אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
חאצקל האט געשריבן:קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...
צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.
ער מיינט צוזאגן אז זיי האבן נישט מיט'ן מציאות פון אויבן און אונטן.
איך האב מיך פארגעשטעלט אז ער ווייסט דאס, כ'נאר געשריבן להוציא מלבן, אז דר'עולם זאל נישט האבן קיין טעות.
קווארטין האט געשריבן:כאב געהערט אז די חכמה פון מייקראוועיו האבן סייענטיסטן אויסגעטרפן דורכדעם וואס מ'איז געווען אין ספעיס. ווייסט איינער דא צוזאגן דערוועגן?, אויך וואס איז דאס מייקראוועיוו, און מיט וואס איזדאס אנדערשט ווי א געווענליכע אויוון לגבי כשרות/בליעות וכדו. אויב איינער קען דאס מבער זיין, תבוא עליו ברכה.
וואס ווילסטו מבער זיין? די מייקראוועיוו אדער די געהעריגע אויווען?...
די מייקראוועיוו, די טעכניק דערפון, וויזוי ס'ארבייט, און דאס ברענגט אוטומאטיש א חילוק להלכה, קודם כל אז מ'קען אריין לייגן א דאבעל-רעפד עסן אין א נישט כשר מיקראוועיוו, אין דאכטזיך מיר אז לגבי כשר'ן איז אויך דא א חילוק פון א געהעריגן אויוון, אויב מ'קען בכלל כשרן א מיקראוויעיוו. פארשטייטזיך אז דע נושא קומט נאר אריין אויב די חכמה מיקרגוועיוו, האט מען דערשנאפט פון ספעיס.
גראדע די מייקרא-וועיוו קומט נישט פון NASA, אבער אסאך אנדערע ערפונדיגען וואס מיר נוצן יעדען טאג קומט יא פון זיי, און לאו דוקא אז מ'האט געטראפן די טעכנעלאגיעס אויפן לבנה, נאר כדי צו שיקן מענטשען אהין זענען זיי אויפגעקומען מיט די זאכן, ווי למשל, זיי האבן ערצייגט א וועג פון מעסטען די טעמפעראטור און ראדיעישען פון ווייטע שטערענס, און די זעלבע טעכנעלאגיע ווערט גענוצט פאר די פיבער מעסטערס וואס מ'לייגט אין די אויערען, וואס מעסט די טעמפעראטור פונעם אויער דראם. כדי די געצייג פון די אסטראנאטן זאלן זיך נישט צוקראצט אין די הויכע ספערן פון ספעיס שטויב און ברוכווארג, ספעציעל די פענסטערל פון די העלמעט, זענען זיי אויפגעקומען מיט אום-קריצבארע (סקרעטש ריזיסטענט) גלאז וואס ווערט היינט גענוצט אין אויגן גלעזער. אנטי אייסינג וואס מ'נוצט פאר עראפלאנען קומט פון נאסא. די גריבעלעך און קריצן אויפן זייט פון הייוועיס וואס מאכן נויס ווען מ'פארט אראפ פונעם לעין קומט אויף פון נאסא. געוויסע וואסער פילטערינג טעכנעלאגישע דורכברוכן קומט פון זיי, זיי האבן ערצייגט די טעכנעלאגיע וואס לאזט די איינוואוינער אויפן אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער איבערצוניצן (לייען: איבער צו טרינקען) די וואסער דארט מערערע מאל.
דאס איז נאר אפאר פון די הונדערטע זאכן וואס מיר האבן צו באדאנקען אונזער ספעיס פראגראם.
חאצקל האט געשריבן:קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...
צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.
ער מיינט צוזאגן אז זיי האבן נישט מיט'ן מציאות פון אויבן און אונטן.
איך האב מיך פארגעשטעלט אז ער ווייסט דאס, כ'נאר געשריבן להוציא מלבן, אז דר'עולם זאל נישט האבן קיין טעות.
