בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:57 pm
דורך לעיקוואד
א הוכחה אויף מציאות האל? יא. אבער קום נישט שפעטער זאגן דו גלייבסט נישט אין קדמות ווייל דאן בלייבסט אן א הוכחה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:02 pm
דורך [NAMELESS]
מיין ארגומענט ארבעט אזוי
אן א גאט מוז מען אננעמען קדמות
ע''פ קדמות זענען די גלגלים סובב לעד
סובב לעד איז מוכיח אויף גאט
קימט אויס אז נישט גלייבן אין גאט איז סעלף קאנטערדיקטעד
משא''כ יא גלויבן שטימט אפילו מיט חידוש, כאטש עס איז נישט מוכרח

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:07 pm
דורך לעיקוואד
דו ביסט כסדר מקשר א גאט מיט חידוש העולם, ואין קשר.
סיי מיט א גאט און סיי אן א גאט קען מען גלייבען סיי אין קדמות און סיי אין חידוש (די היינטיגע אטעאיסטישע סייענטיסטען גלייבען אלע אין חידוש און נישט אין גאט). נישט גלייבען אין גאט איז נישט מחייב קדמות העולם דאס זענען באזונדערע וויכוחים אינגאנצן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:00 pm
דורך [NAMELESS]
גערעכט, אבער עס זעעט אויס ווי די רמב''ם רעדט צו די הולכים בדרך אריסטו וואס גלייבן יא אין קדמות, אין די איינציגסטע וועג אן קדמות איז מיט א גאט,

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:03 pm
דורך לעיקוואד
איך ווייס נישט אז ביי אריסטו זאל אזוי זיין די הנחה. פארקערט די רמב"ם איז מאריך להוכיח אז אריסטו האט נישט קיין גוטע הוכחה אויף קדמות וממילא אינו מוכרח ואפשר להאמין בחידוש סתם אזוי נישט נאר וועגן א גאט. אבל איני בטוח אם יש לך מקור או הכרח תציין.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:14 pm
דורך מי אני
אריסטו האט טאקע געהאלטן (על השמיים יב פ״ט-יב) אז די צוויי גייען צוזאמען: אדער איז די וועלט קדמון וממילא אויך נישט נפסד און עס וועט פארבלייבן לנצח, אדער איז עס מחודש און עס וועט ווערן נפסד. ער האט געהאלטן מחמת אפאר הוכחות אז ס׳קען נישט זיין קיין מיטל וועג, אז העולם מחודש אבער פון דארט און ווייטער פארבלייבט עס לנצח. דאס נוצט ער אלס אן אטאקע קעגן מהלכו של אפלטון בחידוש ע״י חומר קדמון ומשם ואילך הוא בלתי תכלית מחמת הרצון של הדעמיאורדזש.

דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ מאמר ו נעמט אן דרכו של אפלטון. ער ווייזט אויף (ח״א פט״ז) אז איינמאל די וועלט איז באשאפען איז עס לנצח. שפעטער דארט (פכ״ז) איז ער מאריך אויף צו פארענטפערן אריסטו ראיות און קושיות/פירכות קעגן דעם.

די ״פאר בעגינערס״ אינעם כותרת איז אפשר אויך אלס א רמז צום געדאנק פון חידוש ו״התחלת״ העולם עפ״י פילאזאפיע.