בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:42 pm
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט עס נישט אינגאנצען פארמעקט,

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 2:06 pm
דורך הוגה
דו ווייסט גאנץ גוט אז דער פותח האשכול האט נישט גערעדט פון דער סארט רביס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:34 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
ר׳ שיטה, די האסט עס פארשפארט, רוב עולם האט נישט געוויסט וואס גייט פאהר, טאמער איז דא א דעבאטע אויף א ענין וואס איז נישט בנמצא דארף מען שפארן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:40 pm
דורך סדרן
דער אשכול איז נישט נאכגעקומען די קאווע שטיבל סטאנדארטן סיי דעם עצם ארטיקל, די המשך פון תגובות (ניין, עס איז נישט ערלויבט צו שרייבן אויף קיין שום איד אז עס קומט זיך אים קענסער), און דערצו אז עס איז אויסגעמעקט געווארן. א פארמעקטן אשכול ווערט בדרך כלל פארשפארט.
גרויסע טיילן פונעם אשכול וואלט געדארפט אינגאנצן געמעקט ווערן, נאר אין כבוד פון אנדערע חברים וואס האבן אנטיילגענומען אינעם שמועס האט מען עס בלויז פארשפארט און געשטעלט אין שבת אחים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 4:37 pm
דורך moshav zekeinim
דער אלעמען באליבטער פעטער און פארטרעטער פון שטיבל @כוכב האט דאך שוין מכריע געווען אז ראבינאוויטש איז נישט מער ווי אביסל קוריאז, און די גאנצער אויפברויז אויף אים איז בלויז בהשפעת "די צורידערטע פארביטערטע טענץ פון מושב זקנים", סאו צו וואס פעלט נאך אויס א מקום עס צו דיסקוסירן ווייטער. מי יבא אחר המלך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:59 pm
דורך moshav zekeinim
שיטה מקובצת האט געשריבן:מיין אשכול וועגן ראבינאוויטש (וואס די עצם ארטיקל האב איך אראפגענומען) האט מען געלייגט אין שבת אחים און פארשפארט?!

מ'טאר שוין נישט דעבאטירן אויב מ'מעג שרייבן אזא אשכול?

קאווע שטיבל איכה??

[tag]קאפיטאן[/tag]
[tag]סדרן[/tag]


זאג מיר נאר פון איין ערנסטער אינטעליגענט וואס שרייבט נאך דא? (אויסער די "מעלות" סטייל שרייבער)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:12 pm
דורך דער דאס
שיטה מקובצת האט געשריבן:א קארטל וואס די ראבינאוויטש משוגעים טיילן
קאמעטארן זענען איבעריג


די מעשה איז לכאורה אזוי אמת, ווי רוב מעשיות וואס מ'פארציילט אויף ר' חיים, אבער אויב ראבינאוויטש קען דאס זאגן און שרייבן און פארשפרייטען איבער די גאנצע שטאט, זע איך נישט וואס איז אזוי ראנג מיט וואס @שיטה מקובצת האט געשריבן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:27 pm
דורך געוואלדיג
כאטש וואס די מעשי תעתועים פון ראבינאוויטש אפעקטירט יעדן איינעם כמעט הקטנים עם הגדולים, אויב איז דא איינער וואס רייסט אונטער בשיטה די כח פון די רבנים איז דאס ער, און אויב איז דא איינער וואס מישט זיך אקטיוו אריין אין מיין קינדערס חינוך איז דאס ער, און יעדער פון אונז איז לכאורה זיין וויקטים, אויב שטייט אין גמ' אז בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי פארשנעלערט ער דאס מיט קאנקארד ספיד, איך האב ערשט נעכטן מיטגעהאלטן א נידערטרעכטיגע ערשיינונג ווען קינדער פון א געוויסע חדר האבן זיך אנגעטראפן מיט א שפילער וואס איז געקומען שפילן ביי זיי אין חדר און פארמאגט א סמארטפאון, און קליינע טראטשאקעס פון אלע יארגענג פון כתה ב' ביז בר מצוה בחורים האבן געהאט איין דאגה אויפן קאפ צו זיכער מאכן אז ער זעהט זייערע שומרים קארטלעך, [לשבחם פון זייערע מחנכים איז צו צולייגן אז זיי האבן געטוהן צו דער זאך און געפערליך אריינגעגעבן פאר די נארישע שריט], מיט דעם אלעם זענען אונז נישט השי"ת פאליציי און כאטש וואס ער נוצט גאט'ס פעולות פאר זיינע מעשים רעים, זענען אונז נישט אויף זיין מדרגה, השי"ת קען אליין מכלה זיין די קוצים שבכרם, אונז דארפן נאר מתפלל זיין יתמו חטאים ולא חוטאים און נישט זיין פארנומען אז עס קומט איהם כאטש ער טוהט אקארשט דאס דארפן אונז זיך נישט אראפלאזן אזוי נידריג.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:32 pm
דורך moshav zekeinim
די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:51 pm
דורך [NAMELESS]
רבינאוויטש האט שוין היינט תלמידים וחסידים. ער דארף שוין נישט צופיל טוען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:21 pm
דורך כוכב
moshav zekeinim האט געשריבן:דער אלעמען באליבטער פעטער און פארטרעטער פון שטיבל @כוכב האט דאך שוין מכריע געווען אז ראבינאוויטש איז נישט מער ווי אביסל קוריאז, און די גאנצער אויפברויז אויף אים איז בלויז בהשפעת "די צורידערטע פארביטערטע טענץ פון מושב זקנים", סאו צו וואס פעלט נאך אויס א מקום עס צו דיסקוסירן ווייטער. מי יבא אחר המלך.

