בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 6:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]בן אדם[/tag], פון גן ישראל ווייסטו אויך אינסייד אינפא?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 6:51 pm
דורך [NAMELESS]
ניין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 7:35 pm
דורך berlbalaguleh
קפה נמס האט געשריבן:מבקשי ה' הייסט אז זיי ארבעטן פערסענאל ארויפצוארבעטן יעדן קינד. און זיי ארבעטן מיט א קאריקיולעם, נישט ווי אנדערע מוסדות וואס יעדע מלמד מאכט זיין אייגענע סדר הלימוד.

קפה נמס: ייש"כ. ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו דיעלן מיט עטליכע מוסדות (ישיבות און סקולס) אין לויף פון מיין ארבעט. צווישן זיי איז אויך מבקשי ה'.
איך וואלט שוין אפילו געקענט מאכן א רעיטינג סיסטעם. פונקטליך וואס ס'טוט זיך אין די קלאסן ווייס איך נישט. אבער דעם כלליות'דיגן וועג און די איבערגעגעבנקייט פון די סטעף האב איך שוין גאנץ גוט אבזערווירט. איז די ת"ת מבקשי ה' שטייט אויף גאנץ א הויכן פונקט. זיי האבן אן איבערגעגעבענע סטעף, וועלכע קוקן אויס פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער. ס'דא מוסדות החינוך וועלכע זענען אויף די נעגאטיווע זייט. אפשר וועל איך אמאל באשאפן אזא ליסטע פון מיין אבזערוואציע פונקט...ועוד חזון למועד...!

Re: מוסדות החינוך אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 7:56 pm
דורך ביליג
וואס איז מיט
סאטמאר אהרוני
סאטמאר זאלוני
באבוב
באבוב-45
וויזשניץ
ויז' ניץ
פאפא
בעלז


אלע נעמען אן פרעמדע?