בלאט 2 פון 4
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:13 am
דורך רויטע וואנצעס
דאס איז קלאר זאלסט נישט גיין צו א ביזנעס קאנסאלטינט. איך וואלט מציע געווען זאלסט דיר אומקוקן אין דיין סביבה, אין ביהמ"ד, א קרוב וכדומה וואס איז א מוצלח'דיגער גראדער מענטש און אויך נישט א אינוועסמענט געמבלער.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:56 am
דורך [NAMELESS]
הגם א ביזנעס קאנסאלטענט וואלט געווען א זאך וואס וואלט אסאך געהאלפן אנ"ש איז אבער די מצב היינט אז אפאר יודעלעך וואס זענען נישט געאייגענט צו גארנישט פארקויפן זיך פאר ביזנעס קאנסאלטענט'ס און ווייסן נישט בחייכון חוץ אפאר ביזנעס אויסדרוקן וואס זיי האבן געהערט פון אנדערע און מוז נישט זיין גילטיג און דיין פאל. מילא איז די עצה אראפ פון טיש ביי אונז, אזוי ווי @רויטעוואנצעס זאגט איז די ריכטיגע מהלך, פשוט נעם א מענטש וואס טוט און ווייסט וויאזוי מטוט צום זאך און גיי דורך דיין מהלך מיט אים.
לגבי דעזיינען און manufacturing אייגענע פראדוקטס מוז מען יא זיין בקשר מיט איינעם וואס טוט עס שוין, ס'איז א וועלט פאר זיך, אבער ווייטער נישט ביי קאנסאלטענט'ס נאר ביי עקספיריענס'ד ביזנעס לייט, געווענדליך וועלן מענטשען העלפן בחינם פשוט פאר די געפיל פון העלפן א יוד.
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:08 pm
דורך positive.yid
איך זוך נישט א עצה געבער, איך זוך איינער וואס ווייסט וואס איך ווייס נישט. ווי למשל, וויפיל איז נארמאל צו צאלן פאר א וועב זייטל? וויפיל % פון מיין אייגען געלט און וויפיל הלוואות? לוינט זיך צו נעמן א שותף?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:45 am
דורך קורקלענד
לעיקוואד האט געשריבן:סאו שארק טענק איז דער מלמד וואס לערנט דער עולם אויס ביזנעס? שיין זעהן מיר אויס..
קאווע שטיבל איז א בעסערע מלמד? פאר איינער וואס פארלאזט זיך אויף ק"ש איז ש"ט אויך גוט!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 12:42 pm
דורך שמעקעדיג
עס וואלט געווען א אויסטערלישע תועלת אז עס זאל זיך עפענען א מכון (אפילו פאר אן אפצאל) ארויסצוהעלפן היימישע יונגעלייט אריינגיין אין ביזנעס. מיט ראט און טאט, אויסלערנען לכה"פ די מינימום געזעצן און יסודות פאר ביזנעס, און באגלייטן פאר די ערשטע שטיק צייט ביז יענער שטייט שוין פעסט אויף די 2 פוס.
איך רעד פון עקספיריענס. שוין 2 סארטן ביזנעס וואס איך האב געהאלטן ביים עפענען, כ'בין שוין געזעצן מיט מבינים און קאנסאולטענטס, און משום דברים של מה בכך האב איך נישט געהאט די דרייסטקייט און באקאנטשאפט ווי אזוי אריינצושפרינגען. היינט זעה איך אז ביידע סארט ביזנעסער זענען שוין סוקסעספול געווארן אויפגעשטעלט דורך אנדערע אידן, און כ'רייס מיר די האר פון קאפ אז כ'האב נישט געהאט די שכל און די הילף צו זיין דער ערשטער, מיט יארן צוריק ווען קיינער האט נאך נישט גע'חלומ'ט דערפון.
כ'ווייס נישט צו ש"ט צי ק"ש, אפאר דאס איז אמאל זיכער אז אפאר היימישע בעלי בתים זאלן עפענען אזא מכון וואלט עס געקענט ארויסהעלפן אן א שיעור אידן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:24 pm
דורך מעקס
כוכב האט געשריבן:@עזריאל איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?
עס איז דא פאר דעם agents וואס פאר אפאר דאלאר קאנעקטען זיי דיר מיט פראדוקציע קאמפעניס אין טשיינע .
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 10:33 pm
דורך [NAMELESS]
מעקס האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:@עזריאל איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?