שכויעח פאר'ן מיך מאכן צענטער פון דער דעבאטע און מיך באקרוינען אלס באליבטער פעטער, עס מיינט אסאך פאר מיר, ספעציעל אז עס קומט פון אזא באערטער און הויך רעספעקטירטער ניק ווי אונזער מושב.
איך קען נאר אביסל קלארער באטאנען מיין נקודה אין יענער אשכול, פערזענליך זע איך נישט וואס אזא שאנדפולער צעטל פון ר' חיים קניבסקי מאכט עס מער מענטשליך, און איין אומרעכט מאכט נישט דעם צווייטן אומרעכט רעכטפארטיג, ווי די באקאנטע ווארט גייט. אפגערעדט אז אזעלכע מעשים תעתועים פון שעלטן און וואונטשן דאס ערגסטע פאר א מענטש מיט א נאמען און א פאמיליע א טאטע פון קינדער, איז פיל ערגער ווי דער אנאנימער פאשקעוויל פון ר' חיים קניבסקי, איבער א בן בלי שם.
אפילו יענער טוט אן אומרעכט אדער דו האלטסט אנדערש, איז עס א גועל הנפש זיך אזוי מיאוס משמח זיין בצערו פון א צווייטן, דאס סאמע נידריגסטע און גרויליגסטע וואס איך האב נאר אמאל געזען אין מיין לעבן, עפעס וואס איך וואלט נישט געטון פאר מיין שונא, ווער רעדט נאך פאר א פרעמדן איד וואס האט עפעס א וואנזיניגע מערכה קעגן די אינטערנעט. (פארשטייט זיך אז נאר צוליב מושב'ס קאנספיראציע טעאריע אז חרדים זענען די ערגסטע אין דער וועלט ווערט ראבינאוויטש א היטלער, און דערויף זענען געווען געוואנדן מיינע ווערטער).
אלנפאלס, איך פלאן נישט צו פאלן פאר קיין טעראר (דו ווייסט זייער גוט וואס איך מיין) עס איז מיר פשוט איראניש אז די ברייטע וואס טוען פארשטעלן דאס פרייהייט פון ווארט לויפן ארום ווי א קריי בעיבי ווען מ'זאגט א ווארט אנדערש ווי זיי און ווערן אינגאנצן אפענדעד און לאזן זיך ארויס אין א פערזענליכע מלחמה. איך האלט באמת אז אנדערש ווי אסאך חברים דא וואס האסן מושב זקנים צום טויט, האב איך נישט קיין כלליות'דיגע נעגאטיווע צוגאנג צו אים, דארט ווי ער רעדט צו דער זאך וועל איך אים אויסלויבן, ווען ער טוט גוטס וועל איך אים העלפן, און ווען ער פירטסעך אויף ווי א שונא ישראל וועל איך אים פארדאמען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:06 pm
דורך moshav zekeinim
לאמיר דערווייל אלעס לייגן אין א זייט. אבער דאס וואס דו זאגסט אז דער גיפטיגער העצע קעגן ראבינאוויטש איז נאר צוליב מיינע העצעס איז פשוט נישט ריכטיג. שיטה איז א ר׳ אבידור מילער מענטש בגיל העמידה, און ער אידענטיפיצירט זיך בכלל נישט מיט מיר, און מיינע תגובות אין זיין אשכול האבן ניטאמאל זוכה געווען צו קיין איין לייק זיינע. און אויך אנדערע וועלעכע זענען בכלל נישט נחשד צו זיין פון מיינע שטיצער, האבן שיטה׳ס שטראף רייד מקבל געווען בברכה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:17 pm
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:אזעלכע מעשים תעתועים פון שעלטן און וואונטשן דאס ערגסטע פאר א מענטש מיט א נאמען און א פאמיליע א טאטע פון קינדער


