בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:58 pm
דורך shem-tov
שמעון וואלף האט געשריבן:דער פי הטבעת האט זיך געמיסט אריינדרייען פארענט פון מיר ווען איך פאר אויף זעכציג אויפ'ן 42. ווען ער וואלט זיך ווען געיאגט, מילא. אבער אז די פארסט אויף 40 האסטיך מיר געקענט דורך לאזן פאר די דרייסט דיך איין. צו אלע צרות זענען די קינדער געווען מיט מיר אין קאר און כ'האב געדארפט האלטן די פיסק פארשלאסן
שמעון וואלף זיך צופיל איינהאלטן איז אויך נישט אזוי געזונט סדא היינט אסאך ענגער מענעדשמענט קורסן וואס די קענסט דזשוינען
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:59 pm
דורך געוואלדיג
וואס וואלטסטו געטוהן ווען די וואס מאכן דיר נארוועיז וואלטן געווען דיין בעה"ב אויף א גוט באצאהלטע דזשאב וואס דו גלייכסט שטארק...
ווילאנג מען שרייבט לויט די תקנות איז מען דא וועלקאם, און יעדער וואס קען מיין היסטאריע דא ווייסט אז איך בין אינגאנצן נישט קיין ליבעראלער און איך האלט אז די אידישע פאלק איז די חשוב'סטע, אבער יעדער האט א רעכט צו רעדן און שרייבן וואס ער וויל און אויב עס שמעקט מיר נישט וועל איך זיך דינגען מיט זיינע ווערטער.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 9:13 pm
דורך רוסישער
[tag]אדנירם[/tag]! דו קומסט א גרויסע אנטשולדיקונג צו דער גלייכמאסיקער חבר אין ק"ש (פארמעקט) , ס'דא די וואס האבן הנאה פון זיין שרייבן, און אפי' אויב ניט האט ער די פולע רעכט צו דא זיין. (פארמעקט) : איך האף דו ווערסט ניט צוקראצט פון די צרות עין.
אין דער קאנסטעטושן איז פאראנען סעיפים וואס מ'זאגט פאראויס אז מ'קען ניט מאכן אין דערויף קיין אמענדנענט, א זאך וואס איז נגד דער עצם יסוד שעליו הושתת ק"ש ועליו הוטבעו אדניה, איז ניט שייך מאכן פון דעם א תקנה.
Re: אטאקירן א צווייטער ניק
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 10:01 pm
דורך chaims
שמעון וואלף האט געשריבן:רבותי, איך האלט מיך איין מיט קייטן. מיינע ליפן זענען צעביסן און מיין פנים פלאמט. ס'דא איינער וואס ווען איך זעה זיין נאמען קומט מיר בייז בליט ארויף אין קאפ. איך ווייס נישט וואס צו טון פאר כעס דער קריכט דאך אזאנס אויף די נערווען אז מ'קען ציפלאצט ווערן.
הצלה!!!!
נעבעך עס איז דא טאבלעטן פאר דעם
I can't believe I just said that...
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:43 pm
דורך [NAMELESS]
יתרו האט געשריבן:מר שש, קאווע שטיבל האט שוין דורכגעלעבט אסאך שווערע צייטן מיט ניקים וואס האבן באמת פארדרייט אשכולות רעכטס און לינקס און נישט גערעדט צום דבר, איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען אבער יעדער קען טראכטען פון צווי אדער דריי ניקים און מען האט עס דורכגעלעבט. איינע פון די שיינע זאכן פון קאווע שטיבל איז אז מען טאלערירט אלע סוגים פון קאפקע ביז פאר הדור און פון ירא שמים ביז שבת אחים. אז מען וועט אנפאנגן מיט וואטוס און שגץ ארויס וועט זיך דאס נישט ענדיגן, ביז א קורצע צייט וועלן זיך אפאר איי וועלטיסן אריינכאפן און איבערנעמען די שטיבל.
דערווייל די איינציגסטע לאגישע ארגומענט צווישן אלע וואס זוכן גאר מצדיק צו זיין נערוון קראכעריי. נישט אז ליכא על מה לחלוק, אבל אם קבלה היא נקבל.
יתרו האט געשריבן:בנוגע דיין טענות צו (פארמעקט) , מיין איך ביסט נישט אויפריכטיג מיט דיר, אמת ער פרעזענטירט גאר לינקע דעות, מער וויפיל די האלסט דיך ביים ערלויבן און דאס באדערט דיך, און די טענה אז ער נעווירט און חזרט אן און פארדרייט אשכולות איז סך הכל א תוצאה וואס די האסט א קעגן זיינע דעות
טאטאל אומריכטיג.
