בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:03 am
דורך גנדי
לא להנאת גופי האט געשריבן:האסט געהעריג פארפאסט דעם פוינט.
אבער אגב וועגן דער אויבן דערמאנטעם ליסט, אלע זענען היימישע חסידישע אינגעלייט.
כ'האב מורה אז דו ביסט פשוט ''פאקט-לאז''. א פראבלעם וואס google קען גאר שטארק ארויסהעלפען. הגם נישט אייביג .
און וועגן פארבס. איזי ענגלענדער [א תלמיד פון באבוב] איז נישט דארט?? וועלכע ליסט האסטו געקוקט? פון 2014?
איך וויל זיך נישט מתווכח זיין אויף יחידים. ווייל מען וועט קיינמאל נישט פערטיגען. איך רעד בכלליות. איינער וואס קען א גוטן ענגליש האט מער שאנסען צו מצליח זיין אין לעבן. בפרט אין די קומענדיגע דור.
וועגן איזי ענגלענדער׳ס חינוך.
while in high school. During college, he interned at Oppenheimer & Co. (where his future brother-in-law, Jack Nash, would eventually become president and chairman) and at the New York Stock Exchange. In 1970, he graduated from New York University with a B.S. in finance. His first full-time job was with the Wall Street firm Kaufmann, Alsberg & Co. He later enrolled in New York University's MBA program in the evenings but never completed the degree.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:13 am
דורך petergrifin
http://www.starsnacks.net/
דער באלעבאס איז ר׳ מענדל בראכפעלד נ׳י. א באבעװ׳ער תלמיד
װי מען לערנט ענגליש .
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:19 am
דורך petergrifin
גנדי האט געשריבן:
אונז וויל מיר אונזערע קינדער זאלן קענען ענגליש אזוי גוט ווי אונזערע זיידעס און באבעס האבן געקענט אונגאריש. איך פארשטיי נישט פארוואס בעטן א בעסערן חינוך פאר אונזערע קינדער זאל דיר אזוי אויפרעגען.
א זײטיגע הערה. איך האב קײנמאל נישט פארשטאנען די אידענעס װאס פלעגן פלאפלען הויך אין אונגעריש אבער פלעגן שרײען
אויף די יונגװארג פארװאס זײ קענען נישט קײן אינגעריש און רעדן די טריף׳נה ענגליש.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:49 pm
דורך Kool man
פאוואליע ברידער!!
אמת אז דער ענגעליש דארף א תיקון, און אויף דעהם זענען די ווילדע קינדער שולדיג, ווייל רוב מוסדות האבען געשניטען די שעות ענגעליש אויף העלפט פון אמאהל, ווייל די קינדער פלעגען ווילדעווען ביי ענגעליש
יעצט צום ענין, אונזערע יודעלעך האבען אלע דורכשניטליך פיר אדער פינעף מאהל אזויפיהל קינדער ווי דעם דורעכשניט גוי אדער מאדערענע יוד, די טאטע דארף שפייזען, אנטוהן, קליידען , צאלען קעמפ און שכר לימוד, און אויסהאלטען ביז די חתונה ועד בכלל, מאכט ברית, בר מצוה און חתונה אלע זיינע קינדער, דארף אויסרישען און צושטעלען א דירה פאר אלע, דא ליגט דער סוד, נישט אין עדיוקעישען!!!
א. מינימום קאסט די לעבען פילפאכיג מערער ווי א גוי, כ"ש מיט די אויפגעריסענע סטאנדארטען וואס מיר לעבען, דאס דארף א תיקון, די דירות, קארס, די חתונות, שימחות, אנטוהן וכו' וכו' וכו' אלעס גביר סטאנדארט, דא ליגט דער הונט באגראבען!
ב. די דורעכשניט אינקאום פון אונז איז גארנישט ווייניגער ווי די גוי וואס איז געגאנגען אין קאלעזש [איך רעדט נישט פון די מיעוט היי קלעס וואס ווערען גרויסע לויערס און דאקטוירים] וכדו',...