כ'בין מיט דיר בהשקפה, נאר פשוט קלאר צו מאכן אז שיטה האט נישט געשאלטן און נישט געוואונטשן, נאר געזאגט אז דאס וואס האט פאסירט איז א יד ה'. איך פערזענליך בין נישט אין הימל, סאו כ'מיש מיך נישט אריין, כ'וויל נאר אויסגראדן וואס שיטה האט געשריבן, מ'זאל נישט אריינלייגן ווערטער אין זיין מויל.

Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:47 pm
דורך גראף
moshav zekeinim האט געשריבן:די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.

ווער איז י.ל. גארדען וכו'. ביטע שיק א אישי אויב דו מעגסט עס נישט דא שרייבן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:04 pm
דורך יתרו
גראף האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.

ווער איז י.ל. גארדען וכו'. ביטע שיק א אישי אויב דו מעגסט עס נישט דא שרייבן.

עס פאלט מיר יעצט ביי אז עס איז פארהאן נאך א מוראדיגע תועלת פון דעם אשכול אז ווען מען מעקט אן אשכול קען מען עס דא מעלדן און ווער עס וויל ליינען דעם פארמעקטן אשכול קען דאס בעטן אין אישי.
ומכאן הקריאה יוצאת צו [tag]שיטה מקובצת[/tag] און [tag]מושב זקנים[/tag] ביטע מיר אריינשיקן אין אישי ענקער פארמעקטן אשכול א דאנק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:18 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
[tag]יתרו[/tag] אז די וועסט דיך צופיל מתחצף זיין דא פאר די גבאים וועט מען פארמעקן דיין "אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות" און עס וועט טיילן איין גורל מיט די אנדערע אשכולות, ראו הזהרנוך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:40 pm
דורך גאנצל
"על מה" אנו דנין צו מ'דארף שרייבן על מה עשה ד' ככה אדער "לכן"

אבער דאס איז זיכער אז דער שרעקליכער ווייטאג פון דעם פוינט איז כו"ע לא פליג אז דאס דארף ארויסגעברענגט ווערן און ס'איז פלעין נישט נארמאל אבסורד משוגע צודרייט אפשייעדיג וכו' וכו' אז קינדער מאכן משוגע זייער טאטעס נעפיוס זייערע פעטערס שכנים זייערע שכנים אויף אן אופן וואס ניטעמאל האט ער סמיכה דערצו קיין איין רב האט אים נאכנישט געהייסען רעדן אזוי

מיין קליינע יונגעל יעדע צוויי מינוט זעהסט דער ער האט א סמארט פאון וואסערע מין צודייטקיייט איז דעס ער קוקט עס אן ווי א איך ווייס וואס בו בזמן ווען יענער האט עס בהיתר גמור מ'קען רעדן פון דעם ווייטאג יומם ולילה

די וויי געשריי מוז ארויסגעברענגט ווערן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:45 pm
דורך קאצקע ציקער
און אויך מאכט מען זיי טראכטן וועי וועי טו ערלי...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:17 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט וואס ענק ווילען, אויף די קארטלעך שטייט קליפ און קלאר אז ס'איז 'בהסכמת גדולי הרבנים והמחנכים שליט"א'

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:30 am
דורך פערינא
איך זיך א ראבינאוויטש צו קאנטאר בעלענסען די צד הטומאה. איך בין גרייט צו צאלן פאר קארטלעך צו טיילן פאר קינדער צו ווייזען די שיינקייט פון טעקנאלאדזשי ווען געניצט ערליך. מעלדט זיך אין אישי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:42 am
דורך שמעקעדיג
שיטה מקובצת האט געשריבן:איך האף ס'וועט קענען איבערלעבן די צענזור דא אין איי-שטיבל.