איך האב קיין פראבלעם מיט לינקע דעות, און אין פאקט בין איך אין געוויסע שיטות גאר שארף לינק [כאטש כ'האב אזויפיל שכל נישט אלעס אויסצופאקן אויפן טיש]. ווען איך זע תגובות פון אזעלכע לינקע ווי יידל, יאיר, מיימון, און אן-א-שיעור-אנדערע, באלעק איך מיר די פינגער. דער פראבלעם מיט דער מענטש ספעציפיש איז, אז ער האט זיינע פאר זאכן וואס ער קייט איבער נאנסטאפ ווי ער קען נאר, און מ'זעט כסדר אלע שטריכן פירן צו איין ציל. אבער דאס וואלט איך נאך פארשוויגן.
דער גרעסערער פראבלעם איז, אז דער בריה אונזערע קומט קיינמאל נישט באזירן זיינע ווערטער אויף מקורות אדער יסודות, ער גרעפצט פשוט און גייט זיך ווייטער. דאס נערווערירט און רעגט אויף די מערסטע ניקס דא, און מיט דעם איז ער אנדערש ווי כמעט סיי וועלכער אנדערער ניק, רעכט צ לינק.
וביארנו נקודה זו באשכול אחר.יתרו האט געשריבן:איך מיין אז א גרויס עולם וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע דעות שפירן נישט אז ער חזר'ט אן אשכולות.
שקויעך פארן מסביר זיין די בעסטע פארוואס ס'פעלט זיך אויס א סקר. דורך וואלן וועסטו זען פונקטליך וואס דער דעה פונעם עולם איז. און אגב, דו קענסט דיך אלעס אליינס איבערצייגן דורך קוקן וויפיל ניקס האב אים געלייקט אדער מעודד געווען אין זיינע פארריקטע אשכולות, און וויפיל האבן זיך מונע געווען צו גאר אויסגעדריקט טענות איבער אים. ודו"ק.
==========
כ'זע נישט פארוואס איך זאל דארפן פירן דעם ויכוח ווייטער פון דא. כ'ווייס אז כ'האב בעקינג פון רוב ניקס, און ווער ס'גלייבט נישט, זאל טאקע מאכן א סקר און זיך איבערצייגן אז דער רוב השותק און וויל נישט כאפן קלעפ דא, האלט פונקט - אדער שארפער - ווי מיר.
Re: אטאקירן א צווייטער ניק
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינ'ם היימישע געזעלשאפט איז נישט פארהאנען קיין עכטע וואלען, ווייל מ'קען אנשטעלען א גייסט אין גאס און מענטשען פארלירען אן אייגענע מיינונג. אויף ק''ש איז יא מעגליך. דעריבער איז ק''ש אנדעריש פון א שטיבל.
אבער אדנירם, דיין משל פון א בעל תפלה איז נישט ממש אזוי. ס'איז מער דומה צו איינער וואס שרייט איהש''ר צו הויך. ער וויל זיין א מעמבער ווי יעדעם, מיט א ביסל שטערען אנדערע.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינ'ם היימישע געזעלשאפט איז נישט פארהאנען קיין עכטע וואלען, ווייל מ'קען אנשטעלען א גייסט אין גאס און מענטשען פארלירען אן אייגענע מיינונג. אויף ק''ש איז יא מעגליך. דעריבער איז ק''ש אנדעריש פון א שטיבל.
אבער אדנירם, דיין משל פון א בעל תפלה איז נישט ממש אזוי. ס'איז מער דומה צו איינער וואס שרייט איהש''ר צו הויך. ער וויל זיין א מעמבער ווי יעדעם, מיט א ביסל שטערען אנדערע.
כ'האב הנאה געהאט פון דיין משל.
ערלויב מיר צוצולייגן: מ'רעדט פון איינער וואס שרייט איהש"ר צו הויעך אין א יעקישע שול, נישט אין א-חסידיש-ביסמעדריש.
און יא, אין אזא פאל וואלטן די יעקעס געמאכט וואלן און געווארנט אז נאך איין מאל, נו נו!!!
Re: אטאקירן א צווייטער ניק
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 12:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין א ביסמדריש איז נישט שייך אזא מציאות ווי 'צו הויך'? ביטע קום סליחות טעג קיין לעיקוואוד, מ'עט דיר שוין עפעס ווייזען.
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 9:12 pm
דורך רוסישער
ב"ה איז ידידנו @פארמעקט (קרעדיט: סדרן) צוריק געקומען אן ווערן נתפעל פון דער אומרעכטער אויפרייסעניש - חזק ואמץ!