עס איז דא פאר דעם agents וואס פאר אפאר דאלאר קאנעקטען זיי דיר מיט פראדוקציע קאמפעניס אין טשיינע .
א אגענט נעמט זייער טייער. אויב מ'פלאנט א ביזנעס איז נישט די פלאץ טשיינע קודם צאל מער און פראדעציר און אמעריקא און קען גוט די פראדוקט און אויב ס'ארבעט זיך אויס דאן גיי קיין טשיינע פאר פראדאקשען.
אויך נאכדעם קען מען זיך א עצה געבן אן א אגענט. מיר פארמאגען אסאך גוטע יודען וואס קענען גוט די מארקעט און העלפען דעם עולם, איך ווייס איינעם וואס האט באקומען הילף פון יוסי איצקעוויטש פון toys 4 u אויב קענסטו אים געב אים א קאלל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 10:50 am
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:44 pm
דורך positive.yid
געזעהן דעם עד. אבער אז זיי האבן נישט קיין וועב סייט ווי מ'קען זעהן סעמפעלס פון זייערע שטודיעס, און ווער זענען די ריסערטשערס, וועלעכע אינווערסיטי האבן זיי גראדיעטעט, איז עס נישט מער ווי א געלונגענע גוגעל זיכער.
העל איך פרעגן אין אישי [tag]געפילטע פיש[/tag]
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:09 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:עס וואלט געווען א אויסטערלישע תועלת אז עס זאל זיך עפענען א מכון (אפילו פאר אן אפצאל) ארויסצוהעלפן היימישע יונגעלייט אריינגיין אין ביזנעס. מיט ראט און טאט, אויסלערנען לכה"פ די מינימום געזעצן און יסודות פאר ביזנעס, און באגלייטן פאר די ערשטע שטיק צייט ביז יענער שטייט שוין פעסט אויף די 2 פוס.
איך רעד פון עקספיריענס. שוין 2 סארטן ביזנעס וואס איך האב געהאלטן ביים עפענען, כ'בין שוין געזעצן מיט מבינים און קאנסאולטענטס, און משום דברים של מה בכך האב איך נישט געהאט די דרייסטקייט און באקאנטשאפט ווי אזוי אריינצושפרינגען. היינט זעה איך אז ביידע סארט ביזנעסער זענען שוין סוקסעספול געווארן אויפגעשטעלט דורך אנדערע אידן, און כ'רייס מיר די האר פון קאפ אז כ'האב נישט געהאט די שכל און די הילף צו זיין דער ערשטער, מיט יארן צוריק ווען קיינער האט נאך נישט גע'חלומ'ט דערפון.
כ'ווייס נישט צו ש"ט צי ק"ש, אפאר דאס איז אמאל זיכער אז אפאר היימישע בעלי בתים זאלן עפענען אזא מכון וואלט עס געקענט ארויסהעלפן אן א שיעור אידן.
ס'פארהאן אזא מכון, מער ווי איינס. זיי הייסן היי סקול, קאלעדזש, ביזנעס סקול...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:35 am
דורך יידל
ראשעקאל האט געשריבן:לעיקוואד, זייער אסאך גרויסע ביזנעס מענשטען לויבן אויס שארק טענק אז מ'קען זיך זייער אסאך לערנען דארטען.
עמעזאן האט א פעטענט אויף זייער וואן קליק באטאן.
וויאזוי איז וואן קליק א סערוויס? וואן קליק איז א טעכנעלאגיע. א נייע טעכנעלאגישע אויסטרעף קען מען פעטענטן. א געדאנק פון א סערוויס (ווי למשל uber אדער airbnb) קען מען נישט פעטענטן. וואס זיי קענען יא פעטענטן איז א געוויסע אויסטרעף אין טעכנעלאגיע וועלכע וועט זיין דירעקט פארבינדן מיטן סערוויס אזוי אז עס זאל זיין שווער פאר אנדערע נאכצומאכן.