יעצט די יודעלעך זענען
א. א עם חכם ונבון, איידיעס און איינפאלען עד להפליא
ב. יודען זענען עזין שבאומות, חוצפה און גאטס אהן א שיעור, מ'שפרינגט אריין אין נייע ביזנעסעס, מ'קויפט הייזער ווען מ'פארמאגט קוים געלט, מ'טוט געוואגטע זאכען,
ג. צו דעהם איז פאר א היימישע יוד גאר גרינג צו טרעפען א שותף, אדער א הלואה, א קאמיוניטי וואו ס'איז דא טראסט, ארגאניזאציעס און גוטע פריינט וואס בארגען געלט, יודען העלפען איינער דעם צווייטען זיך בויען און אהערשטעלען, אזוי קען פון א כולל יונגערמאן ביז א פאר יאר זיין א היפשער גביר, דאס איז דער מציאות
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 12:53 pm
דורך לא להנאת גופי
קאווע טרינקער האט געשריבן:לא להנאת גופי, איר זענט בכלל נישט להנאת רוחי, אנטשולדיג.
לאמיר זאגן אז מ'קען מאכן פרנסה אן קענען ענגליש, איז דאס אבער א חסרון אינעם מענטשליכקייט פון אן אמעריקאנער געבוירענער, און מאכט א חילול השם מיט זיין צוהאקטע ענגליש.
מ'קען זיין א פרומע איד אן קענען לשון הקודש, אלע הלכה ספרים און תורות אויף די סדרה איז דא צו קויפן אין אידיש, אבער ווי פאסט דאס אז א איד זאל נישט קענען זיין שפראך.
כלל ישראל, ביז 50 יאר צוריק האט קיינמאל נישט געהאט א נעגעטיווע attitude צום נאציאלע שפראך.
חילול השם??? אהא. איך זעה מוט וועם איך האב דא ציטון, דו גייסט מסתם נישט אין מינהעטען ווייל דיין פורים קאסטיום מאכט אן געפערליכע בושות. ווען איינער פרעגט דיר וועגן ארץ ישראל מוט אזאה זאגסטו אוואדיא אז דו ביסט געהעריג מוט עם, און אקעגן די אקאפאציע'ס , גייסט מסתם 'זשורי דורי' ווייל ביסט לויאל צו דיין מדינה, ווער רעדט נאך פון זיין קארעקט אויף דער ביכער, און פארציילען יעדער דאלער געהעריג. יושר'דיג. חול המועד פארשטעקטסטו זיך אינדערהיים ווייל מ'קען דאך נישט ווייזען דער גוי אזא מאדנע חאלאט... וכו' וכו'.
בקיצור דו לעסט אין א אייגענע תפיסה.
קיינער זאגט נישט אז ''מ'דארף'' נישט קענען ענגליש. קיינער זאגט אויך נישט אז ס'האט עפעס מוט די תורה נישט צי לערנען א אומנות.
וואס איך זאג יא איז,
אז ב''ה מיר זענען זייער טויגלעך און מיר געבן זיך זייער פיין אן עצה אן די אלע זאכן.
אויב ח''ו די קומידיגע דור וועט זיין אנגעריקט, האט קיינער נישט קיין ספק אז מ'וועט מוט די צייט לייגען מער דגוש אויף ענגליש. אבער איך בין א מאמין אין עוועלוציע, און מיינע קינדער זענען מער געלונגען ווי מיר, פארדעם זארג איך מיר נישט פאר זייער עתיד.
פארשטאנען????
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 6:15 pm
דורך גנדי
די שמעקסט מיר ווי א ישראלדיגער. ווי קומסטו בכלל אריינצורעדן אין אמעריקאנער חינוך.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 7:12 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:כלל ישראל, ביז 50 יאר צוריק האט קיינמאל נישט געהאט א נעגעטיווע attitude צום נאציאלע שפראך.
מהיכי תיתי? ווען איך לייען היסטאריע, זעה איך כסדר ווי די אמאליגע רבנים (לאו דוקא חסידישע) האבן זיך געשטעלט אין די לענג און אין די ברייט נישט צו ערלויבן לשון העמים אדער סיי וועלכע גוי'אישע לימודים אין די מוסדות התורה, פון די וואלאזשינע און בריסקע גדולים, ביז דער חפץ חיים און דער חזון איש בימינו אלה.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 7:13 pm
דורך שבת אחים
לא להנאת גופי האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:לא להנאת גופי, איר זענט בכלל נישט להנאת רוחי, אנטשולדיג.
