יתרו האט געשריבן:מר שש, קאווע שטיבל האט שוין דורכגעלעבט אסאך שווערע צייטן מיט ניקים וואס האבן באמת פארדרייט אשכולות רעכטס און לינקס און נישט גערעדט צום דבר, איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען אבער יעדער קען טראכטען פון צווי אדער דריי ניקים און מען האט עס דורכגעלעבט. איינע פון די שיינע זאכן פון קאווע שטיבל איז אז מען טאלערירט אלע סוגים פון קאפקע ביז פאר הדור און פון ירא שמים ביז שבת אחים. אז מען וועט אנפאנגן מיט וואטוס און שגץ ארויס וועט זיך דאס נישט ענדיגן, ביז א קורצע צייט וועלן זיך אפאר איי וועלטיסן אריינכאפן און איבערנעמען די שטיבל.
דערווייל די איינציגסטע לאגישע ארגומענט צווישן אלע וואס זוכן גאר מצדיק צו זיין נערוון קראכעריי. נישט אז ליכא על מה לחלוק, אבל אם קבלה היא נקבל.
יתרו האט געשריבן:בנוגע דיין טענות צו (פארמעקט) , מיין איך ביסט נישט אויפריכטיג מיט דיר, אמת ער פרעזענטירט גאר לינקע דעות, מער וויפיל די האלסט דיך ביים ערלויבן און דאס באדערט דיך, און די טענה אז ער נעווירט און חזרט אן און פארדרייט אשכולות איז סך הכל א תוצאה וואס די האסט א קעגן זיינע דעות
טאטאל אומריכטיג.
איך האב קיין פראבלעם מיט לינקע דעות, און אין פאקט בין איך אין געוויסע שיטות גאר שארף לינק [כאטש כ'האב אזויפיל שכל נישט אלעס אויסצופאקן אויפן טיש]. ווען איך זע תגובות פון אזעלכע לינקע ווי יידל, יאיר, מיימון, און אן-א-שיעור-אנדערע, באלעק איך מיר די פינגער. דער פראבלעם מיט דער מענטש ספעציפיש איז, אז ער האט זיינע פאר זאכן וואס ער קייט איבער נאנסטאפ ווי ער קען נאר, און מ'זעט כסדר אלע שטריכן פירן צו איין ציל. אבער דאס וואלט איך נאך פארשוויגן.
דער גרעסערער פראבלעם איז, אז דער בריה אונזערע קומט קיינמאל נישט באזירן זיינע ווערטער אויף מקורות אדער יסודות, ער גרעפצט פשוט און גייט זיך ווייטער. דאס נערווערירט און רעגט אויף די מערסטע ניקס דא, און מיט דעם איז ער אנדערש ווי כמעט סיי וועלכער אנדערער ניק, רעכט צ לינק.
וביארנו נקודה זו באשכול אחר.יתרו האט געשריבן:איך מיין אז א גרויס עולם וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע דעות שפירן נישט אז ער חזר'ט אן אשכולות.
שקויעך פארן מסביר זיין די בעסטע פארוואס ס'פעלט זיך אויס א סקר. דורך וואלן וועסטו זען פונקטליך וואס דער דעה פונעם עולם איז. און אגב, דו קענסט דיך אלעס אליינס איבערצייגן דורך קוקן וויפיל ניקס האב אים געלייקט אדער מעודד געווען אין זיינע פארריקטע אשכולות, און וויפיל האבן זיך מונע געווען צו גאר אויסגעדריקט טענות איבער אים. ודו"ק.
==========
כ'זע נישט פארוואס איך זאל דארפן פירן דעם ויכוח ווייטער פון דא. כ'ווייס אז כ'האב בעקינג פון רוב ניקס, און ווער ס'גלייבט נישט, זאל טאקע מאכן א סקר און זיך איבערצייגן אז דער רוב השותק און וויל נישט כאפן קלעפ דא, האלט פונקט - אדער שארפער - ווי מיר.