וואס מ'האט זיך גע'טענה'ט וועגן זיין דער ערשטער אויף די מארקעט: דאס איז נאר גילטיג לגבי א פיזישע אייטעם אויפן שעלף. ווען ס'קומט צו א סערוויס, נאכדערצו א טעכנעלאגישע סערוויס, איז זיין דער ערשטער בכלל נישט קיין מעלה. אויב מאכסטו אן עפפ פאר א רעוואלוצינערישע געדאנק, אבער די עקסעקיושען איז נישט גוט, אדער אפילו עס איז יא גוט אבער א ריז ווי גוגל אדער ווער גנב'ט דעם געדאנק און מאכט עס נאך בעסער דאן איז דאס זיין ערשט גארנישט ווערד. און אין טעכנעלאגיע איז אינעוועטיבל אז ס'זאל זיין נאכמאכער, דערפאר איז דאס וויכטיגסטע יסוד אז מ'זאל זיין די בעסטע, בעסער אפילו ווי די קלאונס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:41 am
דורך יידל
שארק טענק איז א סקול פאר ווענטשור קעפעטיליסטס און זיך אויסצולערנען פיטשען צו א vc, אבער בכלל נישט פאר ביזנעס. אסאך ביזנעסער וואס קומען ארויף אויף שארק טענק און זיי זענען באמת גוטע ביזנעס איידיעס, גייען ארויס פון דארט באבל וחפוי ראש ווייל פון א ווענטשור קעפעטיליסט'ס פערספעקטיוו דארף מען אדער אינוועסטירערן צופיל כוחות, אדער וועט די ריטוירן נישט זיין גענוג ריזיג. קיין איינע פון די צוויי סיבות איז נישט גענוג פאר א פריוואטן מענטש אפצולאזן א גוטער ביזנעס איידיע. נישט אלעס וואס איז נישט געמאכט פאר ביליאנער אינוועסטירער, איז א שלעכטע ביזנעס.
און דאס זעלבע פארקערט. געוויסע ביזנעסער זענען גארנישט ווערט, אבער מיט מארק קיובענ'ס קאננעקשאנס, אדער מיסטער וואנדערפאל'ס פארשטאנד צו פעטענט ליטיגעשיאן, אדער לארי'ס בחנם'דיגע אדווערטייזמענט אויף קיו ווי סי, קען מען מאכן דערויף געלט, אבער אדערווייז איז עס ווערט א רעטעך.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:28 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'פארהאן אזא מכון, מער ווי איינס. זיי הייסן היי סקול, קאלעדזש, ביזנעס סקול...
קאמ-אן, געפילטע! ביסט קלוגער פון דעם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:39 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ס'פארהאן אזא מכון, מער ווי איינס. זיי הייסן היי סקול, קאלעדזש, ביזנעס סקול...
קאמ-אן, געפילטע! ביסט קלוגער פון דעם.
דער מציאות זאגט אז רוב ביליונערען האבן נישט קיין סקול דיפלאומע. ובתוכם ביל געיטס
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:50 am
דורך יידל
עזריאל האט געשריבן:דער מציאות זאגט אז רוב ביליונערען האבן נישט קיין סקול דיפלאומע. ובתוכם ביל געיטס
הממ...
Time האט געשריבן:of the current Fortune 500 CEOs, some 99% have a college degree. Similarly, of the Forbes 400 richest people in America, 81% hold postsecondary degrees.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:58 am
דורך יידל
דער אמת איז, אז אין דעם דיבעיט פון סקולינג אדער נישט סקולינג האלט איך אז מען קען זיך אליינס לערנען, אויב האט מען גאר א שטארקער רצון. אבער משל למה הדבר דומה? צו דער אינגערמאן וועלכע זיצט איינזאם אין א שטילן, טונקלן בית מדרש און אקערט דורך כל התורה כולה און וואקס אויס א תלמיד חכם, ווערסוס דער אינגערמאן וועלכע גייט אריין צו כולל חזון איש און וואקסט אויס דארט. ווער האט מער שאנסן צו מצליח זיין און אנקומען?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:58 pm
דורך [NAMELESS]
איך צו צוריק פון די לשון רוב (איך האב אזוי פארשטאנען פון פארבס וואס שרייבט עס אויף א וועג ס'זאל אויסקוקן אזוי, זעה די לינק אונטען), אבער געב א קוק וואס דא טוט זיך
זעה דא די מערסט באקאנטסטע קאמפעניס, א שטטיגער ווי דזשעט בלוי. 100 Top Entrepreneurs Who Succeeded Without A College Degree
elitedaily.com/news/business/100-top-entrepreneurs-succeeded-college-degree/ 14 Tech Billionaires Who Never Got Their College Degree
www.businessinsider.com/14-tech-superstars-who-didnt-need-college-to-become-billionaires-2014-9#bill-gates-1 דא וועסטו טרעפען די מערסט באקנטסטע ביליונערען. 8 Billionaires Who Never Bothered to Get a College Degree
wallstcheatsheet.com/stocks/8-billionaires-who-never-bothered-to-get-a-college-degree.html/?a=viewall דא האסטו 55 ביליונער'ן
www.mytopbusinessideas.com/school-drop-out-billionaires-successful-entrepreneurs/ The Self-Made Billionaire Entrepreneurs Who Said No To College
www.forbes.com/sites/worldviews/2011/09/23/forbes-400-the-self-made-billionaire-entrepreneurs-who-said-no-to-college/
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:03 pm
דורך יידל
די לינקס באווייזן פונקט דאס פארקערטע ווי דאס וואס דו ווילסט מוכיח זיין.
