בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:52 am
דורך יאיר
יואב האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:Which is the best-selling novel of all time
פאר די כופרים וועלכע גלייבן נישט אין תורה מסיני איז לכאורה קלאר אז "The Bible".
פאר אונז אבער, מאמינים בני מאמינים, איז קלאר אז דאס איז נישט קיין נאוועל.( לאפוקי דער ברית החדשה כמובן.)
אויסער דעם ווייס איך נישט צו ס'איז most selling. מ'טיילט דאך פון זיי בחינם אין די מאסן.
[tag]פידלער[/tag], איך בין טאקע נייגעריג: קען מען דען אנווייזן אויף א ספעציפישן בוך אז הנה זה? לכאורה קען מען בא'טיטול'ן א בוך צו זיין among the top. וויאזוי קען מען פונקטליך נאכגיין אזאנס. איך פרעג נאר.
כופר אדער נישט, דער בייבל איז נישט קיין נאוועל, כאטש גערמאנישע בייבל סקאלערס האבן מכלומרשט אידענטיפיצירט נאוועלן אין דער תורה. אבער אז דו ווילסט דוקא, קענסטו אפשר רעכענען איוב פאר א בעסטסעללינג פילאזאפישע נאוועל, און יוצא זיין לכל הדעות, מאמינים און אפיקורסים.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:58 am
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:יואב האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:Which is the best-selling novel of all time
פאר די כופרים וועלכע גלייבן נישט אין תורה מסיני איז לכאורה קלאר אז "The Bible".
פאר אונז אבער, מאמינים בני מאמינים, איז קלאר אז דאס איז נישט קיין נאוועל.( לאפוקי דער ברית החדשה כמובן.)
אויסער דעם ווייס איך נישט צו ס'איז most selling. מ'טיילט דאך פון זיי בחינם אין די מאסן.
[tag]פידלער[/tag], איך בין טאקע נייגעריג: קען מען דען אנווייזן אויף א ספעציפישן בוך אז הנה זה? לכאורה קען מען בא'טיטול'ן א בוך צו זיין among the top. וויאזוי קען מען פונקטליך נאכגיין אזאנס. איך פרעג נאר.
כופר אדער נישט, דער בייבל איז נישט קיין נאוועל, כאטש גערמאנישע בייבל סקאלערס האבן מכלומרשט אידענטיפיצירט נאוועלן אין דער תורה. אבער אז דו ווילסט דוקא,
קענסטו אפשר רעכענען איוב פאר א בעסטסעללינג פילאזאפישע נאוועל, און יוצא זיין לכל הדעות, מאמינים און אפיקורסים.
מכירת יוסף פון אנפאנג ביז צום סוף?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 1:05 am
דורך יאיר
פון וואו הייבסטו אן און פון וואו לאזטו אויס פאר די ערשטע דריי ווערסיעס, פראפעסאר יאאוו פאן יאאווללינגער?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 2:58 am
דורך מאטי
וועלכע שאלה קען מען נישט נאכקוקן אויף גוגל פאר אן ענטפער?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:11 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז דער פראבלעם אז מען קען טרעפן אויף גוגל? אז מען פרעגט נישט ווייסט מען נישט וואס צי זיכן ווייסט מען נישט דער ענטפער אין מען בלייבט אומוויסענד,
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:05 am
דורך שמערל
מאטי האט געשריבן:וועלכע שאלה קען מען נישט נאכקוקן אויף גוגל פאר אן ענטפער?
דו פארסט אריין אויף די צווייטע טעג?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:32 am
דורך ישראל קאפקע
10) וועלכע לאנד איז געווען די ערשטע צו געבן שטימרעכט פאר פרויען?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:32 am
דורך [NAMELESS]
10) ניו זילענד אין 1893, פאר אמעריקא האט גענימען נאך דרייסיג יאר נאכציפאלגן, אין איז געווען די ניינטע לאנד צי בארעכטיגען פרויען צי שטימען,
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:58 pm
דורך ישראל קאפקע
11) וויפיל גאלד איז אויסגעגראבן געווארן פון מינעס דורכאויס די גאנצע היסטאריע פון די מענטשהייט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:07 pm
דורך געוואלדיג
12. וועלעכע פרעזידענטן ליגן נישט באגראבן אין אמעריקא?
נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 1:13 pm
דורך [NAMELESS]
11) 181,881 טאנ'ס (געהעריגע), אויב מען וועט עס מעלטן צו איין cube וועט יעדע זייט זיי בערך 67 פיס,
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:36 am
דורך ישראל קאפקע
גראדעמעכעלע האט געשריבן:5) וויאזוי איז געבוירן דער וועלט בארימט סימבאל דער $ סימבאל?
עס קומט פון די שפאנישע 'שטיק פון אכט' א זילבערנע מטבע וואס איז געווען דאס ערשטע אינטערנאצינאלע וואלוטע.
