בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:05 pm
דורך משכיל
לויט אינזער קולטור איז עס נישט א אנגענומען זאך צו זעהן א מאנספערזאן אויסגעטועהן, סא עס איז א גרויסע שאלה צו די מקוה איז מוסיף טהרה,
עס זיינען דא וואס האלטען אז מיט א שאווער קען מען יוצא זיין תשעה קבין, אז מען דרייט אן די וואסער לשם טהרה
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:34 pm
דורך שלמה_דיין
משכיל האט געשריבן:לויט אינזער קולטור איז עס נישט א אנגענומען זאך צו זעהן א מאנספערזאן אויסגעטועהן, סא עס איז א גרויסע שאלה צו די מקוה איז מוסיף טהרה,
עס זיינען דא וואס האלטען אז מיט א שאווער קען מען יוצא זיין תשעה קבין, אז מען דרייט אן די וואסער לשם טהרה
לכאורה וואס אונזער
קולטור איז ווענדט זיך אין וואס אונז טוען למעשה. וויבאלד אונזער עולם גייט דאך אין מקוה אן שווימהויזן, און באופן כללי גייט דער עולם נישט מיט פארמאכטע אויגן, איז דאס זיכער יא אונזער קולטור צו זען א מאנספערזאן אויסגעטון!
הגם אז ס'שיינט מיר מאדנע פארוואס אין מקוה גייט די עולם אן די וועש אזוי בהרחבה, און ווען ס'קומט אין סווימונג פול ווערן זיי אינגאנצן נערוועז ס'זאל ח"ו נישט געזען ווערן מחציו ולמטה... וואס איז די פראבלעם זיינע, די קיפת הרקיע? איז די פארע אין מקוה במקום די שווימקליידער? וצע"ג.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:10 pm
דורך ידען
שלום עליכם פארן חשובע דיין דקהילתנו.
די דיין איז געווען אין די מרחקים?
Re: איז מקוה א חיוב אדער א מנהג?
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:48 pm
דורך איחוד פעלד
מקוה איז נישט א חיוב נישט א מנהג, און אוודאי נישט יעדען טאג.
אפילו לעת הצורך איז עס נישט מן הדין, ממש געציילטע ראשונים האלטען אז יא.
אן ענין מחמיר צו זיין לעת הצורך שטייט פין רמב"ם און אויך פין די מקובלים.
על פי חסידות פארשטייט זיך אויך לחומרא.
עיין מאור ושמש פרשת אמור ווי ער שרייבט אז לערנען אהן א מקוה לעת הצורך ברענגט אפיקורסוס.
צו גיין יעדען טאג איז פאר די קריג א מנהג פין יחידים און אנשי מעשה, און אמעריקא איז עס געווארען א נחלת הכלל ווייל די מקוואות זענען באקוועמער ווי די שויערס אין דערהיים...
שבת אינדערפרי און בכלל ערב שבת שטייט פין ארי, און שבת אינדערפרי איז נאך א גרעסערע ענין ווי פארנאכט ווייל עס איז א העכעכרע קדושה.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 11:10 pm
דורך איינער
בן תמליון האט געשריבן:איך האב געהערט פון א הויז בחור סאטמאר רבי יואליש איז נישט געגאנגען יעדן טאג אין מקוה צומאל אפילו א אגאנצע וואך.
אינטערסאנט, ער טאקע נישט געגאנגען אבער וועגן אים גייט היינט דער גאנצער עולם.
נו דאס וועלן די שווענץ נישט אריינלייגן אין זמירות דברי יואל.
ווען די זאגסט היינט פאר איינעם, אז די גייסט נישט אין מקוה ווייל די רבי איז נישט געגאנגען, וועט ער דיר גראד ענטפערן דעם היפאקריטישן ענטפער, פארגלייכסט זיך צום רבין.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:12 pm
דורך היימישער ליטוואק
מנהג הטבילה בשבת - קומט דאס פון כתבי אר"י. ער שרייבט איין טבילה אלס הוספה פון קדושת היום, אפילו מ'איז שוין גווען איינמאל ערב שבת. אויב מדארף אלס טבילת עזרא, זאל מען זיך טובל'ן צוויי מאל.