לאמיר זאגן אז מ'קען מאכן פרנסה אן קענען ענגליש, איז דאס אבער א חסרון אינעם מענטשליכקייט פון אן אמעריקאנער געבוירענער, און מאכט א חילול השם מיט זיין צוהאקטע ענגליש.
מ'קען זיין א פרומע איד אן קענען לשון הקודש, אלע הלכה ספרים און תורות אויף די סדרה איז דא צו קויפן אין אידיש, אבער ווי פאסט דאס אז א איד זאל נישט קענען זיין שפראך.
כלל ישראל, ביז 50 יאר צוריק האט קיינמאל נישט געהאט א נעגעטיווע attitude צום נאציאלע שפראך.
חילול השם??? אהא. איך זעה מוט וועם איך האב דא ציטון, דו גייסט מסתם נישט אין מינהעטען ווייל דיין פורים קאסטיום מאכט אן געפערליכע בושות. ווען איינער פרעגט דיר וועגן ארץ ישראל מוט אזאה זאגסטו אוואדיא אז דו ביסט געהעריג מוט עם, און אקעגן די אקאפאציע'ס , גייסט מסתם 'זשורי דורי' ווייל ביסט לויאל צו דיין מדינה, ווער רעדט נאך פון זיין קארעקט אויף דער ביכער, און פארציילען יעדער דאלער געהעריג. יושר'דיג. חול המועד פארשטעקטסטו זיך אינדערהיים ווייל מ'קען דאך נישט ווייזען דער גוי אזא מאדנע חאלאט... וכו' וכו'.
בקיצור דו לעסט אין א אייגענע תפיסה.
קיינער זאגט נישט אז ''מ'דארף'' נישט קענען ענגליש. קיינער זאגט אויך נישט אז ס'האט עפעס מוט די תורה נישט צי לערנען א אומנות.
וואס איך זאג יא איז,
אז ב''ה מיר זענען זייער טויגלעך און מיר געבן זיך זייער פיין אן עצה אן די אלע זאכן.
אויב ח''ו די קומידיגע דור וועט זיין אנגעריקט, האט קיינער נישט קיין ספק אז מ'וועט מוט די צייט לייגען מער דגוש אויף ענגליש. אבער איך בין א מאמין אין עוועלוציע, און מיינע קינדער זענען מער געלונגען ווי מיר, פארדעם זארג איך מיר נישט פאר זייער עתיד.
פארשטאנען????
אין וועמענס נאמען רעדסטו? וואס הייסט
מיר? אויף וועלכע פלאנעט וואוינסטו? האסט שוין אמאל גערעדט צו א בעה"ב פון א היימישע גראסערי אדער פיש סטאר?? געב אים נאר א פרעג ווי זיין BOOK האלט און ווי שווער ס'קומט אהן דעם עולם צו באצאלן און וויפל מ'דארף יעדעם מוטשענען ביז מ'זעט א דאללער,
רוב מענטשן אין אונזער סאסייעטי קענען ליידער נישט ענדיגן די חודש, מ'איז שולדיג אין גראסערי, אין בוטשער, שכר לימוד, מ'האט שוין אָנגעזעצט אלע קרעדיט קארדס, געבארגט א שיינע פּאָר אלפים פונעם רייכען שוואגער, און יעצט האלט מען שוין ביי טיי אווענטס , האַק נישט אין קאפּ אריין! און מאך מער ריסעירטש פאר דו שרייבסט וועגן די היימישע עקאַנאַמי! ס'וועט גארנישט געשעהן אז מ'וועט לערנען אביסל ענגליש אַנשטאָטס די בחורים זאלן ריקען פּאַרענטשעס פארן רבי'ן! נפתלי מאוסטער איז ליידער הונדערט פראצענט גערעכט לדעתי, און אפילו ע"פ תורה
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:11 pm
דורך איחוד פעלד
ביי די מאדערנע ארטעדאקס, ווי מען לערנט א פעסטע ענגליש, און מען גייט קאלעדזש, איז די פרנסה בעסער?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
איחוד פעלד האט געשריבן:ביי די מאדערנע ארטעדאקס, ווי מען לערנט א פעסטע ענגליש, און מען גייט קאלעדזש, איז די פרנסה בעסער?