די נאמען דאלער קומט אריגינעל פון די דייטשע יאאכים'ס טהאלער.
די אונטערשטע זייט פון די שפאנישע מטבע האט געהאט צוויי זוילן מיט א פאן ארומגעוויקלט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:44 am
דורך [NAMELESS]
וועלעכע בארג איז די העכסטע אויפן כדור הארץ? (רמז, נישט מאונט עווערעסט)
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:46 am
דורך ישראל קאפקע
14) וויפיל מחשפות (witches) זענען געהרגט געווארן אין אייראפע אין די מיטל אלטער (פון דעם דרייצנטן ביזן זיבענצנטן יאר הונדערט)?
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:53 am
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:14) וויפיל מחשפות (witches) זענען געהרגט געווארן אין אייראפע אין די מיטל אלטער (פון דעם דרייצנטן ביזן זיבענצנטן יאר הונדערט)?
נישטא קיין פונקטליכע נומער, אפילו נישט אן אומפונקטליכע. די מספר לויפט פון פערציג טויזענט ביז איבער הונדרעט טויזענט.
א צווייטע נקודה, נישט נאר אין אייראפע, אין ניו ענגלאנד איז אויך געווען א גרויסע מכשפות געיעג, נאך ביז טיף אינעם אכצענטן יארהונדרעט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:59 am
דורך ישראל קאפקע
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:14) וויפיל מחשפות (witches) זענען געהרגט געווארן אין אייראפע אין די מיטל אלטער (פון דעם דרייצנטן ביזן זיבענצנטן יאר הונדערט)?
נישטא קיין פונקטליכע נומער, אפילו נישט אן אומפונקטליכע. די מספר לויפט פון פערציג טויזענט ביז איבער הונדרעט טויזענט.
א צווייטע נקודה, נישט נאר אין אייראפע, אין ניו ענגלאנד איז אויך געווען א גרויסע מכשפות געיעג, נאך ביז טיף אינעם אכצענטן יארהונדרעט.
אין 1692-1693 זענען צוואנציג געהאנגען געווארן אין סעילעם מעסס. פאר כישוף. צווישן זיי א פיר יעריג מיידל!
איך מיין אז דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס מען האט געהרגט אין צפון אמעריקע, קען זיין אז איך בין זיך טועה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:00 am
דורך יאיר
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וועלעכע בארג איז די העכסטע אויפן כדור הארץ? (רמז, נישט מאונט עווערעסט)
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Mauna_Kea
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:01 am
דורך ישראל קאפקע
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וועלעכע בארג איז די העכסטע אויפן כדור הארץ? (רמז, נישט מאונט עווערעסט)
דאכט זיך אן אינזל/וואולקאן בארג אין די האוואי אינזל-קייט, איך געדענק נישט קיין פונקטליכע נאמען אויף די מינוט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:02 am
דורך יאיר
ווער איז געווען דער ערשטער פילאזאף צו חולק זיין אויף אריסטו אין יסודותדיגע ענינים?
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:04 am
דורך [NAMELESS]
אמת, אויך א נקודה. אבער איך מיין דער סאמע העכסטע בארג, ד"ה די העכסטע פונקט פונעם כדור הארץ
https://en.wikipedia.org/wiki/Chimborazo
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:07 am
דורך יאיר
דאס איז נישט ממש די העכסטע "בארג". בכל אופן סאיז אן אינטערעסאנטע ידיעה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:10 am
דורך יואליש
יאיר האט געשריבן:ווער איז געווען דער ערשטער פילאזאף צו חולק זיין אויף אריסטו אין יסודותדיגע ענינים?
חסדאי קרשקש.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:15 am
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:14) וויפיל מחשפות (witches) זענען געהרגט געווארן אין אייראפע אין די מיטל אלטער (פון דעם דרייצנטן ביזן זיבענצנטן יאר הונדערט)?
נישטא קיין פונקטליכע נומער, אפילו נישט אן אומפונקטליכע. די מספר לויפט פון פערציג טויזענט ביז איבער הונדרעט טויזענט.
א צווייטע נקודה, נישט נאר אין אייראפע, אין ניו ענגלאנד איז אויך געווען א גרויסע מכשפות געיעג, נאך ביז טיף אינעם אכצענטן יארהונדרעט.
אין 1692-1693 זענען צוואנציג געהאנגען געווארן אין סעילעם מעסס. פאר כישוף. צווישן זיי א פיר יעריג מיידל!
איך מיין אז דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס מען האט געהרגט אין צפון אמעריקע, קען זיין אז איך בין זיך טועה.
אמת, גערעכט, בפועל האט מען שוין מער נישט ערמארדערט קיין מכשפות. אבער דער געיעג, און דעבאטעס ארום האט נאך אנגעהאלטן יארן נאכדעם.