אויבן און אונטן איז גראדע יא א מציאות. וויבאלד די וועלט גייט ארום די זון איז דא אן אורביט וואס אויף דעם פארט די וועלט, און לגבי די אורביט איז איז איין זייט אלעמאל אויבן און איין זייט אלעמאל אונטן. אזוי ווי א באלל וואס פארט אויף טרעקס אבער אנשטאט זיך רואלען ריקט זיך עס גראד ווי א טרעין. קומט אויס אז אפילו אויב די באלל כלפי עצמו האט נישט קיין אויבן און קיין אונטען אבער כלפי די טרעקס איז דא איין זייט פונעם באלל וואס זיצט כסדר אויף די טרעקס - און דאס רופט מען דעם אונטען, און די אנדערע זייט איז אלעמאל אויף ארויף (כלפי די טרעקס) - און דאס רופט מען דעם אויבן.
איך האף אז איך האב עס געניג קלאר מסביר געווען, און אויב נישט, ואתכם הסליחה.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
אויב די פארשטייסט ביי די טרעקס אז די זייט וואס זיצט אויפן טרעקס איז די אונטען און די פארקערטער זייט איז אויבן, פארוואס פארשטייסטו נישט די זעלבע מיט די וועלט כלפי די אורביט.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
אמת אז מען קען איבערדרייען די גאנצע זאך און זאגן אז SOUTH איז אויבן און NOTRTH איז אינטען. אבער דאס בלייבט אלעמאל אז NORTH און SOUTH זענען די אויבן מיט די אינטען און נישט EAST און WEST אדער NE NW SE SW און דאס איז נאר צוליב די אורביט. יעצט פארוואס NORTH הייסט אויבן און נישט SOUTH, אויף דעם איז דער ענטפער זייער פשוט. וויבאלד בימים ההם האבן מענטשען (עכ"פ אסטראנאמערס) נאר געוואוינט אין די northern hemisphere האבן זיי גערופן זייער זייט 'ארויף' און די אנדערע זייט אראפ.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
נאך א פשט האט געשריבן:אמת אז מען קען איבערדרייען די גאנצע זאך און זאגן אז SOUTH איז אויבן און NOTRTH איז אינטען. אבער דאס בלייבט אלעמאל אז NORTH און SOUTH זענען די אויבן מיט די אינטען און נישט EAST און WEST אדער NE NW SE SW און דאס איז נאר צוליב די אורביט. יעצט פארוואס NORTH הייסט אויבן און נישט SOUTH, אויף דעם איז דער ענטפער זייער פשוט. וויבאלד בימים ההם האבן מענטשען (עכ"פ אסטראנאמערס) נאר געוואוינט אין די northern hemisphere האבן זיי גערופן זייער זייט 'ארויף' און די אנדערע זייט אראפ.
און דאס האב איך געשריבן אויבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס
אבער דאס אז זיי האבן געוואונט אין די נארטערן העמיספעיר מאכט נאך נישט נארט זאל זיין אויבן, דאס איז נאר די סיבה פארוואס ביי אונז הייסט עס אויבן, און מאפעס ווערן געמאלן מיט נארט אויף ארויף.
די אקסיס זאגט נאר אז יענע נקודה אויפן כדור איז א מקום מסוים, עס זאגט אבער נישט אז דארט איז אויבן און אונטן, עס וואלט געקענט זיין אז מזרח ומערב זענען אויבן און אונטן, און די וועלט דרייעט זיך ווי די רעדל פון א קאר.
אויף דעם האט נאך א פשט מחדש געווען אז זיי זענען יא אויבן און אונטן מכח די ארביט.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
די זון האט 332,950 מער מאל מעס ווי די ערד, אבער סורפעיס גרעוויטי, וויבאלד די סורפעיס איז סאך ווייטער פונעם קאור (core) איז די השפעה פון די גרעוויטי שוין אפגעשוואכט. איי מייט בי ראנג, עכ"פ דאס זענען די נומבערס וואס כ'האב געטראפן פון א שנעלע גוגל סוירטש.