14 ביליאנערן וועלכע האבן נישט געהאט קיין קאלעדזש דעגרי! 8 ביליאנערן וועלכע האבן נישט געהאט קיין קאלעדזש דעגרי! צו שרייבן אן ארטיקל אויף דער איבערוויגנדע רוב ביליאנערן וועלכע האבן יא געהאט א קאלעדזש דעגרי איז נישט אינטערעסאנט ווייל דאס איז די נארמע. אינטערעסאנט איז ווען מען קען שרייבן איבער די וועלכע האבן מצליח געווען למרות זיי האבן נישט געהאט קיין קאלעדזש דעגריס. אין אנדערע ווערטער די ארטיקלן זעלבסט ווייזן אז די זענען יוצאים מן הכלל.
נאך א נקודה: קיינער רעדט זיך נישט איין אז דער פאפיר אויף וועלכער די דעגרי איז געפרינט איז דאס וואס מאכט מצליח זיין. עס איז די לימודים אין קאלעדזש וואס העלפן ארויס. אז דו קוקסט אויף די ליסטע פון 55 ביליאנערן וועסטו זיין אז א באדייטנדער צאל פון זיי האבן באקומען א קאלעדזש עדיועקעישאן אין די פעלדער אין וועלכע זיי האבן אין די ענדע געמאכט זייערע מעלאנעס, כאטש וואס זיי האבן קינמאל נישט באקומען דעם דיפלאמע צעטל. ביל געיטס, מארק זוקערבערג, סטיוו דזשאבס, מייקל דעל, לאורענס עליסאן, פאול עללען, ראלף לאורען - אלע האבן באקומען א גרויס חלק פון זייער עדיוקעישאן וועלכע האט זיי געהאלפן מצליח זיין, אין קאלעדזש (אייגענטליך אז דו קוקסט אין די פארבס לינק שרייבן זיי טאקע אזוי אז טייל קאלעדזש דראפ אוטס האבן באקומען זייערע סקילס אין קאלעדזש). אנדערע וועלכע זענען אויף די ליסטע, ווי וואלט דיזני, סיימאן קאועל און נאך זענען [געווען*] עקסטרעם טאלאנטפול און אויב איינער מיינט אז ער קען ווערן א ביליאנער ווייל וואלט דיזני איז געווארן א ביליאנער איז ער אדער א בעל גאווה אדער א נאר.
*איך זאג געווען בלשון עבר ווייל א גרויס חלק פון די ליסטע זענען מענטשן וועלכע זענען רייך געווארן פאר יארן צוריק, ווי באראן ראטשילד, הענרי פארד, און טאמעס עדיסאן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:07 pm
דורך יידל
און צו איבער'חזר'ן: איך זאג נישט אז מען קען נישט אליינס זיך לערנען, אדער אפילו ווערן א ביליאנער אן זיך גארנישט לערנען. עס איז מעגליך. נאר דאס איז איינמאל זיכער אז צווישן די יא געלערנטע (אפילו די וועלכע האבן זיך אליינס געלערנט, אדער זיך געלערנט אין קאלעדזש נאר נישט געענדיגט צו באקומען א דיפלאם) און די נישט געלערנטע, וועלן די יא געלערנטע האבן צענדליגע מאל מער שאנסן פון סוקסעס. און זיך צו לערנען עפעס אליינס איז פיל מאל שווערער און זעלטן ווי זיך צו לערנען פון איינער וואס קען שוין.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:31 pm
דורך שמעקעדיג
אין קאלעדזש וועט מען לערנען געוויסע כלליות'דיגע יסודות פאר יעדע ביזנעס, יסודות פון פינאנץ, בוכהאלטעריי, און אפשר אפילו מארקעטינג. אויך קען מען זיך לערנען ספעציעל א געוויסע פאך. אבער ווען איימיצער האלט פאקטיש ביים עפענען א ביזנעס, און זוכן מוציא צו זיין מכח אל הפועל די אלע גוטע לימודים, איז נאך אלץ וויכטיג צו האבן אדווייס און גיידענס, פון א עקספיריענס ביזנעס פירער אדער קאנסאולטענט, וואס קען