בלאט 2 פון 4

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:55 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געוויזן די הוראה פון ר' נתן יוסף פאר זיינס א אייניקל, טענ'ט ער אז עס איז מידה כנגד מידה, ער פלעגט נאכזאגן זאכן 'בשם' דעם רבי'ן זאגט מען נאך זאכן בשמו

ר' נתן יוסף האט דאס זיכער נישט געמיינט

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:56 am
דורך ירח בן יומו
photo_2015-01-21_09-09-13.jpg

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'אכשר דרא. ער טענה'ט דאך ס'שוין דרייסיג יאר.....

זיין זון הגאון רבי אברהם עמרם מייזעלס אב''ד מיהאלדי שליט''א איז מוחה

IMG_20150121_143515.jpg

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:15 pm
דורך לעיקוואד
הכחשה אהער הכחשה אהין, הער איך פון אידן וואס געדענקן אז עס איז אמת אז פארצייטישע חסידישע אידן האבען דאס אנגעקוקט פאר גאר א פראסטע זאך שטיפען א בעיבי קערידזש. עס מוז נישט האבען קיין סאך פשט, און ממוז עס נישט מקיים זיין, אבער מעשה שהיה כך היה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:25 pm
דורך שמן זית
דעס אז פארצייטישע אידן זאגן אז זיי פלעגן אנקוקן דאס שטופן א קעריזדש פאר א פראסטע זאך, איז בכלל נישט מעלה מוריד דא.

ער טענ'ט אז - אפגעזעהן ווי אזוי מען פלעגט עס אנקוקן - זיין טאטע פלעגט העלפן זיין מאמע צו שטופן איר קעריזדש, און אויב אזוי קומט אויס אז עס איז א פרעכע ליגענט דעס וואס מען זאגט נאך בשם זיין טאטע. דעטס איט.

במאמר המוסגר: איך האב הנאה אז עס איז נאך ב"ה דא רבנים וואס שעמען זיך אז מען זאל זיי/זייער טאטע אידענטיפיצירן מיט אזאנע געהויבענע בויך וויי....

אונז זענען מיר נישט אזוי פארלוירן.... עס זענען נאך פארבליבן א פאר נארמאלע אויף די וועלט....

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:29 pm
דורך בריסקער
אזא עסק צו מאכען פון די ווייבלאך... נאר און סאטמער... דער שרייט העלפ יע... א צווייטער שרייט העלפ נישט...

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:36 pm
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט געשריבן:הכחשה אהער הכחשה אהין, הער איך פון אידן וואס געדענקן אז עס איז אמת אז פארצייטישע חסידישע אידן האבען דאס אנגעקוקט פאר גאר א פראסטע זאך שטיפען א בעיבי קערידזש. עס מוז נישט האבען קיין סאך פשט, און ממוז עס נישט מקיים זיין, אבער מעשה שהיה כך היה.

לעיקוואד, כ'זעה דו נעמסט שובבי"ם זייער ערנסט, דיינע לעצטע פאר תגובות (אין אלע אשכולות) זענען פויבסטליכער פונעם פויבסט... אבער געדענק, תפסת מרובה לא תפסת, מען גייט צעביסלעך איין סטעפ אויף אמאל - אז נישט קען מען גרינג טראסקען ח"ו.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:36 pm
דורך לעיקוואד
שמן זית האט געשריבן:דעס אז פארצייטישע אידן זאגן אז זיי פלעגן אנקוקן דאס שטופן א קעריזדש פאר א פראסטע זאך, איז בכלל נישט מעלה מוריד דא.

ער טענ'ט אז - אפגעזעהן ווי אזוי מען פלעגט עס אנקוקן - זיין טאטע פלעגט העלפן זיין מאמע צו שטופן איר קעריזדש, און אויב אזוי קומט אויס אז עס איז א פרעכע ליגענט דעס וואס מען זאגט נאך בשם זיין טאטע. דעטס איט.

נו מסתמא האט ער געהאט שכל און האט געהאלפען די ווייב כפי הצורך, עס איז אבער נישט סותר ער זאל איבערגעבן פאר די חתנים די מסורה אז דאס איז א גויישע זאך. נאך דעם דארף מען נאך טוהן מיט שכל.
איך הער אז עד היום איז ביי די פעסטע חאניאקעס דא אזא ענין פון נישט שטיפען א קערידזש, דאס מיינט נאכאלץ נישט א חוק ולא יעבור נאר אז מען זוכט זיך מונע צו זיין און נישט זיין דער סארט. נו שווער מסביר זיין די סארט תפיסה פאר היינטיגע אידן..

