בלאט 2 פון 7
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 5:18 pm
דורך קאצקע ציקער
ס' זאגט זיך זייער גיט אין ענגליש, א טייער ווארט!
We aren't what we think we are, but what we think, we are
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 5:20 pm
דורך א איד
אין אידיש:
52. מיר זענען נישט וואס מיר טראכטן אז מיר זענען, אבער וואס מיר טראכטן דאס זענען מיר.
דבר חכמה-עד דכדוכה של נפש
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 9:26 pm
דורך ירח בן יומו
מ'קען באשרייבן יעדער מענטש פון דריי אנדערע קוק ווינקלען און ס'וועט זיך גארנישט דערקענען אז מ'רעדט פון די זעלבע מענטש:
1) וואס די מענטש אליין האלט אז ער איז.
2) וואס אנדערע מענטשן האלטן אז ער איז.
3) וואס דער מענטש מיינט אז אנדערע מענטשן האלטן אויף אים.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:41 pm
דורך א איד
53. צוויי זאכן דעפינירט דעם מענטש, זיין געדולד ווען ער האט נישט גארנישט, אוון זיין וועזן ווען ער האט אלעס.
54. עס איז נישטא נאך אזא טייערע זאך ווי א פארלוירענע געלעגנהייט.
55. די שווערסטע זאך צו טראגן אי פאראיבל.
56. לעב נישט איבער די זעלבע יאר 75 מאל און רוף עס נאך א לעבן.
57. גליקליכקייט איז נישט געוואנדן און וואס עס טוט זיך ארום דיר, נאר וואס עס טוט זיך אין דיר.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 10:57 pm
דורך מאטי
56) איז קולע האבן על השערה!!!
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:56 pm
דורך געוואלדיג
יעדע מעשה האט דריי זייטן
1)זיין זייט
2)איהר זייט
3)די עכטע מעשה
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:04 pm
דורך מאטי
58) וויפיל מענטשן זענען שוין משוגע געווארן דינענדיג דעם מזבח וואס רופט זיך "נארמאלקייט."
59) וואס איז די חילוק צווישן א קאר און א פערד-און-וואגן.
א קאר זיצט דער פערד אינעווייניג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:02 pm
דורך א איד
60. מען קען נישט ארויף שטופן איינעם אויפן לייטער, נאר אויב ער איז וויליג צו קריכן דערויף.
61. עס איז נישט שווער אפצומאכן וואס איז וויכטיג פאר דיר, עס איז שווער אויס צו פיגורן וואס דו ווילסט אויפגעבן עס צו דערגרייכן.
62. גארנישט לויפט אליינס, נאר אויב עס לויפט בארג אראפ.
63. מען לערנט זיך נישט אויס וואקן דורכ פאלגן די אינסטרוקציעס, נאר דורך גיין און דורכפאלן.
64. עס איז נישטא קיין שמייכל אן קיין צווייטע איד, עס איז נישטא קיין פריינד אן קיין צווייטע איד.
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:15 am
דורך [NAMELESS]
@א איד געב ארויס דיינע מקורות פליז עס איז גאלד
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:01 pm
דורך א איד
נומער 64 קומט פון דעם ווארט אין ענגליש, נאר איך האב עס איבערגעטייטשט.
There is no SM_LE without "I" and there is no "FR_END" without "I", but I can't achieve S_CCESS without "U".
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:37 pm
דורך מאטי
דיינע איצטיגע מסקנות זענען בלויז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון פריערדיגע מסקנות וואס שפעטערע גייען נוצן בלויז צו מאכן זייערע אייגענע מסקנות וואס נאך שפעטערע גיין נוצן פאר זייערע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:57 pm
דורך א איד
66. אונז מאך מיר אלע אויסוואלן אין לעבן, צום סוף אונזער אויסוואל מאכט אונז.
67. איך האלט און איין דורכפאלן איינמאל און נאכאמאל, דאס איז די סיבה צו מיין סוקסעס.
68. טוהן מוז נישט אלץ ברענגען סוקסעס, אבער עס איז נישטא קיין סוקסעס אן טוהן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:22 pm
דורך געוואלדיג
69. אשאד צו פארפאטשקען א שיינע מעשה מיט עכטע פאקטן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:48 am
דורך א איד
70. מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס אפאר גוטע ווערטער קען טוהן מיט א לעבן.
71. רוב פראבלעמען און לעבן קומען וועגן צוויי סיבות, 1) מענטשן טוהן אן טראכטן, 2) מענטשן טראכטן אן טוהן.
72. די חילוק פון וואס דו ביסט, און וואס דו ווילסט זיין, איז דיינע מעשים וואס דו טוסט.
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 6:07 pm
דורך א איד
73. די כסדרדיגע צורך פון מאכן יענעם צופרידן, אויפן חשבון פון די אייגענע צופרידנקייט, וועט דיר חרוב מאכן דאס לעבן.
74. צומאל האבן מענטשן פיינט דעם אמת, די זאך איז נאר אז דעם אמת גייט עס נישט אן.
75. די שייכות וואס דו האסט מיט דיר אליינס, שטעלט פאר דיין שייכות מיט אנדערע מענטשן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:39 pm
דורך א איד
76. האלט דיר נישט צו קיין טעות נאר ווייל עס האט גענומען אסאך צייט עס צו מאכן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:39 pm
דורך קאווע טרינקער
77. לעב פאר זיך, ווייל א צווייטער קען דאס נישט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:43 pm
דורך קאווע טרינקער
78. אז ד'רבי בלאפט, בלאפן אלע חסידים.
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 2:00 am
דורך א איד
79. וואס מענטשן דארפן איז נישט א בריליאנטענעם מח וואס רעדט, נאר א ספעציעלע הארץ וואס הערט און פארשטייט.
80. וועסט קיינמאל נישט באמת ליב האבן א צווייטן, ביז דו האסט נישט דיר אליין ליב.
81. די גרעסטע ריזיקע אין לעבן, איז נישט צו נעמען קיין ריזיקע.
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 2:01 pm
דורך שמעקעדיג
אידעלע, דו האקסט שטיקער פון מיר!!!
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:42 am
דורך א איד
82. עס איז נישט אזוי שלעכט צו זיין גוט, און עס איז נישט אזוי גוט צו זיין שלעכט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:40 am
דורך הויזן טראגער
83. סוקסעספולע מענטשן האבן שטענדיג צוויי זאכן אויף זייערע ליפן,
א שטילשווייגעניש אין א שמייכל,
א שמייכל צו סאלווען די פראבלעמען, אין א שטילשווייגעניש צו פארמיידן די פראבלעמען.
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:21 pm
דורך געוואלדיג
84. די גוטע צייטן זענען געווען אזוי לאנג צוריק אז מען געדענקט שוין נישט אז עס איז נישט געווען אזוי גוט.