דיר געבן אן אנבייעסד אפיניאן און סוג'דזשעסטנס, פון זיינע עקספיריענס און פרעספעקטיוו. קאלעדזש וועט זיכער צוהעלפן, אנשטאט זיך צו לערנען אויף די אייגענע בארד און אדורכפאלן צענדליגער מאל ביז מען דערלערנט זיך די ריכטיגע מיטלען אין די ביזנעס וועט מען גלייך קענען טון ריכטיגע שריט, אבער איינס ערזעצט נישט דאס צווייטע. אין פאקט, זענען פאראן אן א שיעור קאלעדזש גראדואירטע וועלכע עפענען א ביזנעס נאר כדי עס צו קענען פארשפארן ביז א קורצע צייט אפשניט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:44 pm
דורך לית דין בר נש
איך ווייס נישט וועגן יא קאלעדזש אדער נישט קאלעדזש יא דעגרי נישט דעגרי
איך קען נאר רעדן פון מיין עקספיריענס
איך בין אין קאלעדזש קיינמאל גיוועהן איך האב א דעגרי קיינמאל באקומען און אין די לעצטע צעהן יאר אליין האב איך שוין גיעפענט און פארמאכט מער ווי פופצן ביזנעס'ס! (אן עוורידזש פון דריי ביזנעס'ס פער צווי יאר)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:22 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:אין קאלעדזש וועט מען לערנען געוויסע כלליות'דיגע יסודות פאר יעדע ביזנעס, יסודות פון פינאנץ, בוכהאלטעריי, און אפשר אפילו מארקעטינג. אויך קען מען זיך לערנען ספעציעל א געוויסע פאך. אבער ווען איימיצער האלט פאקטיש ביים עפענען א ביזנעס, און זוכן מוציא צו זיין מכח אל הפועל די אלע גוטע לימודים, איז נאך אלץ וויכטיג צו האבן אדווייס און גיידענס, פון א עקספיריענס ביזנעס פירער אדער קאנסאולטענט, וואס קען דיר געבן אן אנבייעסד אפיניאן און סוג'דזשעסטנס, פון זיינע עקספיריענס און פרעספעקטיוו. קאלעדזש וועט זיכער צוהעלפן, אנשטאט זיך צו לערנען אויף די אייגענע בארד און אדורכפאלן צענדליגער מאל ביז מען דערלערנט זיך די ריכטיגע מיטלען אין די ביזנעס וועט מען גלייך קענען טון ריכטיגע שריט, אבער איינס ערזעצט נישט דאס צווייטע. אין פאקט, זענען פאראן אן א שיעור קאלעדזש גראדואירטע וועלכע עפענען א ביזנעס נאר כדי עס צו קענען פארשפארן ביז א קורצע צייט אפשניט.
ביזט טיילווייז גערעכט אבער טיילווייז נישט. חוץ פינאנץ, בוכהאלטעריי און מארקעטינג, לערנט מען זיך די סטראטעטגיעס וויאזוי צו מאכן החלטות אין ביזנעס, און וויאזוי צו מאכן ריסוירטש און דעוועלאפמענט. אזוי אויך, איז די נעטווארקינג וואס מען מאכט אין קאלעדזש א גוטע זאך פאר א פאטענציאלער ביזנעסמאן. פארגעס אויך נישט אז אין גוטע קאלעדשעס זענען די פראפעסארן זעלבסט געווענליך עקספיריענסד ביזנעסלייט, און קאנסאלטענטס, ממילא האט מען דאס אויך (א שטייגער ווי גוגל וועלכע האט נאר באוויזן צו באקומען די נויטיגע פאנדס אין די בראשית יארן וויבאלד לערי פעידזש'ס פראפעסאר אין סטענפארד האט פאר אים גע'פועל'ט ביי עטליכע אינוועסטארס).
קאלעדזש איז זיכער נישט קיין גאראנטי פאר סוקסעס, אבער פאר אסאך איז עס א טריט אין די ריכטיגע דירעקציע.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 8:15 pm
דורך ונבנתה העיר
כפה עליו קאפל כגיגית.