די הלכה'דיגע שאלה פון רחיצה בחמין - איז א נייע שאלה, אמאל איז יעדער וואס איז זיך גגאנגען טובל'ן שבת בבוקר, איז געגאנגען אין א קאלטע מקוה. טא, האבן מיר נישט א "אלטע מנהג" אדער אן אר"י וואס איז מתיר טבילה בחמין בשבת.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:09 am
דורך טעפל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:מנהג הטבילה בשבת - קומט דאס פון כתבי אר"י. ער שרייבט איין טבילה אלס הוספה פון קדושת היום, אפילו מ'איז שוין גווען איינמאל ערב שבת. אויב מדארף אלס טבילת עזרא, זאל מען זיך טובל'ן צוויי מאל.
די הלכה'דיגע שאלה פון רחיצה בחמין - איז א נייע שאלה, אמאל איז יעדער וואס איז זיך גגאנגען טובל'ן שבת בבוקר, איז געגאנגען אין א קאלטע מקוה. טא, האבן מיר נישט א "אלטע מנהג" אדער אן אר"י וואס איז מתיר טבילה בחמין בשבת.
ס'ווערט אויך געברענגט אז ס'איז גאר א גרויסע ענין צו גיין שבת אינדערפרי אין מקוה, אבער ווער ס'שמועסט זאל בעסער נישט גיין.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:53 pm
דורך ענדע צדיק
גיין אין מקוה יעדן טאג איז א שטארקע איינגעפירטע מנהג אין אסאך חסידישע מקומות שוין פון אסאך פאר די קריג,
אינדעהיים אין די מקומות ווי מ'איז געגאנגען איז נישט יעדער געגאנגען, ס'איז פשוט נישט געווען אין מציאות אז מ'זאל גיין אזויווי היינט, ס'איז נישט געווען קיין ווארימע מקוואת איבעראל, אבער חסידישע אידן (פון די מקומות ווי מ'איז געגאנגען) האבן שטארק מקפיד געווען צו גיין יעדן טאג, און מיין זיידע ז"ל פלעגט מיר פארציילן ווי ביי זיי אין שטעטל אין אונגארן פלעגן זיי צומאל גיין אין די קאלטע וואסער, און אסאך ווערט פארציילט וועגן חסיד'ישע אידן און גרויסע אידן וועלכע פלעגן ברעכן די אייז צו גיין אין מקוה.
סאו קיין נייע זאך איז עס זיכער נישט,
נאר היינט בימינו איז עס געווארן אסאך גרינגער און געשמאקער צו גיין אין א הייסע מקוה א יעדן טאג,
ממילא איז עס געווארן אסאך מער איינגעפירט, און אין די מקומות ווי ס'איז געווען אינגעפירט איז עס געווארן ממש חוק ולא יעבור,
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 2:14 pm
דורך מורינו הרב
אין רוב חסידי'שע מקומות איז מען נישט געגאנגען יעדן טאג. אין חב"ד, סטאלין, סלונים, איז מען נישט געגאנגען יעדן טאג, נאר ווען מען איז אריין צום רבי'ן וכדומה. אין ויז'ניץ, בעלז, גור, איז מען געגאנגען אין א יום קריאה, אדער איינמאל אין דריי טאג. בלויז אין סקווירא (דוכט זיך) ובחצרות זידיטשוב ספינקא (דוכט זיך) איז מען געגאנגען יעדן טאג.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:30 pm
דורך הקטן
עיקר תקנת טבילה לב׳׳ק איז געווען כדי שלא יהיו תלמידי חכמים רגילים בנשותיהם כתרנגולים, לפי זה ווער ס'גייט א יעדן טאג האט נישט דעם אויפטו - און מאכט אויך קאליע פאר א צווייטען.
אויב איז אבער די כוונה אלס תוספות קדישה וואו דער כהן גדול יה"כ אדער וואו פאר תקיעת שופר נא דעמאלטס טובל זיך וויפיל ס'גייט - אבער אריין און ארויס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:51 am
דורך אדמו״ר
מ׳זעט ווי שטארק וויכטיג אונזערע רבי׳ס האבן געהאלטן דאס גיין אין מקוה, ווען שבת איז א ערענסטע הלכהדיגע שאלה, אעפי״כ האבן זיי יא געפסקנט אז מ׳זאל גיין.