בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:07 pm
דורך יאסל ראקאווער
רב קוק האט שוין מגדיר געווען די מצב;
"האנשים הטבעיים שאינם מלומדים, יש להם יתרון בהרבה דברים על המלומדים, בזה שלא נתטשטש אצלם השכל הטבעי והמוסר העצמי על ידי השגיאות העולות מהלימודים, ועל ידי חלישות הכחות וההתקצפות הבאה על ידי העול הלימודי."
דאס אז ער איז געווען א תלמיד חכם עצום און א קדוש וטהר, הוא הנותן אז איך ווייס בעסער פון אים.
פאפא רב איז געווען א מיטגעמאכטע מלחמה איבער לעבער, אז ער האט געוואלט מאכן א הלצה אויף א גוי'ס חשבון ביי זיך אינדערהיים, און ס'איז שא שטיל פיין. גייט א חסיד שוטה, א זעצער, און דריקט עס ס'זאל פארצייכענט פאר די יונגווארג אין יידיש לעולמי עד?! ס'איז א עוון פלילי. נישט פארגעבאר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:56 am
דורך Ben-Shishim
יאסל ראקאווער האט געשריבן:רב קוק האט שוין מגדיר געווען די מצב;
"האנשים הטבעיים שאינם מלומדים, יש להם יתרון בהרבה דברים על המלומדים, בזה שלא נתטשטש אצלם השכל הטבעי והמוסר העצמי על ידי השגיאות העולות מהלימודים, ועל ידי חלישות הכחות וההתקצפות הבאה על ידי העול הלימודי."
דאס אז ער איז געווען א תלמיד חכם עצום און א קדוש וטהר, הוא הנותן אז איך ווייס בעסער פון אים.
פאפא רב איז געווען א מיטגעמאכטע מלחמה איבער לעבער, אז ער האט געוואלט מאכן א הלצה אויף א גוי'ס חשבון ביי זיך אינדערהיים, און ס'איז שא שטיל פיין. גייט א חסיד שוטה, א זעצער, און דריקט עס ס'זאל פארצייכענט פאר די יונגווארג אין יידיש לעולמי עד?! ס'איז א עוון פלילי. נישט פארגעבאר.
The only person you found to quote and back up your theory, is Kook
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:36 am
דורך ברוך שאמר
איך וואלט ווען אנגעטראגן פאר די גבאי השטיבל אז מען זאפארט. פארמאכן מיט א גרויסע שלאס דעם אשכול !!!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:51 pm
דורך געוואלדיג
ברוך שאמר האט געשריבן:איך וואלט ווען אנגעטראגן פאר די גבאי השטיבל אז מען זאפארט. פארמאכן מיט א גרויסע שלאס דעם אשכול !!!
גם אני מצטרף
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:56 pm
דורך איך אויך
נאט א פעט טשענס אין העלל! אויב וואלט די אשכול בארירט די שפיץ פינגער פון יענער אראבער אדער עפעס א פרייע משכיל/מסור וואלט עס שוין לאנג געווען פארשפארט אבער אז סך הכול מאכט עס חוזק פון א הייליגע איד ווי דער ויחי יוסף איז עס צו אומקאאל צו טוהן אזא שריט ווי פארשפארן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:00 pm
דורך ברוך שאמר
אבער עס מאכט דע שטיבל אויסזען גאר עקלדיג אין ביליג בכלל ובפרט !!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:09 pm
דורך געוואלדיג
עס איז עכט א בושה אז עס איז נאנישט צוגעמאכט.
איך האף אז איך וועל שוין נישט קענען מער ארויף לייגן אין די אשכול מיינע הערות ווייל עס וועט שנעל ווערן פארשפארט ווייל עס איז א עכטע בזיון התורה.
(איך בין נישט קיין פאפא חסיד ווייט פון דעם)
יישר כח מעיקרא להאחראים
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:35 pm
דורך שת.אדמזאהן
קעלנער האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:יאסל ראקאווער האט געשריבן:ג גייט א חסיד שוטה, א ריכטיגע פאפענע, און דריקט עס. א קליינע קאפ. א בושה.
פאסט נישט פאר אזא חכם ווי דיר צו סטריאטייפן, אדער אפשר ביזטו נישט אזא חכם?
ארויסגענומען דעם נישט אויסגעהאלטענעם אויסדרוק.
די געבליבענע איז יא אויסגעהאלטן. הער איך.
נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 8:49 am
דורך יאסל ראקאווער
די נאר זאל ארויסגיין!
ווען איינער זאל שרייבען א חסיד שוטה, א ריכטיגע באבובע. א חסיד שוטה, א ריכטיגע בעלזער. א ריכטיגע סאטמערע שוואנץ, וכו' וואלט עס נישט קיינעם נישט עפעס עקסטרע וויי געטון. אזוי ווי קיינעם טראכט נישט די ווארט 'חסיד שוטה' טוט סטריאטייפען. די פאפא פענס דא וועלען זיך נישט דינגען זיך מיט מיר אז די דריקער איז א בלינדער חסיד מיט tunnel vision פאר זיין רבי. אז קעלנער פארשטייט אז מ'דארף מגיה זיין איז ער גערעכט.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:26 pm
דורך איש את רעהו
די עצם זאך פון פארקויפען/איבערגעבן/טוישען מחלות מיט גויים איז א ידוע'דיגע זאך פון כמה גדולים וטובים מיין קרוב האט געהאט אזאעובדא מיט פופציג יאר צוריק ביי גאר א גרויסער איד וואס האט אים געביטען זיין קרענק מיט א ערל וואס יענער גוי האט איינגענימען א מיתה משונה און דער איד איז נאך פאר אסאך יארן געבליבן לעבן
מה כל הרעש אז בעת מכירת חמץ האט מען מזכה געווען דעם גוי מיט נאך אפאר אידישע מחלות
נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 10:48 pm
דורך יאיר
אין דעם ספר אביר הרועים איז אויך באשריבן עפעס א מכלומרשטע מופת וויאזוי סאטמארער רבי האט פרובירט צו ארויפלייגן א מחלה פון ריסקעווער רב אויף עפעס אן אלטן גוי.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 10:59 pm
דורך איש את רעהו
יאיר האט געשריבן:אין דעם ספר אביר הרועים איז אויך באשריבן עפעס א מכלומרשטע מופת וויאזוי סאטמארער רבי האט פרובירט צו ארויפלייגן א מחלה פון ריסקעווער רב אויף עפעס אן אלטן גוי.