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:37 pm
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:הכחשה אהער הכחשה אהין, הער איך פון אידן וואס געדענקן אז עס איז אמת אז פארצייטישע חסידישע אידן האבען דאס אנגעקוקט פאר גאר א פראסטע זאך שטיפען א בעיבי קערידזש. עס מוז נישט האבען קיין סאך פשט, און ממוז עס נישט מקיים זיין, אבער מעשה שהיה כך היה.

לעיקוואד, כ'זעה דו נעמסט שובבי"ם זייער ערנסט, דיינע לעצטע פאר תגובות (אין אלע אשכולות) זענען פויבסטליכער פונעם פויבסט... אבער געדענק, תפסת מרובה לא תפסת, מען גייט צעביסלעך איין סטעפ אויף אמאל - אז נישט קען מען גרינג טראסקען ח"ו.

:lol: :lol:
איך זעה איר האט נישט ארויס די גאנצע ענין פון לעיקוואד .. שוין א צווייטער מאל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:54 pm
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט געשריבן:איך הער אז עד היום איז ביי די פעסטע חאניאקעס דא אזא ענין פון נישט שטיפען א קערידזש, דאס מיינט נאכאלץ נישט א חוק ולא יעבור נאר אז מען זוכט זיך מונע צו זיין און נישט זיין דער סארט.
נו שווער מסביר זיין די סארט תפיסה פאר היינטיגע אידן..

ריכטיג, די עקסטרעמע האבן שוין דאן אנגעקוקט דאס שטופן די קערידזשעס אלס א ענין פון הדרת נשים,
צב"ש הרה"צ ר' משה בער בעק שליט"א האט שוין בעיניו הבדולחים פאראויס געזעהן יארן צוריק, גיב א קוק א ציטאט פון זיין ספר "יסודות של בית יהודי". זאגאר נובע פון מינות! ואין הדעת סובלתו!..
(נאך שיין אז ער באווארענט זיך "ואין המדובר בעת הצורך"....)

.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:57 pm
דורך לעיקוואד
ברוך שכיוונתי.. איך זעה טאקע הרב בעק זאגט קלאר ער רעדט נישט לעת הצורך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:58 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעקעדיג האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:הכחשה אהער הכחשה אהין, הער איך פון אידן וואס געדענקן אז עס איז אמת אז פארצייטישע חסידישע אידן האבען דאס אנגעקוקט פאר גאר א פראסטע זאך שטיפען א בעיבי קערידזש. עס מוז נישט האבען קיין סאך פשט, און ממוז עס נישט מקיים זיין, אבער מעשה שהיה כך היה.

לעיקוואד, כ'זעה דו נעמסט שובבי"ם זייער ערנסט, דיינע לעצטע פאר תגובות (אין אלע אשכולות) זענען פויבסטליכער פונעם פויבסט... אבער געדענק, תפסת מרובה לא תפסת, מען גייט צעביסלעך איין סטעפ אויף אמאל - אז נישט קען מען גרינג טראסקען ח"ו.

גלגל הוא שחוזר בעולם...
ווייטער זענען דא די וואס זענען אזוי ציניש/סארקאסטיש, זיי זענען שוין געשלאפן מיט קאנט און ניטשה, אז זיי מאכן א פול סירקל ארום און ארום און קומען צוריק צו גלייבן זייער פשוטע געדאנקען און געפיהלן, ווי לעיקוואד און יאיר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:59 pm
דורך לעיקוואד
נו נאך איינער האט א פשט אין לעיקוואד..

