בלאט 1 פון 1

ברעיקינג: גרעסטער קארופציע באסט אין יארן

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 6:14 pm
דורך שעפטל
דער דעילי ניוז ריפארט יעצט, אז די סיטי אינוועסטיגאציע דעפארטמענט, צוזאמען מיטן מאנהעטן דיסטריקט אטורני סיירוס וואנס, גרייטן זיך פארצושטעלן ס'גרעסטע באסט אין לאנגע יארן, ווי איבער א דאזן בילדינג אינספעקטארס וועלן ארעסטירט ווערן איבער שוחד קלאגעס, צוזאמען מיט א צאל קאנטרעקטארס!

מ'רישט זיך דא אז מארגן דינסטאג גייט דער די או איי (דיפארמענט אוו אינוועסטיגעישאן) קאמישינאר, מארק פיטערס, מיטן מאנהעטן דיסטריקט אטורני איבערגעבן א ליסטע פון בערך 50 חברה וואס גייען זיין אנגעקלאגט, און די זינד איז מער ווייניגער אז די קאנטרעקטארס האבן געצאלט פאר די אינספעקטארס צו פארשנעלערן דאס פרעצעדור פון אפסיינען דעם סי אוו או (סערטיפיקאט אוו אקופענסי).

צום האפן אז די שמועות אז אחינו בני ישראל זענען פארמישט זענען נישט אמת.