בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 1:02 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:פארקויפט שנעל אייערער סטאקס זיי גייען דעקלערן בענקראפסי סוף חודש, אלע סטארס ווערן פארקויפט פאר ספרינט.

mobile.reuters.com/article/idUSKBN0L61Z720150202?irpc=932

לויט ווי איך געדענק האט אמעריקען עירליינס אויך דערקלערט בענקראפסי און היינט........ ווער עס האט דאן געקויפט האט איצט טויזנט מאל די געלט.

קורקלענד: ס'איז א גרויסער חילוק פון דעם מצב פון אמעריקען ערליינס דאמאלס, און רעדיא שעק היינט. די ערליין האט בשעתו געהאט ביזנעס. נאר זיי האבן געהאט צו א גרויסן דעפיציט. און מ'האט געדארפט אריינברענגען ארדענונג אין זייער מענעדזשמענט. משא"כ די עצם געדאנק פון די רעדיא שעק סטארס ארבעט שוין היינט נישט מער. ס'איז אויפגעוואקסן א ניי דור, וועלכע האבן אנדערע פארלאנגען און מעגליכקייטן ווי די פריערדיגע. אויך א גרויסער חיסרון ביי רעדיא שעק, איז אז זיי האבן פארפאסט זיך מיטצוכאפן מיט די כוואליע פון איי-פאון און טאבלעט פארלאנג.

איך געדענק, מיט בערך דרייסיג יאר צוריק (אפשר מער) ווען דעסקטאפס האבן אנגעהויבן צו ווערן פאפולער, איז רעדיא שעק געווען ממש אין שפיץ פון די דיסטריביוטארס און פארקויפערס פון די כלים. זיי האבן אויך געהאט א מנהג אז זיי האבן געלאזט קינדער זיך שפילן מיט זייערע קאמפיוטערס אין די סטארס, כדי צו ציען אויפמערקזאמקייט צו די פי.סי'ס. סיי ווען איך בין אריינגעקומען אין עטליכע סטארס זענען דעארט געזיצן קינדער און זיך ארומגעשפיעלט מיט די כלים. אויך האבן זיי געהאט אלערליי פראגראמס צו פארקויפן...חוץ די אנדערע עלעקטראנישע כלי זיין, ווי רעדיאס, סקענערס וכדו'...!

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 2:09 am
דורך [NAMELESS]
וואס טאקע געשעהט יעצט מיט די סטאקס וואס איך האב ביי זיי?

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 2:40 pm
דורך אביסעל שכל
סגייט א גאנג

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 6:12 pm
דורך קורקלענד