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:03 pm
דורך מאטי
ווי לעיקוואד האט זיך שוין אויסגעדריקט כמה וכמה פעמים; "מיין פליכט איז צו נעמען א יעדע פשוט'ע קאנצעפט און פשוט פרובירן זאגן פארקערט ווי אזוי עס לאזט זיך נאר נישט"

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:05 pm
דורך איש את רעהו
לעיקוואד גערעכט
איך געדענק ווען מיין זיידע פלעגט מיר זאגן אז אמאל איז עס געווען אנגעקוקט אלס א פראסטע זאך
היינט אבער איז שוין געווארן אזא מנהג

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:05 pm
דורך לעיקוואד
לעולם אבער פארשטיי איך נישט די גאנצע קשיא, יעדער זאך לגופו של ענין. איך געהער נישט צו עפעס א פארטיי וואס מען דארף אלץ שטיצען איין צד נישט קיין חילוק וואס דער נושא און למאי נפקא מינה. עס איז מיר געווען א חידוש די שמועה פון ר' נתן יוסף האב איך מברר געווען און געהערט אז יא עס איז געווען און איז דא אזא מושג, און איך קען זיך אויך מצייר זיין דער סארט תפיסה וואס ברענגט צו דעם. ממילא האב איך משתף געווען דער עולם דא מיט דער חידוש, אז דאס איז נישט עפעס א משוגענער האט געטראפען א נייער עבירה אין דער מציאות נאר דאס האט א געוויסע פשט און מסורה און קומט פון א געוויסע תפיסה וויאזוי געוויסע חסידישע אידן האבען אמאל אנגעקוקט די צורה פון א יונגערמאן דארף צו זיין, אז ער זאל נישט זיין מגושם טוהן אגאנצע טאג מיט די ווייב און קינדער נאר זאל זיך האלטן העכער פון דעם.

איך האב נישט קיין הוה אמינא פון דאס מקיים זיין אדער מטיף זיין דאס מקיים זיין, (הגם דער תפיסה היסודית וואס ליגט אינטער דעם קען מען אפשר יא מסביר זיין און ווייזען די חשיבות),און בכלל די עוואלאציע פון די סארט זאכען מיינט אז היינט האט עס על פי רוב בכלל נישט קיין פשט מקיים זיין וויבאלד עס איז שוין נישט גוייש.. נאר איך זעה נישט קיין תועלת פון סתם חוזק מאכען פון די סארט תפיסות בפרט אז מען פארשטייט בכלל נישט פון וואו דאס קומט. אז מען איז מסביר די מהלך האט מען לפחות געלערנט א נייע זאך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:10 pm
דורך געוואלדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:זינגט'זשע אלע, א אידעלע, א אידעלע...
נישט אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן, ס'איז בסדר, כ'האב דיר נישט חושד געווען אויף גארנישט שלעכט.

ווילאנג מען זינגט נישט א אידענע איז עס ok

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:13 pm
דורך שמערל
זייער פשוט, לעיקוואד ווארט אז א רב זאל זיך אויפשטעלן און נישט מכחיש זיין, נאר מודה זיין אז יא עס זענען געווען אמאל פארטעמטע מנהיגים וואס האבן אין אזא פשוטע נארמעלע פליכט ווי העלפן די ווייב שטיפן א קינד געזען א פרצה, אבער היינט איז נשתנו העיתים און יעדער זעט שוין איין דאס אבסורדקייט דערפון, און און מעורר זיין אז עס איז שוין די העכסטע צייט זיך אפצולאזען פון אזעלכע שטותים, נאר אנשטאט אנצוהייבן מקיים זיין דעם פסוק ולעבוד בכל לבבכם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:15 pm
דורך איש את רעהו
העלפן די ווייב ???? אבי געזונט
עס איז פשוט באקוועמער פאר די מאן צו רייטען מיטן באגאבא,

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:19 pm
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:זינגט'זשע אלע, א אידעלע, א אידעלע...
נישט אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן, ס'איז בסדר, כ'האב דיר נישט חושד געווען אויף גארנישט שלעכט.

ווילאנג מען זינגט נישט א אידענע איז עס ok

כ'מיין יונתן שווארץ זינגט ערגעץ אויף א שבת אלבום א אידענע (אויף דעם אידעלע ניגון), ווי די מאמע צינדט ליכט וכו'.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:22 pm
דורך געוואלדיג
שוין אריין אין אכשר דרא

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:26 pm
דורך היסטאריקער
געהערט היינט א פסק הלכה

די מענער וואס טראגן שבת מיט׳ן עירוב זאלן שטופן די קערידזש ווייל אין איסור חל על איסור

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:32 pm
דורך דולה ומשקה
דאס וואס דער מאן שטופט דער קערידזש, איז נישט ווייל ער וויל העלפן דער פרוי, נאר פונקט פארקערט ער טוט דאס כדי דער ווייב זאל איהם קענען העלפן דורך האלטן דעם שטריימעל באקס, אדער דער ד' מינים וכיוצ"ב.