וואנעט האסטו גענימען די גאטטס און שוואנצאנעס צו לאכן פון צדיקים און הייליגע אידן
נשלח: מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:05 pm
דורך יאיר
זאגסטעך אזוי גיט
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 8:56 am
דורך איחוד פעלד
א בירור אינעם ענין.
ממש א פלא, א פשוטע עצה און אידען וואלגערען זיך אין שפיטעלער.
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 10:05 am
דורך ברסלבער
[tag]איחוד פעלד[/tag], דער קעפל פונעם בילד איז אפגעהאקט. פון וועלכע ספר איז דאס?
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 3:37 pm
דורך געוואלדיג
אוצר פלאות התורה
נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 8:04 pm
דורך shem-tov
ג"א מצרף לדברי מוחאה של פישעלע און ברוך שאמר און אנדערע אויף בזיון ת"ח פון פאפא רב זצ"ל. וואס איז לכל הדיעות געווען א ערליכער יוד און א ת"ח און א חכם אויך.
ובכלל האט ער דען אלעמאל אזוי געטאן אפשר איז עס געווען פסח תש"ג אין פאפא און דער גוי איז געווען א וויסטער אנטיסעמיט וואס מען וואלט געהאפט צו זעהן טויט. אדער אפשר איז דער גוי גאר געווען אן אראבער וואס דאן איז דאך עס א מצוה לפי שיטת די אלע אפיקורסעמלעך דא. אה יאסל ראקאווער דאס איז דיר נישט בייגעפאלן אז דער גוי איז גאר געווען אן אראבער... בקיצור תורה היא וללמדה אני צריך
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 5:12 am
דורך shem-tov
און וואס טוט זיך מיט דעם ענין אז מען נעמט א גוי זאל שלאפן אין א נייע דירה. האסט אמאל געהערט פון דעם?. דאס איז אפשר אויך פאפא מעשיות
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:47 am
דורך ירח בן יומו
shem-tov האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט דעם ענין אז מען נעמט א גוי זאל שלאפן אין א נייע דירה. האסט אמאל געהערט פון דעם?. דאס איז אפשר אויך פאפא מעשיות
און די מנהג פון גיסן די וויין פון די מכות פאר די שכן די שונא ישראל
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:44 pm
דורך שבת אחים
shem-tov האט געשריבן:ג"א מצרף לדברי מוחאה של פישעלע און ברוך שאמר און אנדערע אויף בזיון ת"ח פון פאפא רב זצ"ל. וואס איז לכל הדיעות געווען א ערליכער יוד און א ת"ח און א חכם אויך.
ובכלל האט ער דען אלעמאל אזוי געטאן אפשר איז עס געווען פסח תש"ג אין פאפא און דער גוי איז געווען א וויסטער אנטיסעמיט וואס מען וואלט געהאפט צו זעהן טויט. אדער אפשר איז דער גוי גאר געווען אן אראבער וואס דאן איז דאך עס א מצוה לפי שיטת די אלע אפיקורסעמלעך דא. אה יאסל ראקאווער דאס איז דיר נישט בייגעפאלן אז דער גוי איז גאר געווען אן אראבער... בקיצור תורה היא וללמדה אני צריך
@שם טוב
אלע אפּיקורסם האלטן אזוי?????
מקור ??????? מיינסט אפשר צו זאגן אז אפשר איז דער גוי גאר געווען א עמלקי און דאן איז א מצוה דאורייתא אים צו הרגנן? !

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 1:08 pm
דורך שמעקעדיג
אן נעמען א שטעלונג, עס איז א חילוק ווען מען וויל זיך נוקם זיין אין א גוי א שונא ישראל און באגיסן מיט קללות, וווי נעמען א גוי פריינד וואס קויפט אפ דיין חמץ און אים אנשמירן מחלות משונות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 7:38 pm
דורך צקון לחש
נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:די עצם זאך פון פארקויפען/איבערגעבן/טוישען מחלות מיט גויים איז א ידוע'דיגע זאך פון כמה גדולים וטובים מיין קרוב האט געהאט אזאעובדא מיט פופציג יאר צוריק ביי גאר א גרויסער איד וואס האט אים געביטען זיין קרענק מיט א ערל וואס יענער גוי האט איינגענימען א מיתה משונה און דער איד איז נאך פאר אסאך יארן געבליבן לעבן
מה כל הרעש אז בעת מכירת חמץ האט מען מזכה געווען דעם גוי מיט נאך אפאר אידישע מחלות
אז דו קומסט מיר זאגן אז דער גוי האט געטון רישעות פאר אידן. און די רבי האט איהם פארקויפט א פאטאלע מחלה, הער איך. אבער סתם א גוי וואס טשעפעט נישט קיינעם, לייגט זיך ניש אויפ'ן שכל אז די רבי זאלל (העלפן) פארטיליגן א מענטש וואס איז יציר כפיו של הקב"ה...!