זיי זענען סך הכול אונזערער די אקאנטענטס און לויערס פאר אונזערע ביזנעס לייט אבער די געלט איז ביי אונז. (קרעדיט סאטמאר רב געזאגט פאר וויענער רב)
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:18 pm
דורך גנדי
איחוד פעלד האט געשריבן:ביי די מאדערנע ארטעדאקס, ווי מען לערנט א פעסטע ענגליש, און מען גייט קאלעדזש, איז די פרנסה בעסער?
לויט ווי איך הער איז ביי זיי אסאך בעסער רוב מאכן איבער 100K א יאר. אן פס און סעקשאן 8
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:23 pm
דורך ירח בן יומו
גנדי האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:ביי די מאדערנע ארטעדאקס, ווי מען לערנט א פעסטע ענגליש, און מען גייט קאלעדזש, איז די פרנסה בעסער?
לויט ווי איך הער איז ביי זיי אסאך בעסער רוב מאכן איבער 100K א יאר. אן פס און סעקשאן 8
און ביי זיי צאלט מען צענידליגע אלפים פאר שכר הלימוד, ומה הועילו חכמים בתקנתם? סוכ"ס בלייבן אלע אויסגעליידיגט.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
צוואנציג אלפים שכר לימוד א יאר. יא האסט גוט געהערט, און ישיבה ספרינג וואלי און מאנסי צאלט מען אכצען.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:35 pm
דורך יואב
ירח בן יומו האט געשריבן:גנדי האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:ביי די מאדערנע ארטעדאקס, ווי מען לערנט א פעסטע ענגליש, און מען גייט קאלעדזש, איז די פרנסה בעסער?
לויט ווי איך הער איז ביי זיי אסאך בעסער רוב מאכן איבער 100K א יאר. אן פס און סעקשאן 8
און ביי זיי צאלט מען צענידליגע אלפים פאר שכר הלימוד, ומה הועילו חכמים בתקנתם? סוכ"ס בלייבן אלע אויסגעליידיגט.
נניח ס'איז ממש אזוי, איז הא תינח אז דער חסיד צאלט זיינע שכר לימוד ביללס פאר נאר צוויי קינדער. אבער אז דער ברויך צאלן פאר י"ב שבטי קה ואידך בלויז פאר צוויי קינדער – וואס ער האט נאך יישוב הדעת אראפגעברענגט אויף דער וועלט נאכן זיך פירן אויף דעם דרך פון בעלי דעה וואס דער רמב"ם שמועסט אויס אין הלכות דעות – דאן איז לכאורה נישט קיין פארגלייך אפילו פראפארציענאל.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:38 pm
דורך ירח בן יומו
נישט ריכטיג, ווייל אויב מ'גיבט א העכערע עדיוקעישן קאסט דאס אפ טבין ותקילין, און סוכ"ס האלט יעדער איינער ביי 0.
אז מ'גייט ארויס אביסל אין אנדערע קרייזן, ארבייט מען א גאנץ לעבן אוסצוצאלן די עדיוקעשין.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:39 pm
דורך יאיר
דארף מען גרינדן א קהילה וואס זאל ברענגען פרנסה און האבן קינדער ווי די מאדערן ארטאדאקס, און צאלן שכר לימוד און נעמען פראגראמען ווי די חסידים.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:52 pm
דורך petergrifin
יאיר האט געשריבן:דארף מען גרינדן א קהילה וואס זאל ברענגען פרנסה און האבן קינדער ווי די מאדערן ארטאדאקס, און צאלן שכר לימוד און נעמען פראגראמען ווי די חסידים.
איז דא אזא באשעפעניש?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:58 pm
דורך דריידל
ירח בן יומו האט געשריבן:גנדי האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:ביי די מאדערנע ארטעדאקס, ווי מען לערנט א פעסטע ענגליש, און מען גייט קאלעדזש, איז די פרנסה בעסער?