כמעט געמיינט דו רעדסט פון איי & צוויבל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:35 am
דורך [NAMELESS]
[justify]בנוגע די רע-בינאוויטש סומאטוכע: איך בין נישט קיין חסיד פון צייגן פינגער על מה עשה ה׳ ככה, דאס לאז איך פאר די רבנים און דעם באטרעפענדער פון וועם מיר רעדן, ער פלעגט ארומגיין און בתי מדרשים צייגן פינגער אז וועגן דעם און יענעם איז דאס און יענץ געשעהן. איך האלט מיר אבער אביסל מער מאראליש פון אים מילא האלט איך אז סאיז נישט פאר מיר צו אנצייגן צוליב וועלכער סיבה ס׳גייט פאר יענעם שלעכט, און צוקומען צו א מסקנא אז דאס קומט צוליב די מערכה וואס איך האב מיט אים. פוי, דאס איז עקלדיג...

כאטש אנדערע וואלטן ווען געקענט זאגן אז ווען ס׳קומט צו אים וואס ער האט דאס געטון מיט גאנץ כלל ישראל מעג מען עס צוריקטוהן צו אים, דארף מען אבער נעמען אין באטראכט אז מיר טארן נישט אראפנעמען אונזער נארמאלקייט צוליב יעדן צערידעטער, מיר טארן זיך נישט לאזן ווערן אריינגעפירט ווערן אין אומענטשליכקייט צוליב איין ירושלימ׳ער שנארער וואס מאכט פרנסה, מיר בלייבן ווייטער א עם הנבחר און מיר טארן זיך נישט לאזן ווערן מיטגעשלעפט מיט די שוואכע עלעמענטן וואס דרייען זיך צווישן אונז.

דאס איז אמאל זיכער אז ער טוט א אומרעכט, און ער וועט באשטראפן ווערן דערפאר, ווען און וויאזוי ווייסן מיר נישט, אבער מיר גלייבן אז יש דין ויש דיין, פארן אוועקנעמען די השפעה אפילו נאר פון איין פאטער אויף זיין קינד וואס דערמיט איז ער א הורג נפש במזיד, און דערמיט מאכט ער חרוב א אידישע משפחה און די תוצאות פון אזא זאך איז געווענדליך גענוי ווי דער צאר האט געטוהן אין רוסלאנד, ווער רעדט נאך ווען ער דרייט אן א דור, מאכט חרוב דאס יוגענט, נוצט מיטלן ווי העצן קינדער קעגן עלטערן און מאכן א פירוד לבבות וואס קיין שום ערליכער רב בישראל האט נישט גענוצט בעפאר אים און האט נישט קיין שום הדרכה דערויף, ער טרעט אויף די תורה און אויף די רבני זמנינו, ער האט זיך באפרייט פון יעדער תורה׳דיגער שיעבוד מיטן אויסרייד אז ער איז גאר דער קנאי, מיר גלייבן אז צו זיין שטראף פארשטייען מיר נישט ולא ישיגוהו משיגי הגוף, און מיר גלייבן נישט אז ער קען דאס אפילו אפקומען אויף די וועלט.

אנדערשט ווי אלע רבנים למיניהם וואס זענען געקומען טייל מיט א עכטע און טייל מיט א מכלומרשטע סלושען פון א פילטער, (איך שרייב מכלומרשט ווייל ווען א פילטער בלאקירט אלעס חוץ די קאלקולעיטער איז עס נישט קיין סלושען) איז דער ראבינאוויטש פארנומען מיט א העצע קעגן יעדער מאן דהו וואס פארמאגט א סמארט פאון, כאטש אלע רבנים זאגן קלאר אז זיי פארשטייען אז מ׳דארף עס האבן און אלע זענען מתיר מ׳זאל עס האבן מיט א פילטער, דער גאנצער כינוס כלל ישראל איז געווען געבויעט אויף די נקודה, איז ער זיך מתחצף קעגן די פסק הרבנים, און גייט ארום מבייש זיין מענטשן, אנהעצן קינדער וכו׳ אלעס אויף זיינע אייגענע חומרות אויף וואס ער האט נישט קיין שום בעקינג פון א פסק הרבנים, סאיז זיכער אז פון הימל וועט מען אים נישט שולדיג בלייבן, יבוא יומו.[/justify]

Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 6:23 pm
דורך פליקער
לאמיך עס בליץ שנעל פרינטן איידער עס ווערט פארשמירט אדער פארמעקט