער שרייבט. משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וועלכער האט א שיך געשעפט. און ס'קומט אריין א קאסטומער און ער/זי פארלאנגט א געוויסן שיך . און דער סוחר קען נישט צו פאסן נישט די סייז, קאליר אדער פרייז צום צופרידנהייט פון די קאסטומערס...!
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 12:31 pm
דורך היסטאריקער
מח-החושב האט געשריבן:די צייטונג 1.jpg
די צייטונג ענטפערט אויף א בריוו וואס פרעגט אים וועגן זיין "ליגענט"