לויט ווי איך הער איז ביי זיי אסאך בעסער רוב מאכן איבער 100K א יאר. אן פס און סעקשאן 8
און ביי זיי צאלט מען צענידליגע אלפים פאר שכר הלימוד, ומה הועילו חכמים בתקנתם? סוכ"ס בלייבן אלע אויסגעליידיגט.
ווילאנג די מוסדות באלאנגן פאר חסידות'ן וועט שכר לימוד בלייבן נידריג צוליב די קאמפעטישאן ווי יעדער זיכט צו האבן ווי מער קינדער (עכ"פ, זיי ווילן נישט פארלירן די אייגענע זאלן פאשן אין פרעמדע פעלדער). לכבוד דעם איז אוועקגעשטעלט א שנאר אפאראד. די ב"פ מוסדות מאכט אן אפיעל אין וויליאמסבורג און די מאנסיער מוסדות מאכן א דינער אין לאנדאן וכו'.
אנדערש איז אבער ביי די ליטווישע און מאדערנע ווי די מוסד איז געעפענט געווארן דורך איינער וואס וויל האבן א מוסד פאר זיינע קינדער לויט זיין געשמאק אדער ווייל ער וויל פשוט עפעס טון פאר אידישקייט. זיי זענען צופרידן אז די קלאסן זענען פול און זענען נישט אינטערעסירט זיך צו מיטשענען צו דעקן די קאסטן. פאר יעדעס יאר, האט מען א בודזשעט וואס ס'דארף קאסטן און דאס ווערט צעטיילט פער תלמוד, און דאס איז די שכר לימוד וואס מ'פארלאנגט.
סאו, ווילאנג די בנשק'לך זענען זיך פרה ורבה זעמיר פארזיכערט מיט ביליגע שכר לימוד
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 12:20 am
דורך טרופ תלמיד
גנדי האט געשריבן:איך האב יעצט אדורך געקוקט נאכאמאל די פארבס ליסט פון רייכסטע מענטשאידן אין די טריי סאיך . האב.
נישט געטראפען קיין איין חסידישע. אידן אסאך. אבער נישט חסידישע.
די ברענגט צוויי לעיקוואד חברה. דוכט זיך אין לעיקוואד לערנט מען בעסער ענגליש. און אלע קענען גוט רעדן און ליינען ענגליש.
אונז וויל מיר אונזערע קינדער זאלן קענען ענגליש אזוי גוט ווי אונזערע זיידעס און באבעס האבן געקענט אונגאריש. איך פארשטיי נישט פארוואס בעטן א בעסערן חינוך פאר אונזערע קינדער זאל דיר אזוי אויפרעגען.
אין לעיקוואד איז דא אסאך. למשל אזא טענדער טאטש מאכט מן הסתם אפאר הונדערט מיליון אין סעילס.
אפשר עפענט מען אויף א פרישע אשכול מיט אלע גרויסע קאמפעניס געפירט דורך היימישע אידן אין די טריי סטעיט איריע
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 12:22 am
דורך יאיר
דריידל, דאס איז נישט ריכטיג. די סיבה פארוואס מיר צאלן אזוי ווייניג שכר לימוד איז טאקע ווייל מען גיבט נישט קיין עדיוקעישאן, קען מען נעמען כולל יונגעלייט און צאלן 400 דאלער א וואך צו טיילן פעטש פאר די חדר יונגלעך.
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:44 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
מורי ורבותי
מען טאר נישט קענען גיין גויאישער שפראך
עס פארשטאפט דער מוח
ב''ה געלויבט דער אייבישטער איך קען נישט קיין ענגליש
זייטס מיר געזונט
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:58 am
דורך petergrifin
And have a nice day.
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:59 am
דורך קאווע טרינקער
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:מורי ורבותי
מען טאר נישט קענען גיין גויאישער שפראך
עס פארשטאפט דער מוח
ב''ה געלויבט דער אייבישטער איך קען נישט קיין ענגליש
זייטס מיר געזונט
וואו קומט צו דיר אזא פארשטאפטע מוח?